אינטערוויו מיט הגאון ר' יששכר כ"ץ - וועקער #14

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דער וועקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 343
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 5:51 pm
האט שוין געלייקט: 211 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

אינטערוויו מיט הגאון ר' יששכר כ"ץ - וועקער #14

שליחה דורך דער וועקער »

הגאון רבי יששכר כ"ץ ברענגט אונז א שמועס וואס איר וועט נישט קענען אראפלייגן פון דער האנט. איר וועט לייענען אן אינטערוויו אנגעזאפט מיט אידישקייט, אהבת התורה, מענטשליכקייט, און אזוי אויך צער און יסורים. איר וועט הערן פון הרב כ"ץ זיין עמאציאנעלע לעבנסרייזע פון קליינווייז אן אין וויליאמסבורג, זיין חשוב'ן און באליבטן טאטן ע"ה, זכרונות פון חדר, די ישיבה אין קרית יואל און די מגידי שיעור, שייכות מיט רבנים ווי הג"ר יחזקאל ראטה, הג"ר אברהם חיים שפיצער ז"ל, און נאך, זיין גאר פאפולערער דף יומי שיעור אין בארא פארק, זיין דראמאטישע דריי קיין מאנהעטן און זיין פאסטן אין ישיבת "חובבי תורה", ביז זיין רבנות אין פראספעקט הייטס שול.

הרב כ"ץ זשאלעוועט נישט קיין ווערטער, און שילדערט די דראמאטישע פרקים פון זיין לעבן מיט געפיל און אפנקייט. ער שטעלט נישט ארויף אן אנשטעל פון נצחון און גליק, ווי א וויכטיגע פיגור וואס מיר דארפן זיין דאנקבאר אז ער וויל רעדן צו אונז, נאר מיט זיין ענוות חן איז ער דא זיך צו עפענען פאר אונז, און רעדן אפנהארציג פון זיין לעבן. ער איז כאריזמאטיש, ווארעם, סענסיטיוו, עמאציאנעל; ער רעדט פון זיינע שוועריגקייטן, זיינע ספיקות און חרטות, און זיינע הצלחות צו געפונען שלות הנפש אין זיין אייגן ווינקל אין דעם אויבערשטנ'ס תורה.

הרב יששכר כ"ץ גיט אונז דעם אייגנארטיגן בליק פון ביידע וועלטן - די חסידישע וועלט און די מאדערן-ארטאדאקסישע וועלט. כאטש ער איז געגאנגען פון רעכטס צו לינקס, זעט ער די מעלות און חסרונות פון ביידע. ער וואלט נישט אויפגעטוישט זיין חסידישן לימוד התורה פאר כל חללי דעלמא, ווייל ער ווייסט אז זיינע מאדערנע תלמידים קענען אין אלגעמיין נישט באקומען אזא טיפן פארשטאנד אין תורה ווי דאס וואס ער האט באקומען אין די חרדישע ישיבות. "חסידישע אידן ליגן אין אידישקייט יעדן מינוט פון זייער לעבן," זאגט הרב כ"ץ. "זיי קענען מער לערנען, זיי לעבן עס מער, זיי פראקטיצירן עס מער. רוב חסידישע יונגעלייט קענען עפענען סיי וועלכן ספר פון ספרים שאנק און פארשטיין וואס דארט שטייט. אין דער מאדערנער וועלט איז דאס א מיעוט. חסידישער אידן זענען מער באהאוונט סיי אין לימוד התורה און סיי אין פאקטישע פראקטיצירונג פון אידישקייט. א חסידיש אינגל ווייסט בעסער ווי דעם מאדערנעם אינגל ווי אזוי א חודש תשרי דארף אויסזען אין א אידישן שטוב."

אויב איז אייביג וויכטיג צו הערן וואס א דרויסנדיגער האט צו זאגן וועגן אונז, שטעלט ר' יששכר פאר נישט סתם א דרויסנדיגער בליק, נאר דער בליק פון איינעם וואס איז געווען אינעווייניג און זיין אהבה צו חסידים און חסידות האט זיך קיינמאל נישט פארלאשן.

הרב כ"ץ ווייסט אויך וואס האט אים געצווינגען צו טוישן זיין אידישקייט דירעקציע, און ער שפירט און ווייטאגט פאר די אלע וואס מאכן מיט ענליכע יסורי הנפש, און קענען זיך נישט טרעפן דאס פלאץ אין א געזעלשאפט וואס איז נישט אייביג געאייגנט פאר דעם טיפן טראכטער אדער עמיצער מיט אן אייגנארטיגן נפש. צום באדויערן האט די אידישע וועלט שוין פארלוירן צופיל אזעלכע נפשות יקרות, און הרב כ"ץ ווייזט א פאזיטיוון צוגאנג צו אידישקייט וואס איז אפן צו שכל און פערזענליכע ערפארונגען, אין די ראמען פון תורה און הלכה.

עס דארף באטאנט ווערן אז דער "וועקער" איז נישט דא צו נעמען א שטעלונג אדער געבן אן אינדארסירונג אויף סיי וועמען. פונקט ווי אין אונזערע אנדערע אינטערוויוס מיט פילע קאלירפולע פערזענליכקייטן (ווי הרב פראפ' מארק שפירא, פראפ' שמואל היילמאן, הרב מנשה פילאפף, און נאך), זענען מיר דא צו ברענגען פאר די לייענער טיפע און ברייטע שמועסן מיט פערזענליכקייטן וואס האבן אונז אנצובאטן חומר למחשבה אין די ראמען פון אונזערע אינטערעסן אלס אן ארטאדאקסישע אויסגאבע פאר חסידישע אידן.

די לייענער זענען מכובד צו שרייבן זייערע קאמענטארן אויף דעם ארטיקל.
בייגעלייגטע פיילס
Cover 14.jpg

דער אשכול פארמאגט 216 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר