בלאט 1 פון 1

תורת ישעיהו ליבוביץ (וועקער 14)

נשלח: זונטאג אקטאבער 07, 2018 10:57 am
דורך דער וועקער
א הויפט ארטיקל אינעם וועקער פאר תשרי-חשון תשע"ט איז איבער די געדאנקען פון דעם בארימטן און קאנטראווערסיאלן דענקער ישעיהו ליבוביץ, געשריבן דורך פראפעסאר יעקב ירון לואיס פון קאנאדע. לואיס איז א ווארימער איד מיט א שטארקער ליבשאפט פאר חסידות און חסידישע רביים און מעשיות. אין אן אינטערוויו וואס דער "מאמענט" האט אפגעהאלטן מיט אים עטליכע יאר צוריק, האט ער דערציילט איבער זיין התקשרות מיט האדמו"ר מטאהש ז"ל, און זיין ליבשאפט צו זיינע ספרים.

ווען פראפעסאר לואיס האט געלייענט דעם ארטיקל "אמונה קריזיס" וואס איז ערשינען אין וועקער נומער 9, האט עס אים שטארק צעשוידערט. און אין רעאקציע האט ער געשריבן דעם ארטיקל איבער ישעיהו ליבוביץ, צו עפענען א וועלט פון מחשבה וואס קען צונוצקומען פאר טראכטנדע אידן.

דער ארטיקל צענעמט הערליך די מיינונגען פון דעם גרויסן דענקער, און גייט טיף אריין אין די יסודות פון אידישקייט און אמונה.