נחום דער פריידענקער (וועקער 14)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דער וועקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 343
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 5:51 pm
האט שוין געלייקט: 211 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

נחום דער פריידענקער (וועקער 14)

שליחה דורך דער וועקער »

אינעם וועקער פאר תשרי-חשון תשע"ט ערשיינט א קורצע הומאריסטישע דערציילונג מיט'ן נאמען "נחום דער פריידענקער". די דערציילונג איז געשריבן געווארן דורך "טוביה שמייכעל", א פסעוודאנים פון חנא גאטעספעלד - א גאליציאנער אימיגראנט צו ניו יארק. ווי מיר האבן געשריבן אינעם וועקער, איז די דערציילונג צו ערשט געדרוקט געווארן אינעם "פארווערטס", ג' תשרי תש"ז. וואס מיר האבן נישט געשריבן דארטן, איז די וויכטיגקייט פון יענעם טאג. ג' תשרי תש"ז איז געווען דער ערשטער טאג וואס דער סאטמארער רבי האט שפאצירט אויף אדמת אמעריקע נאכ'ן אראפקומען פון דער שיף. די דערציילונג איז געווען א גוטע אריינפיר צו דער אידישקייט אין אמעריקע וואס האט אפגעווארט דעם רבי'ן, און וואס ער האט געדראעט אונטערצוברענגען.

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר