הרב דוב זאב וויינבערגער ז"ל, און זיין ארטיקל אין "דער איד"

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען

הרב דוב זאב וויינבערגער ז"ל, און זיין ארטיקל אין "דער איד"

הודעהדורך ראובן » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 12:25 am

אינעם וועקער נומער 14 ערשיינט אן ארטיקל איבער דעם יאנג איזראעל רב פון וויליאמסבורג, הרב דוב זאב וויינבערגער ז"ל, וועלכער איז נפטר געווארן פארגאנגענעם חודש אייר, און אן ארטיקל וואס ער האט געשריבן אינעם "איד" אין תשכ"ו צו פארטיידיגן ישיבות וועמענ'ס תלמידים זענען געגאנגען אין קאלעדזש.

הערות, קאמפלימענטן און קריטיק זענען וועלקאם.

גלייכצייטיג א דאנק פאר ידידינו האהוב @שמעקעדיג פאר'ן מיר ארויסהעלפן מיט דעם ארטיקל.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2922 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9261 מאל

הודעהדורך שצם_חנכל » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 8:41 am

א גרויסע ש'כח דיר @ראובן פאַרן אונז מהנה זיין מאוצרך הטוב, דער ארטיקל זעלבסט איז געווען דערפרישענד און אויך די קורצע אפהאנדלונג אויף הרב וויינבערגער איז מיר געווען זייער אינטערעסאנט האבענדיג אים קענען געלערענט אביסל אויף דער עלטער.

כ'וואלט ווען געוואלט ליינען סענדר דייטש'ס רעאקציע, איז שייך ארויפצולייגן דא א קלארערע בילד דערפון?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שצם_חנכל אום מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 12:36 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
שצם_חנכל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 154
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 575 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 147 מאל

הודעהדורך ראובן » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 12:14 pm

A.jpg


B.jpg


ההמשך אינו תחת ידי כעת.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2922 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9261 מאל

הודעהדורך שצם_חנכל » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 3:34 pm

א דאַנק פאַרן ארויפלייגן

נאכן ליינען די ערשטע פּאָר פאראגראפען איז די המשך מובן מאליו, בלייבט טאקע נאָר איבּער די חידוש פון דאס בּלויזן זיך באציען צו אַזאַ בריוו.

אגב, כ׳האב אויך געוואַלדיג הנאה געהאט פון די איבעריגע צייטונגס אויסשניטען, צוקער זיס.
שצם_חנכל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 154
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 575 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 147 מאל

Re: הרב דוב זאב וויינבערגער ז"ל, און זיין ארטיקל אין "דער אי

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אקטאבער 12, 2018 4:37 pm

הרב וויינבערגער גיבט אונז א בליק אויף די וועלט אין יענער צייטען.

אינטרעסאנט אז ביי אים זענען חרדים אדער תורה ודעת תלמידים, אדער חסידים. די ערשטע זוכען רבנות פאסטנ׳ס אויפצוטון אין די פרעמד, און די צווייטע איז אפגעזונדערט פון דער וועלט.
ער מאכט זיך נישט צוטון פון די דריטע שטראם. זיי זענען געווען אפגעזונדערט און אונטער די פאליצעס, אבער זיין וועלט איז איבערגענומען געווארען פון די וועלט. דאס איז די ישיבה וועלט פון בית התלמוד - מיר און לעיקוואד. זיי האבען געהאלטען אז בויען א שטארקען אפגעזונדערטע וועלט טוט אויף ביי די פרעמדע אויך און צום סוף וועלען זיי זיך בייגען. זאלען זיי קומען צו אונז, און דעמאלס לערן מיט זיי. תורה ודעת, אלס א שטראם, עגזיסטירט כמעט נישט. און די בית התלמוד - מיר סיסטעם בליט און וואקסט.

עס איז א מוסר השכל וויאזוי אנצוקוקען די היינטיגע וועלט. ווער ווייסט וואז וועט זיין אין די צוקונפט? אפשר וועט מען קוים געדענקען אז סאטמאר\ב.מ.ג. האבען אמאל עגזיסטירט און עפעס ניי וועט איבערנעמען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8440
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7902 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 14, 2018 12:03 am

ליטוואק פון בודאפעסט: איך האב דעם פארגאנגענעם חוה"מ סוכות געזעהן א מחזה א וויזיע וויאזוי סאטמאר (לכה"פ די ארונים) וועט אי"ה אויסזעהן בערך אין 20 יאר פון היינט...!

איך בין אדורכגעפארן א גרויסן סיין אויף א געוויסן ראוד אין עירמאנט וואו ס'שטייט געשריבן מיט קידוש לבנה אותיות..."ישיבה ומתיבתא תורה ויראה דרבינו יואל מ'סאטמאר, עירמאנט"...! בין איך אריינגעפארן אין דעם לאט. האטציך פאר מיר אנטפלעקט א מורא'דיגע מחזה. פרויען מיט לאנגע שייטלעך וועלכע רעדן אויף סמארטפאונס. זיי דרייוון מיני ווענס מיט קינדער. אינדרויסן , נעבן די ווענס האבן זיך ארומגעדרייט יונגעלייט מיט געשוירענע ,בערדלעך (אזעלכע וואס מ'וואלט נישט אנגענומען זייערע קינדער אין די מוסדות הקדושים). א טייל אנדערע , ארבעטנדיגע בחורים וועלכע זענען אינגאנצן געווען געשעיווט האבן זיך ארומגעדרייט מיט א טי-שוירט און א קאטטאן טלית קטן...אויך זיי האבן גערעדט אויף סמארטפאונס., רחמנא ליצלן...!

אונז האמיר אייביג געוויסט אז א סאטמאר'ע יונגערמאן דארף ארומגיין צולאטשעט. זיין העמד זאלל א ביסל ארויסהענגען. די שוך אומ-געפיצט פאר לכה"פ 6 חדשים. און בין שאוער לשאוער קען אדורכגיין צומאל א גאנצער חודש...!

אויב איינער ווייסט פשט פון אט די אויבנדערמאנט סצענע ווערט ער געבעטן זיך אנצורופן. ווייל ביי מיר איז עס א שטארקער פאזל...! ייש"כ למפרע...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך berlbalaguleh אום מאנטאג אקטאבער 15, 2018 11:46 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12978
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8285 מאל

Re: הרב דוב זאב וויינבערגער ז"ל, און זיין ארטיקל אין "דער אי

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אקטאבער 15, 2018 8:19 am

איך האב יעצט געכאפט א שמועס מיט דער איידעם פון הרב וויינבערגער, און ער האט מיר פארציילט א פאר ביאגראפישע פונקטען אויף זיין שווער.

ער איז געווען אן אייניקעל פון דער בני יששכר, און זיין טאטע האט געוואוינט אין סאנז. זיין טאטע איז געקומען קיין אמעריקא, און ער האט געוואלט אריבער פירען זיין ווייב און קינדער אהער, און די משפחה איז סאנז האט נישט צוגעלאזט. וויבאלד זיין טאטע (הייסט׳ס דער זיידע פון דער רב פון יאנג איזראעל) איז געווען א דיין מטעם בעלזא, זענען זיי געפארען צו ר׳ אהרן בעלזער, וואס האט זי געזאגט אז איהר קינדער וועלען קיינמאל נישט ארבעטען שבת. דערווייל איז די ברכה נישט מקויים געווארען, דריי זין זענען געווארען רבנים, וואס ארבעטען דוקא אום שבת.

ער האט געזאגט אז ער האט געדארפט שלום מאכען אין דריי ערטער - א. צווישען די יאנג איזראעל אידען און די סאטמורים, ב. צווישען דע אידען און די שווארצע, ג. צווישען פרומער און פרייע אידען אין די פעדערעישען, און די דריטע איז געווען די שווערסטע, ווייל די פרייע פארענטפערען זיך אז עס איז אוממעליגך צו האלטען תורה היינטיגע צייטען, און מ׳זעט דאך אז די פרומע קענען. דאס טוט זיי וויי.

ווען מעיאר לינדסעי גרעהעם האט געוואלט אידישע שטימעס, האט ער אים געדינגען צו בויען הייזער פאר אידען פאר ביליג, און פון דארט קומט די פראדזשעקטס וואס האט געהאלטען די אידען דארט (איז עס א גוטע זאך?)

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8440
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7902 מאל

הודעהדורך ראובן » מאנטאג אקטאבער 15, 2018 8:56 am

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
ווען מעיאר לינדסעי גרעהעם
Sent from my LG-K373 using Tapatalk

גרעהעם איז דער יעצטיגער סענאטאר פון סאוט קאראליינע. דו מיינסט ניו-יארקער מעיאר John Lindsay.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2922 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9261 מאל


גיי צוריק דער וועקער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט

cron