חכמות חיצוניות אין דער אידישער היסטאריע חלק ב - וועקער 14

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
האט שוין געלייקט: 296 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1511 מאל

חכמות חיצוניות אין דער אידישער היסטאריע חלק ב - וועקער 14

שליחה דורך מיימון »

א גוטן ערב יום טוב חשובע חברים, מיט גרויס הנאה האב דעם כבוד פארצושטעלן פאר אייך מיין צווייטער ארטיקל אויף חכמות חיצוניות אין די אידישע היסטאריע אינעם וועקער נומער 14.

דער דאזיגער ארטיקל טרעט אריין אין די תקופה פון נאכן חורבן הבית ווען עס הייבט זיך שוין אן דער מושג פון "חכמות חיצוניות" כפשוטו. כלל ישראל איז ערליך און תורהדיג נאר דא דארט לייגט זיך איינער אריין אין חיצוניותדיגע מדעים און חכמות הטבע.

די תנאים און אמוראים זענען אונזערע רבי'ס און מורי דרך וואס זייערע ווערטער זענען מחייב יעדן ארטאדאקסישן איד. זייערע רייד טוען מיר באטראכטן מיט אימה און יראת הכבוד. פארט אבער האבן מיר זיך ערלויבט צו כאפן א נענטערן בליק אריין און פארשטיין וויאזוי זייער לעבן האט זיך אפגעשפילט, ביחס צו די פעלקער וואס האבן זיי ארומגענומען.

אין דעם מאמר האבן מיר צוגעלייגט אביסל מראה מקומות נאכן זען דעם פארלאנג פונעם ציבור, עס איז געמאכט געווארן אין איילעניש נאכצויאגן דעם דעדליין דעריבער איז עס נישט בשלימות. מיר האבן צוגעצייכנט אסאך גמרות און חז"ל, אבער אסאך מאל פעלט זיך אויס מער אויסברייטערונג פון די חוקרי התלמוד און היסטוריה. ווי צב"ש גרץ אין דברי ימי ישראל. ווייס אין דור דור ודורשיו. גדליה אלון אין זיינע מחקרים אויפן תלמוד. דוד ניימרק אין תולדות הפילוסופיה בישראל. קאהוט אין ערוך השלם. און נאך און נאך. דער עיקר מראי מקומות אויב עמיצער זוכט עפעס זאל זיין ויקיפדיה (עברית און ענגליש), אוצר ישראל פון אייזנשטיין, און גוגל (אויך גוגל בוקס, מען טרעפט דארט וואונדערליכע רעזולטאטן). איך האף ארויפצושטעלן א פייל מיט בוקמארקס אין די נאנטע טעג מיט אסאך מקורות.

ביטע לאזט דא הערן אייערע קאמענטארן און קריטיק, הערות און שאלות, מיר וועלן פרובירן צו ענטפערן ווען די צייט וועט ערלויבן.

ווידעראמאל א יישר כח פאר ראובן, אן אים וואלט דער ארטיקל נישט דא געווען, אזוי אויך די ארבעט אין די בילדער און מקורות. מיר זענען שוין אזוי צוגעוואוינט אז יעדע שטיק צייט וואקסט ארויס א וועקער און מיר באגרייפן נישט די אומגעהויערע כוחות וואס איין יחיד לייגט אריין מיר זאלן אלע הנאה האבן. יישר כחך!!

דער אשכול פארמאגט 30 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר