דער הערליכער סוכות "וועקער" איז דא! קויפט אין צייט פאר יו"ט

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דער וועקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 343
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 5:51 pm
האט שוין געלייקט: 211 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

דער הערליכער סוכות "וועקער" איז דא! קויפט אין צייט פאר יו"ט

שליחה דורך דער וועקער »

אפדעיט:
ויום טוב היו עושין בצאתו מן הקודש.

א גוטע וואך, און א גוט יאר, איר זאלט האבן אויסגעבעטן אלעס גוטס.

אט קענען מיר מעלדן די פרייליכע בשורה אז דער פראכטפולער און פארגרעסערטער וועקער לכבוד סוכות איז ארויס פון דרוק!

די שענסטע און אקטועלסטע ארטיקלען פאר א ריכטיגער עונג יום-טוב.

קויפט היינט, צו ערהאלטן דעם וועקער אין צייט פאר יו''ט.

https://www.amazon.com/dp/1727436377



IMG_20180919_205410_878.jpg


שמעו נא רבותי טייערע ידידים, קוראים יקרים, יו"ט סוכות איז שוין אראונד דה קארנער, און די וועקער רעדאקציע שלאפט נישט. מיר זענען היינט געגאנגען צום דרוק מיט אונזער ריזיגער סוכות אויסגאבע, כמעט 200 זייטן אנגעפאקט מיט די שענסטע לייען-מאטעריאל אין דער אידישער שפראך.

א קאלאבאראציע פון אונזערע חברים דא אויף קאווע שטיבל, און שרייבער פון איבעראל, איז דער וועקער אן אויסגאבע וואס איז נישט דא אירס גלייכן. יעדער ארטיקל איז אייגנארטיג, אקטועל, און געשריבן אויף א גאר הויכן ניווא.

דער קומענדיגער וועקער גייט אונז ברענגען א חשוב'ן גאסט אויף יו"ט. אן אייגנארטיגער פערזענליכקייט וועלכער גיט אונז זיין גאר אינטערעסאנטע לעבנסגעשיכטע און זכרונות. ער איז נישט קיין אלטער איד, אבער ער האט אסאאאאך צו דערציילן פון די פארשידענע קאפיטלען אין זיין לעבן.

א פראפעסאר וועלכער האט א שטארקע ליבשאפט צו חסידות און דער אידישער שפראך, האט געשריבן א לענגערן מאמר אויף א טיפער נושא, און א קאנטראווערסיאלער אידישער דענקער.

"ולא לזנב" איז אן ארטיקל כשמו כן הוא. א לענגערער אנאליז און דאקומענטאציע אויף די טרויעריגע געשעענישן אין דעם חצר פון האדמו"ר ר' מנחם מענדל מוויזניץ.

ידידינו [tag]מיימון[/tag] גיט אונז נאך א פרק אין זיין הערליכער סעריע "חכמות חיצוניות" -- דאסמאל מיט איבער הונדערט מראי מקומות... ידידינו [tag]לעיקוואד[/tag] גיט אונז דעם פערטן מאמר פון זיין באלערנדער סעריע "ירידות הדורות". ידידינו [tag]דער געוואגטער יונגעל[/tag] איז ממשיך מיט זיין "ראדימנער פראצעס".

ידידינו [tag]רויטע וואנצעס[/tag] שילדערט דראמאטיש און רירנד זיינע איבערלעבענישן אין אומאן, דעם נארוואס-פארלאפענעם ראש השנה - באגלייט מיט פערזענליך געכאפטע בילדער.

וואס נאך? השקפה, דערציילונגען (אריינגערעכנט א דערציילונג פון [tag]יצחק וואלד[/tag]!), ביכער, היסטאריע, ועוד ועוד ועוד.

התעוררי התעוררי כי בא אורך!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום דער וועקער, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 86 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר