אן וואקסינירן איז עס סכנת נפשות – לייענט דעם גאנצן ארטיקל

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען

אן וואקסינירן איז עס סכנת נפשות – לייענט דעם גאנצן ארטיקל

הודעהדורך דער וועקער » דינסטאג נאוועמבער 13, 2018 1:52 pm

צוריק אין וועקער נומער 8 האט דר. @שלום בערגער שוין געווארנט וועגן די געפערליכע נאכפאלגן וועלכע קענען געשען אלס רעזולטאט פון נישט וואקסינירן. לייענט דעם גאנצן ארטיקל אויף אונזער טעלעגראם טשענעל:

https://t.me/derveker/79
איר קענט שוין באשטעלן דעם וועקער פון תשרי תש"פ!
https://www.amazon.com/Veker-Vol-16-Yid ... 934730971/
באניצער אוואטאר
דער וועקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 183
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 122 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 644 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג נאוועמבער 13, 2018 2:38 pm

באמת, שוין דעמאלס ווען דער וועקער איז ארויס געקומען, האט @ארי נוהם געשריבען אביסל נעגאטיוו אוי, די ארטיקל, און איך וויל עפעס דערמאנען דערוועגן. איך האב געזען אויף @שלום ברגר'ס פעיסבוק ווי איינער פרעגט אים הלמאי שרייבען זיי נישט דירעקט צו די אנטי-וואקסערס זיי אויפצווייזען זייער גרייז. אלע מאמרים רעדען אין א נעגאטיווע אופן, להראות קלונם פון די אנטי-וואקסערס. איך זעי אייביג אז אסאך מענטשען זענען נישט קיין אנטי-וואקסערס, זיי גלויבען נישט די אלע קאנספיראציעס. אבער גענוג אז זיי זאלען נישט איינזען די וויכטיגקייט פון געבען די שאטס יעצט און היינט, גענוג אז זיי זאלען זיך נישט מוטשען ווען זיי ווייסען אז יענער נאכט וועט דער קינד וויינען, גענוג אז זיי זאלען חושש זיין און אפשטופען, אזוי פיל גלויבען זיי. מ'דארף רעדען צו זיי, ווייל אלע דאקטוירים רעדען אראפ צו די מאמעס, זיי רעגען זיך ווען איינער פרעגט עפעס, כאילו מ'באשולדיגט זיי מיט ווילען פאראורזאכען אוטיזם פאר זייער הנאה. ד"ר ברגר האט געענטפערט אז עס איז דא אסאך פארשונגען אויף וויאזוי צו רעדען צו אנטי-וואקסערס, און עס איז נישט דא קיין וועג צו ענדערן זייער מיינונג.

פערזענליך גלויב איך נישט די פארשונגען, ווייל אויפריכטיגע פארשונגען אויף פסיכולוגיה איז באמת אוממעגליך, און עס איז נישט נאנט צו די מאס ווארהייט און אויסגעהאלטענקייט פון מעדיצינישע פארשונגען. יעדער וואס האט צו טון מיט מענטשען ווייסט אז דירעקטע אטאקעס טוישען נישט קיין מיינונגען, עכ"פ נישט פון דער מענטש מיט וועמן דו רעדסט. מ'קען אריין גייען פון די אנדערע טיר, רעדען מיט דרך ארץ, עפענען יענעמ'ס קאפ אז ער זאל אליינס פארשטייען. די זאכען פאדערן חכמה און מדות טובות, ולאו כל מוחא סביל דא.

איך שרייב דא ווייל איך קען איינער א פרוי וואס האט אייביג געהאט א שווערע הארץ ביים וואקסינעיטען, ווייל דער דאקטאר ענטפערט נישט די שאלות. פון דעם האט זי אנגעהויבען טראכטן אז עס איז נישט דא קיין תירוצים, און עס האט איר געציפט יעדעס מאל זי האט געמוזט נעמען די קינד פאר שאטס, און דעריבער האט זי אפגעשטופט וויפיל מעגליך. איך האב איר געגעבן די בוך (מ'קען ליינען אויף די בוך דא) און הפלא ופלא, עס האט געפועל'ט א ישועה. פון א מענטשליכע באציאונג, מיט א פרויערישע בליק, האט עס ביי איר געפועל'ט אז עס איז יא דא תירוצים און עס איז נישט סתם הפקר.

די טרוקענע פאקטען זענען לאו דוקא די וועג אריין אין מענטשנ'ס הערצער, ובפרט היימישע ווייבער וואס זענען נישט געגאנגען אין קאלעדזש און זענען נישט צוגעוואוינט צו טעכנישע פארשונגען און גריבלען אין די מציאות. און אזוי איז פאר מענער אויך. די וואס האבען געשריבען דא אין שטיבל קעגען וואקסינען וואלט מען אויך געקענט איבערצייגען (אחוץ די וואס זענען איינגעבאקענע מתנגדים, פאר זיי דארף מען נאר דאווענען), ווען מ'נעמט זיך צו זייערע טראכטסגאנג און מ'רעדט צו זיי.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ליטוואק פון בודאפעסט אום מיטוואך נאוועמבער 14, 2018 5:33 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8600
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3002 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8062 מאל

הודעהדורך חתם סופר » דינסטאג נאוועמבער 13, 2018 4:35 pm

גראדע איז שלום בערגער'ס ארטיקעל בכלל נישט נעגאטיוו. זייער הנאה געהאט
באניצער אוואטאר
חתם סופר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 693
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 18, 2013 12:43 am
האט שוין געלייקט: 546 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 734 מאל

הודעהדורך דאכצעכמער » פרייטאג נאוועמבער 16, 2018 3:27 pm

The new "DER SHTAREN" have a wonderful article about vaccination
Most read it
דאכצעכמער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 148
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 27, 2018 12:31 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 83 מאל


גיי צוריק דער וועקער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט