אינטערוויו מיט הגאון ר' יששכר כ"ץ - וועקער #14

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען

הודעהדורך ימים ידברו » מיטוואך נאוועמבער 07, 2018 12:57 pm

צו אלע חשובע ענטפערער! איך האב נישט די ארטיקעל און פארענט פון מיר יעצט, לייענענדיג זיין ארטיקעל האב איך קלאר געזעהן אז דער יששכר באציט זיך אויף די שינוים פון די חסידים און הלכה ווי דאוונען נאך זמן תפלה און מאכען מיידעל שולעס וואס דאס ניצט ער אלטס ראי' אז מקען צופאסען הלכה לויט די רוח הזמן והתקופה, וואס דאס איז מופרך מעיקרא, בנוגע די חסידישע ענינים מיט הלכה איז א באזינדערע שמיעס וואס פאדערט א לאנגע ארטיקעל וואס את"ל עס איז א עוולה נגד הלכה ווי קומט דאס צו די גאנצע פעמיניסטישע רוח וואס איז נגד יסודות הדת? און והשנית כהאב גהערט אז איינע פון די חשובע תלמידים פון הרב יושע בער סאלוואטשיק וואס איז געווען דער ערשטע ארטאדאקסעישר רב וראש ישיבה וואס האט דורכגעבראכען די חומת הדת מיט לערנין גמרא מיט נשים וואס איז בפירוש נגד הלכה! און א תלמיד וותיק דאכט זיך הרב שעכטער אפשר הרב וויליג וואס זענען די גרעסטע תלמידים האבען מודה געווען אז דאס איז שטארק שילדיג וואס איז ארויסגעקימען די פארפאלטע חובבי תורה וואס זיי זענען נענטער צו קאנסערוויטיוו ווי צו ארטאדאקס און זיי זענען מודה אז דאס געווען א טעות פון זייער גרויסען רבין וואס קומט זיי קרעדיט דעראויף צו זיין מודה על האמת, מיר האפען אז יששכר וועט תשובה טוען און צוריק דרייען זיינע פארקרומטע און פארדארבענע פלפולים של הבל נגד יסודי הדת! ווי אנערקענען מושחתים פון די חטאי דור המביל וואס די תורה הק' איז נתונה מסיני ולא ישונה קיין זיז כל דהוא! און פרויען רבנית רחמנא ליצלן וואס מען קען נישט מתיר זיין אויף קיין שום וועג! און ווייטער די גאנצע פרויען עליות מיט די פאלטשע רחמנית אז זיי ווילען זיין נאנט צום בוכ"ע, זיי ווילען נישט נאר אויסרייסען די תורה נערישע מענטשען מיט קרומע השקפות טרעפען זיי א אוזן קשבת! מיר זענען מתפלל אז וידעו תועי רוח בינה און צוריק קימען צים חיק אבותם און תשובה טוען און זיין מזכי הרבים נישט חלילה פארקערט!
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 490
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 205 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך נאוועמבער 07, 2018 1:03 pm

ימים ידברו האט געשריבן:כהאב גהערט אז איינע פון די חשובע תלמידים פון הרב יושע בער סאלוואטשיק וואס איז געווען דער ערשטע ארטאדאקסעישר רב וראש ישיבה וואס האט דורכגעבראכען די חומת הדת מיט לערנין גמרא מיט נשים

זאג נאר, די דריי הונדערט תנאים וואס האבן געלערנט תורה מיט נשים כמבואר במסכת פסחים דף סב: זענען אויך פסול ביי דיר?! זיי וויסן אז ס'איז שוין דורכגעבאכן געווארן נאך אין די צייטן פון די משנה, כמבואר במסכת סוטה דף כ.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2474
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1494 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 2:29 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
ימים ידברו האט געשריבן:כהאב גהערט אז איינע פון די חשובע תלמידים פון הרב יושע בער סאלוואטשיק וואס איז געווען דער ערשטע ארטאדאקסעישר רב וראש ישיבה וואס האט דורכגעבראכען די חומת הדת מיט לערנין גמרא מיט נשים

זאג נאר, די דריי הונדערט תנאים וואס האבן געלערנט תורה מיט נשים כמבואר במסכת פסחים דף סב: זענען אויך פסול ביי דיר?! זיי וויסן אז ס'איז שוין דורכגעבאכן געווארן נאך אין די צייטן פון די משנה, כמבואר במסכת סוטה דף כ.

אינטערסאנט! אז דער רמב"ם און רבי יוסף קארו האבן נישט געוואוסט דערפון? (גמרא סוטה כא. רמב"ם הלכות תלמוד תורה. שו"ע יו"ד רמו ו.) זיי "פסקנ'ן" אז מ'טאר נישט, און רוב היתירם פון די גדולי ישראל אין די לעצטערע דורות איז נישט געווען צו סתם איגנארירן א אפענע סעיף אין שו"ע, נאר מיט היתירים לצורך הדחק וכו'
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1019
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 881 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 865 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 6:39 pm

טאקע אינטערעסאנט.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2474
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1494 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך דעצעמבער 26, 2018 8:02 pm

לעצטענס ביי זיין אושפיזין מאנטאג נאכט, האט ראביי כץ עפעס פארפירט. איינער ווייסט די פרטים?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8546
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8012 מאל

הודעהדורך והאיש משה » מיטוואך דעצעמבער 26, 2018 8:59 pm

ראובן האט געשריבן:
ימים ידברו האט געשריבן:למשל די אליינס שעמסט דיך נישט צו זאגען א קל וחומר מה דאך די חסידים מאכען טוישעניגען מיט זמן תפלה וואס איז אקעגין די הלכה וועגען א איינרעדעניש פון חולי מעיים, ממילא מעג מען חתונה האבען די זעלבע מין, וואס איז אטקעגין אפענע פסוקי תורה!


איך בין אויך קעגן דעם וועקער מכמה וכמה טעמים הידועים והכמוסים עמדי, אבער כ'האב פארשאפט דעם וועקער פון א חבר, און כ'האב דאס בכלל נישט געטראפן דערינען. אפשר קענסטו מיר אנצייכנען וואו גענוי הרב כ"ץ האט דאס געזאגט?

און איך כ'האב ליידער אפי' נישט קיין חבר וואס האט די וועקער, מיר עס צו פארבארגען אז איך זאל עס קאנען ליינען.

אבער איך פארשטיי נישט מה כל הרעש? דאס איז דאך קלאר ווי די טאג ומובן לכל בר דעת בינוני -שכל התורה המצויה אתה בידינו הנתונה על ידי משה רבינו- איז שטארק רעפארמירט געווארען במשך די דורות, און ס'דא דערצו הונדערטער אז נישט טויזענטער ראיות שאין כאן מקומו להאריך כגון עירוב וכל מיני תקנת חז"ל [בין מה שהוסיפו ובין מה שגרעו לצורך] וחדר"ג וכו' וכן לאחרונה היתר עיסקא\שייטלעך וכו' וכו'.

נאר וואזשע דען? די שאלה איז די באלאנס, וויפיל? וואס? ווען? און ווי? סך הכל איז דער וויכוח ביז ווי מדראעט די ליין.

(גראדע אויב שרייבט ער אלס ראי', חסידים'ס שוואכע חשיבות צו זמן תפילה איז נישט ממש די ענין, ווייל ס'איז נישט אז מ'האט זיך אוועק געזעצט און געזאגט היינטיגע צייטן דארף מען זיך נישט אזוי פארלייגען אויף זמן תפלה... נאר ס'איז מער א נאכלעסיגקייט דוכט זיך...)
ס'איז מיר בעסער צו לאזען א גרויסע ירושה פאר מיינע שונאים, ווי אנקומען ביים לעבן צו מיינע גוטע פריינט... (ר' יחיאל הרופא)
והאיש משה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 46
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 12, 2014 12:00 pm
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק דער וועקער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט

cron