באמת, שוין דעמאלס ווען דער וועקער איז ארויס געקומען, האט @ארי נוהם געשריבען אביסל נעגאטיוו אוי, די ארטיקל, און איך וויל עפעס דערמאנען דערוועגן. איך האב געזען אויף @שלום ברגר'ס פעיסבוק ווי איינער פרעגט אים הלמאי שרייבען זיי נישט דירעקט צו די אנטי-וואקסערס זיי אויפצווייזען זייער גרייז. אלע מאמרים רעדען אין א נעגאטיווע אופן, להראות קלונם פון די אנטי-וואקסערס. איך זעי אייביג אז אסאך מענטשען זענען נישט קיין אנטי-וואקסערס, זיי גלויבען נישט די אלע קאנספיראציעס. אבער גענוג אז זיי זאלען נישט איינזען די וויכטיגקייט פון געבען די שאטס יעצט און היינט, גענוג אז זיי זאלען זיך נישט מוטשען ווען זיי ווייסען אז יענער נאכט וועט דער קינד וויינען, גענוג אז זיי זאלען חושש זיין און אפשטופען, אזוי פיל גלויבען זיי. מ'דארף רעדען צו זיי, ווייל אלע דאקטוירים רעדען אראפ צו די מאמעס, זיי רעגען זיך ווען איינער פרעגט עפעס, כאילו מ'באשולדיגט זיי מיט ווילען פאראורזאכען אוטיזם פאר זייער הנאה. ד"ר ברגר האט געענטפערט אז עס איז דא אסאך פארשונגען אויף וויאזוי צו רעדען צו אנטי-וואקסערס, און עס איז נישט דא קיין וועג צו ענדערן זייער מיינונג.
פערזענליך גלויב איך נישט די פארשונגען, ווייל אויפריכטיגע פארשונגען אויף פסיכולוגיה איז באמת אוממעגליך, און עס איז נישט נאנט צו די מאס ווארהייט און אויסגעהאלטענקייט פון מעדיצינישע פארשונגען. יעדער וואס האט צו טון מיט מענטשען ווייסט אז דירעקטע אטאקעס טוישען נישט קיין מיינונגען, עכ"פ נישט פון דער מענטש מיט וועמן דו רעדסט. מ'קען אריין גייען פון די אנדערע טיר, רעדען מיט דרך ארץ, עפענען יענעמ'ס קאפ אז ער זאל אליינס פארשטייען. די זאכען פאדערן חכמה און מדות טובות, ולאו כל מוחא סביל דא.
איך שרייב דא ווייל איך קען איינער א פרוי וואס האט אייביג געהאט א שווערע הארץ ביים וואקסינעיטען, ווייל דער דאקטאר ענטפערט נישט די שאלות. פון דעם האט זי אנגעהויבען טראכטן אז עס איז נישט דא קיין תירוצים, און עס האט איר געציפט יעדעס מאל זי האט געמוזט נעמען די קינד פאר שאטס, און דעריבער האט זי אפגעשטופט וויפיל מעגליך. איך האב איר געגעבן די
בוך (מ'קען ליינען אויף די בוך
דא) און הפלא ופלא, עס האט געפועל'ט א ישועה. פון א מענטשליכע באציאונג, מיט א פרויערישע בליק, האט עס ביי איר געפועל'ט אז עס איז יא דא תירוצים און עס איז נישט סתם הפקר.
די טרוקענע פאקטען זענען לאו דוקא די וועג אריין אין מענטשנ'ס הערצער, ובפרט היימישע ווייבער וואס זענען נישט געגאנגען אין קאלעדזש און זענען נישט צוגעוואוינט צו טעכנישע פארשונגען און גריבלען אין די מציאות. און אזוי איז פאר מענער אויך. די וואס האבען געשריבען דא אין שטיבל קעגען וואקסינען וואלט מען אויך געקענט איבערצייגען (אחוץ די וואס זענען איינגעבאקענע מתנגדים, פאר זיי דארף מען נאר דאווענען), ווען מ'נעמט זיך צו זייערע טראכטסגאנג און מ'רעדט צו זיי.