בלאט 1 פון 1

דער "וועקער" בעט 2-3 מינוט פון אייער צייט

נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 10:51 am
דורך דער וועקער
א גוטן געטרייע לייענער פונעם "וועקער",

בעת מיר ארבעטן אויף דעם קומענדיגן וועקער, זענען מיר אויך פארנומען מיט א טעכנישן פראבלעם וואס וועט אונז פיל פארשווערן דאס ווייטער ארויסגעבן דעם וועקער, און מיר דארפן אייער הילף. וועקער איז ביז היינט געדרוקט געווארן דורך "קריעיטספעיס", א פירמע וואס איז אונטער דעם אייגנטום פון אמאזאן. די מעלה פון קריעיטספעיס איז געווען אז מיר האבן בלויז געדארפט שיקן די פארטיגע פיילס, און זיי האבן געדרוקט וויפיל וועקערס ס'האט זיך אויסגעפעלט לויט די באשטעלונגען. מיר האבן נישט געדארפט דרוקן פאראויס, און מיר האבן נישט געדארפט זיין פארנומען שיקן ארדערס.

אין די לעצטע וואכן האט אמאזאן אפגעשלאסן קריעיטספעיס, און האט אריבערגעפירט אלע קאסטומערס צו אן ענליכן סערוויס מיט'ן נאמען KDP. דער סערוויס איז כמעט דאס זעלבע, אבער ס'פארמאגט שפראך באגרעניצונגען, און דערווייל ערלויבן זיי נישט דרוקן ביכער אין אידיש אדער עברית.

טעכניש דארף עס נישט זיין שווער פאר אמאזאן דורכצופירן, ווייל אראביש איז יא אן אנערקענטע שפראך, ממילא איז קלאר אז זיי קענען דרוקן רעכטס-אויף-לינקס. זיי דארפן נאר פילן אז עס איז דא א 'דעמענד' פאר די צוויי שפראכן, אידיש און עברית.

ווילן מיר בעטן אלע אונזערע לייענער אז מ'זאל ביטע אפשיקן א בקשה צו אמאזאן אז מ'זאל צולייגן אידיש און עברית אלס שפראכן צו קענען דרוקן מיט KDP. אמאזאן גיט פרעפערענץ פאר שפראכן וועלכע זענען ריזיג גרויס. מיר זענען טאקע א קליין הייפעלע אידן, אבער אויב אלע פון אונזערע לייענער וועלן אפשיקן אזא בקשה זענען מיר זיכער אז מ'וועט בע"ה עפעס קענען אויפטון.

גלייכצייטיג וועט דאס אויך זיין א טובה פאר פילע כוללים און ישיבות וועלכע האבן ביז היינט גענוצט קריעיטספעיס צו דרוקן קובצים להגדיל תורה ולהאדירה, און נאך מחברים פון ספרים און ביכער אין לשה"ק און אידיש.

פאלגנד איז א סעמפל בריוול:

קוד: וועל אויס אלע

Subject: Support Yiddish and Hebrew on KDP

Dear Amazon/KDP,

I have been a customer of books in Yiddish and Hebrew printed and sold by CreateSpace on Amazon. Now, with KDP taking over the service, these languages are not supported anymore for new books.

Unlike big languages, minority languages need the support of the print-on-demand system to be able to grow and flourish. I implore you to please reconsider, and include Yiddish and Hebrew in the languages supported by KDP -- specifically for print.

Sincerely,
[Name]


צו שיקן דעם בריוו, גייט דא: https://kdp.amazon.com/en_US/contact-us

אויף דער לינקער זייט, קליקט: "Moving from CreateSpace to KDP".

לייגט אריין אייער מעסעדזש אויף דער רעכטער זייט, און קליקט Send message.

א גרויסן דאנק פאר אייער הילף!

אויב ס'איז אייך נישט שווער, ביטע שרייבן אין דעם אשכול אז איר האט געשיקט א בריוול, מרבה צו זיין קנאת סופרים.