אינטערוויו מיט הגאון ר' יששכר כ"ץ - וועקער #14

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען

הודעהדורך ימים ידברו » מיטוואך נאוועמבער 07, 2018 12:57 pm

צו אלע חשובע ענטפערער! איך האב נישט די ארטיקעל און פארענט פון מיר יעצט, לייענענדיג זיין ארטיקעל האב איך קלאר געזעהן אז דער יששכר באציט זיך אויף די שינוים פון די חסידים און הלכה ווי דאוונען נאך זמן תפלה און מאכען מיידעל שולעס וואס דאס ניצט ער אלטס ראי' אז מקען צופאסען הלכה לויט די רוח הזמן והתקופה, וואס דאס איז מופרך מעיקרא, בנוגע די חסידישע ענינים מיט הלכה איז א באזינדערע שמיעס וואס פאדערט א לאנגע ארטיקעל וואס את"ל עס איז א עוולה נגד הלכה ווי קומט דאס צו די גאנצע פעמיניסטישע רוח וואס איז נגד יסודות הדת? און והשנית כהאב גהערט אז איינע פון די חשובע תלמידים פון הרב יושע בער סאלוואטשיק וואס איז געווען דער ערשטע ארטאדאקסעישר רב וראש ישיבה וואס האט דורכגעבראכען די חומת הדת מיט לערנין גמרא מיט נשים וואס איז בפירוש נגד הלכה! און א תלמיד וותיק דאכט זיך הרב שעכטער אפשר הרב וויליג וואס זענען די גרעסטע תלמידים האבען מודה געווען אז דאס איז שטארק שילדיג וואס איז ארויסגעקימען די פארפאלטע חובבי תורה וואס זיי זענען נענטער צו קאנסערוויטיוו ווי צו ארטאדאקס און זיי זענען מודה אז דאס געווען א טעות פון זייער גרויסען רבין וואס קומט זיי קרעדיט דעראויף צו זיין מודה על האמת, מיר האפען אז יששכר וועט תשובה טוען און צוריק דרייען זיינע פארקרומטע און פארדארבענע פלפולים של הבל נגד יסודי הדת! ווי אנערקענען מושחתים פון די חטאי דור המביל וואס די תורה הק' איז נתונה מסיני ולא ישונה קיין זיז כל דהוא! און פרויען רבנית רחמנא ליצלן וואס מען קען נישט מתיר זיין אויף קיין שום וועג! און ווייטער די גאנצע פרויען עליות מיט די פאלטשע רחמנית אז זיי ווילען זיין נאנט צום בוכ"ע, זיי ווילען נישט נאר אויסרייסען די תורה נערישע מענטשען מיט קרומע השקפות טרעפען זיי א אוזן קשבת! מיר זענען מתפלל אז וידעו תועי רוח בינה און צוריק קימען צים חיק אבותם און תשובה טוען און זיין מזכי הרבים נישט חלילה פארקערט!
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך נאוועמבער 07, 2018 1:03 pm

ימים ידברו האט געשריבן:כהאב גהערט אז איינע פון די חשובע תלמידים פון הרב יושע בער סאלוואטשיק וואס איז געווען דער ערשטע ארטאדאקסעישר רב וראש ישיבה וואס האט דורכגעבראכען די חומת הדת מיט לערנין גמרא מיט נשים

זאג נאר, די דריי הונדערט תנאים וואס האבן געלערנט תורה מיט נשים כמבואר במסכת פסחים דף סב: זענען אויך פסול ביי דיר?! זיי וויסן אז ס'איז שוין דורכגעבאכן געווארן נאך אין די צייטן פון די משנה, כמבואר במסכת סוטה דף כ.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2514
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2421 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1559 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 2:29 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
ימים ידברו האט געשריבן:כהאב גהערט אז איינע פון די חשובע תלמידים פון הרב יושע בער סאלוואטשיק וואס איז געווען דער ערשטע ארטאדאקסעישר רב וראש ישיבה וואס האט דורכגעבראכען די חומת הדת מיט לערנין גמרא מיט נשים

זאג נאר, די דריי הונדערט תנאים וואס האבן געלערנט תורה מיט נשים כמבואר במסכת פסחים דף סב: זענען אויך פסול ביי דיר?! זיי וויסן אז ס'איז שוין דורכגעבאכן געווארן נאך אין די צייטן פון די משנה, כמבואר במסכת סוטה דף כ.

אינטערסאנט! אז דער רמב"ם און רבי יוסף קארו האבן נישט געוואוסט דערפון? (גמרא סוטה כא. רמב"ם הלכות תלמוד תורה. שו"ע יו"ד רמו ו.) זיי "פסקנ'ן" אז מ'טאר נישט, און רוב היתירם פון די גדולי ישראל אין די לעצטערע דורות איז נישט געווען צו סתם איגנארירן א אפענע סעיף אין שו"ע, נאר מיט היתירים לצורך הדחק וכו'
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1019
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 881 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 865 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 6:39 pm

טאקע אינטערעסאנט.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2514
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2421 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1559 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך דעצעמבער 26, 2018 8:02 pm

לעצטענס ביי זיין אושפיזין מאנטאג נאכט, האט ראביי כץ עפעס פארפירט. איינער ווייסט די פרטים?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8599
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3002 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8061 מאל

הודעהדורך והאיש משה » מיטוואך דעצעמבער 26, 2018 8:59 pm

ראובן האט געשריבן:
ימים ידברו האט געשריבן:למשל די אליינס שעמסט דיך נישט צו זאגען א קל וחומר מה דאך די חסידים מאכען טוישעניגען מיט זמן תפלה וואס איז אקעגין די הלכה וועגען א איינרעדעניש פון חולי מעיים, ממילא מעג מען חתונה האבען די זעלבע מין, וואס איז אטקעגין אפענע פסוקי תורה!


איך בין אויך קעגן דעם וועקער מכמה וכמה טעמים הידועים והכמוסים עמדי, אבער כ'האב פארשאפט דעם וועקער פון א חבר, און כ'האב דאס בכלל נישט געטראפן דערינען. אפשר קענסטו מיר אנצייכנען וואו גענוי הרב כ"ץ האט דאס געזאגט?

און איך כ'האב ליידער אפי' נישט קיין חבר וואס האט די וועקער, מיר עס צו פארבארגען אז איך זאל עס קאנען ליינען.

אבער איך פארשטיי נישט מה כל הרעש? דאס איז דאך קלאר ווי די טאג ומובן לכל בר דעת בינוני -שכל התורה המצויה אתה בידינו הנתונה על ידי משה רבינו- איז שטארק רעפארמירט געווארען במשך די דורות, און ס'דא דערצו הונדערטער אז נישט טויזענטער ראיות שאין כאן מקומו להאריך כגון עירוב וכל מיני תקנת חז"ל [בין מה שהוסיפו ובין מה שגרעו לצורך] וחדר"ג וכו' וכן לאחרונה היתר עיסקא\שייטלעך וכו' וכו'.

נאר וואזשע דען? די שאלה איז די באלאנס, וויפיל? וואס? ווען? און ווי? סך הכל איז דער וויכוח ביז ווי מדראעט די ליין.

(גראדע אויב שרייבט ער אלס ראי', חסידים'ס שוואכע חשיבות צו זמן תפילה איז נישט ממש די ענין, ווייל ס'איז נישט אז מ'האט זיך אוועק געזעצט און געזאגט היינטיגע צייטן דארף מען זיך נישט אזוי פארלייגען אויף זמן תפלה... נאר ס'איז מער א נאכלעסיגקייט דוכט זיך...)
ס'איז מיר בעסער צו לאזען א גרויסע ירושה פאר מיינע שונאים, ווי אנקומען ביים לעבן צו מיינע גוטע פריינט... (ר' יחיאל הרופא)
והאיש משה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 47
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 12, 2014 12:00 pm
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל

הודעהדורך חוקר ודורש » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 12:43 pm

http://click1.e.forward.com/qffyympwwrg ... lqzff.html
רבי יששכר כ״ץ נעמט די פעדער אין האנט אריין אין שרייבט אן ארטיקל אין זיין אמאליגע שפראך ״אידיש״, אויפן סאטמאר רב זצ״ל, ווי ער ברענגט ארויס אז די רבי איז געווען מלא סתירות.., ווער עס קען פארטיידיגן די רבי תבוא עליו ברכה.
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 273
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 4:01 pm
האט שוין געלייקט: 394 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 167 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 1:58 pm

אין כאן לא קשיא ולא תירוץ, מ'דארף ניטאמאל זיין א בריסקער צו קענען מחלק זיין.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2514
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2421 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1559 מאל

הודעהדורך chosen people » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 3:49 pm

ווען ער זאגט סתירה'דיג מיינט ער נישט צוזאגן די מין סתירה וואס אינז האבן געהאט אין גמרא. ער ברענגט ארויס ווי אזוי מען קען אנקוקען די רבי'ס עקסטרעמע געפילען אדער שיטות, וואס איז אסאך מאל מן הקצה אל הקצה.
chosen people
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 340
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 1073 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 3:54 pm

דער מענטש איז טאקע אזא בהמה?! ווייל ער האט ליעב געהאט זיין ווייב און טעכטער, איז עס א סתירה אז ער זאל פסקנ'ן לחומרא לגבי ווייבער?! אזוי ווי דער חפץ חיים האט געזאגט, "פונקט ווי צו חכמת התורה איז נישט דא קיין שיעור, אזוי אויך איז נישט דא קיין שיעור אין עמהארצות".

דער איז א געזונטער עם הארץ, אפילו אין זיין אייגענע גארטען איז ער בכלל נישט באהאווענט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8599
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3002 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8061 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 6:51 pm

איך זעה נישט וויאזוי פון בהמה ביזטו אנגעקומען צו עם הארץ, איך קען אסאך תלמידי חכמים בהמות, ביי יעדעם גיבט זיך אנדערש ארויס זיין בהמה'שאפט געוואנדן אין זיין כאראקטער/אגענדע/פארטיי/וכו'. כ'וואלט געזאגט אז ס'איז ענדערש א בחינה פון השוחד יעוור פקחים, אדער א בחינה פון אמונות הכרחיות.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך רביה''ק זי''ע אום דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 8:07 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2514
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2421 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1559 מאל

הודעהדורך איך אויך » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 7:44 pm

מיר איז ענדערש שווער, פון ווי ווייסט יששכר כץ אזדער רבי ז''ל האט פיל ליב געהאט זיין ערשטע ווייב?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5626
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2536 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 2:46 am


אויב דער אמעריקאנער שרייבער ראלף וואלדא עמערסאָן האט רעכט אַז סתירות’דיגע רעיונות איז דער צייכן פון אַ גרויסן מוח, איז ר’ יואליש געווען א גאון עצום. ער איז געווען אַ פּעקל פון סתירות.

ניתי ונחזי

ער איז געווען א חסידישער רבי, אָבער אויך גאָר א גרויסער תלמיד חכם (אן אויסערגעוויינליכע קאמבינאציע).

בימיו איז געווען אסאך אזעלכע. דאס איז אזא פעלער ווי אלע דיינע פראזן.

ער האט ליב געהאט חסידישע ליטעראַטור, אָבער האט געהאסט חסידישע מעשיות. (ער האָט זייער נישט ליב געהאט די חסידישע לעגענדעס. ער האָט זיי געהאלטן פאר לעכערלעך און געגלייבט אז רוב פון זיי זענען אויסדריקליכע שקרים.)

ער איז געווען אן איש אמת וואס האט פיינט געהאט שקר. עכ"פ זאכן וואס ער האט אנגעקוקט אלס שקר, צביעות וכדו'.

ער האָט אויסגעזען חסידיש, אָבער גראַוויטירט צו די ליטוואַקעס. ער האט געהאט גרויס יראת הכבוד פארן לעיקוואודער ראש ישיבה ר’ אהרון קאָטלער, אָבער גאר ווייניג געדולד פֿאַר זיינע חסידישע קאלעגעס, די בעלזער און סקווערער רבי.

ווייניג געדולד פאר בעלזא?! ער האט פאר אים געהאט גרויס כבוד, און שפעטער איז געווען מיינונגס פארשידנהייטן. געדולד איז אלץ געווען.

לגבי סקווער האט איר רעכט, והסיבה ווייל ער האט געליבט אמת, כנ"ל.


ער האָט זיך אידענטיפֿיצירט מיט דער ליטווישער פשטנות’דיגער טעאָלאָגיע, אָבער האָט זיך שטארק אראפגעריסן פון זייער מעטאָדאָלאָגיע פון לערנען גמרא. ער האָט געהאט גאר ווייניג רעספעקט פאר ר’ חיים בריסקער און ר’ שמעון שקאפף, די פּיאָניערן פון דער ליטווישער דרך הלימוד.

סתם שקר. זיין הערצה צו בריסקער רב הגרי"ז איז ידוע לכל. ער האט געהאט רעספעקט פאר אלע גדולי תורה אפי' ליטווישע.

ער האט פאנאטיש געהיטן הלכה, אָבער קיין מאָל זינט ער איז אָנגעקומען קיין אַמעריקע האָט ער אנגעיאגט צו דאווענען שחרית בזמנו. ער איז געווען אַבסעסיוו וועגן היגיענע און פארבראכט שעה’ן יעדן צופרי אין בית הכבוד, ריינינדיג דאס גוף. ווען ער האט געענדיגט איז שוין געווען לאנג נאך זמן תפילה.

זיין הכנה לתפילה איז ביי אים געווען מער פון אלעם, ער האט זיך מוסר נפש געווען אויף דעם ביים קריג, געפאסט וואכן און אוועקגעגעבן זיין ביס פון מויל פאר א גוף נקי. טאקע א שטיקל פלא, אבער ווייט פון צו זיין א סתירה אדער פעלער.

ער האט געהאט גרויס כבוד פאר זיין פֿאָטער, וואס איז זעלטן געווען אין שטוב, אָבער איז געווען פיל נענטער צו זיין מוטער וואס האט אים געהיט ווי דאס אויג אין קאפ.

אויך א סקאנדאל?

ער האט פיל מחשיב געווען קדושת ארץ ישראל אבער שטארק מזלזל געווען אין מדינת ישראל.

גענוי ווי דער הייליגער חזון איש, בריסקער רב וכו'. קדושת הארץ איז נישט נגד התורה און מדינת ישראל יא.

ער איז געווען זייער געטרייַ צו די פרויען אין זיין לעבן. אַלע זענען געשטארבן יונגערהייט, בחייו. (אַ ווייב וואס ער האט פיל ליב געהאט און דריי טעכטער), אָבער אין דער זעלביקער צייט האט ער אנגענומען אַ ראַדיקאַלער הלכה’דיג שטעלונג כלפי פרויען.

אזא ראדיקאלע שטעלונג ווי למשל גור אדער סלאנים? ער איז געווען שארף קעגן אזעלכע שטעלונגען.

ער האט שטענדיג געמוסרט וועגען קדושה אבער מיט דער צייט איז עס געווארן אַן אבסעסיע, ווארענדיג נאכאנאד קעגן נעגאַטיוויע סעקסואלע געדאנקן און אומאיידעלע פריצות’דיגע מעשים.

לא זכיתי להבין.

ער איז געווען ליבליך און ווייך רובֿ פון די צייט, אָבער טייל מאָל איז ער געווען מחלוקת’דיג און פארביסען; ברוגז און געפערליך קריטיש פון אנדערע מענטשן.

אויך משה רבינו איז געווען בייז און פארביסן געוויסע זמנים ווען ער האט געהאלטן אז אידן טוען זאכן נגד התורה. אויב מען מעג זיי פארגלייכן.

ער האט אלעמאל ארויסגעברענגט שטאַרקע געפילן אין די וואס האבען געמאכט זיין באקאנטשאפט: די וועמען ער איז געפעלן האבן אים ממש געליבט און די וואס האבן נישט געהאלטן פון אים האבן אים מורא’דיג פארהאסט, טיילמאל מיט א טיפער און פארביסענער שנאה.

א סתירה פון זיינע שונאים, נישט פון אים.

בקיצור: אן עכטער גדול הדור אבער מיט א סך פעלערן.

וועלכע פעלערן?

סיידן מיר טראַכטן אַז א גדול מיט פילע חסרונות איז מער נישט קיין גדול. אט איז די פילאסאפישע דילעמא: ווען א צדיק האט פערזענליכע שוואכקייטן, הערט ער אויף צו זיין אַ צדיק?

איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2064
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1059 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1280 מאל

אינטערוויו מיט הגאון ר' יששכר כ"ץ - וועקער #14

הודעהדורך חוקר ודורש » זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 8:09 pm

דאס ארגסטע איז וואס ער שרייבט בזה״ל: ״פיל מענטשן גלויבן אז ער איז געווען איינער פון די גרעסטע צדיקים פון אונדזער דור, בשעת אנדערע האלטן אז ער איז געווען ממש דאס פארקערטע״ עכ״ל, ווער פונקליך האלט אז סאקמאר רב איז נישט געווען א צדיק? על כגון דא נאמר חכמים הזהרו בדבריכם!, און שכוח פאר רבי איסר פארן מאכן אויס סתירה..


Sent from my iPhone using Tapatalk
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 273
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 4:01 pm
האט שוין געלייקט: 394 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 167 מאל

הודעהדורך מי אני » זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 8:46 pm

חוקר ודורש האט געשריבן:דאס ארגסטע איז וואס ער שרייבט בזה״ל: ״פיל מענטשן גלויבן אז ער איז געווען איינער פון די גרעסטע צדיקים פון אונדזער דור, בשעת אנדערע האלטן אז ער איז געווען ממש דאס פארקערטע״ עכ״ל, ווער פונקליך האלט אז סאקמאר רב איז נישט געווען א צדיק? על כגון דא נאמר חכמים הזהרו בדבריכם!, און שכוח פאר רבי איסר פארן מאכן אויס סתירה..

לכאורה מיינט ער די תשובה אין בני בנים (ח"ב סימן לד בסופו) ע"ש (ס'איז א משהו שארף). ער זאגט נישט בפירוש אין די (געדרוקטע) תשובה אז ער מיינט דעם סאטמאר רב זצ"ל, אבער עס איז שטארק משמע אזוי (מיט די טענה אז "אותו גדול" האט פוגע געווען בכבודו פון הרב קוק זצ"ל, ועוד). און אפילו דארט זאגט ער "ואין זה פגיעה בצדקתו כי אטו ... לא היה גאון וצדיק" ע"ש. (די תשובה איז סתם אזוי אינטרעסאנט מכח דעם דיון, אין אנהויב תשובה, בנוגע דעם תיור זצ"ל בכלל.)
מי אני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 330
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 2420 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל

אינטערוויו מיט הגאון ר' יששכר כ"ץ - וועקער #14

הודעהדורך חוקר ודורש » זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 10:23 pm

הרב יהודה הנקין שרייבט טאקע אין די תשובה (די שאלה איז געווען צו מען דארף שרייבען אויף סאטמאר רב ״הגאון״ צו ״זצ״ל״, היות עס ווערט מבואר אין זיין כתבים אז די שואל און רוב אידן פון די וועלט זענען נידון כאפיקורסים) בשם זיין זיידע הגרי״א הנקין בזה״ל: אילו היה חי בזמן הבית היה נדון כזקן ממרא. עכ״ל, נעמט דאס נישט אוועק פון סאטמאר רב׳ס צדקות, ווייל מען רעדט דא נישט פון א פאל וואס די רבי האט נישט געוואלט מקבל זיין א פסק פון די בית דין הגדול, און איך קוק אן די ווערטער די זעלבע וועג איך קוק אן די ווערטער פון סאטמאר רב אויף הרב קוק, ודי למבין.
אז מען רעדט שוין פון די תשובה, דער באקאנטער חוקר מלך שפירא האט לעצטענס ארויסגעגעבן א ספר ״אגרות מלכי רבנן״ תשובות פון רבנים ואנשים חשובים אויף שאלות וואס ער האט זיי געשוקט, איז אין סימן נ״א ברענגט ער די תשובה און יא ער איז געווען די שואל! (אין שו״ת בני בנים שטייט נישט ווער די שואל איז), און ער שרייבט צו אן הערה בזה״ל: נער הייתי כשכתבתי אל הרב, ולא ידעתי שאע״פ שהאדמו״ר זצ״ל השתמש בלשונות חריפות כלפי אלה שמודים ב״כפירה״ וה״עבודה זרה״ של הציונות, אין זה אומר שהחזיק כל מי שחלק עליו בזה כאפיקורסות פשוטו כמשמעו. עכ״ל.
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 273
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 4:01 pm
האט שוין געלייקט: 394 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 167 מאל

הודעהדורך מי אני » זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 11:23 pm

דא שרייבט העניך אויך וועגן דעם געדאנק. (א חלק דערפון איז געדרוקט אלס א בריוו צום וועקער 12.)
מי אני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 330
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 2420 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 12:00 am

.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2514
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2421 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1559 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק דער וועקער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט