בלאט 1 פון 4

דער "וועקער" בעט 2-3 מינוט פון אייער צייט

הודעהפורסם: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 10:51 am
דורך דער וועקער
א גוטן געטרייע לייענער פונעם "וועקער",

בעת מיר ארבעטן אויף דעם קומענדיגן וועקער, זענען מיר אויך פארנומען מיט א טעכנישן פראבלעם וואס וועט אונז פיל פארשווערן דאס ווייטער ארויסגעבן דעם וועקער, און מיר דארפן אייער הילף. וועקער איז ביז היינט געדרוקט געווארן דורך "קריעיטספעיס", א פירמע וואס איז אונטער דעם אייגנטום פון אמאזאן. די מעלה פון קריעיטספעיס איז געווען אז מיר האבן בלויז געדארפט שיקן די פארטיגע פיילס, און זיי האבן געדרוקט וויפיל וועקערס ס'האט זיך אויסגעפעלט לויט די באשטעלונגען. מיר האבן נישט געדארפט דרוקן פאראויס, און מיר האבן נישט געדארפט זיין פארנומען שיקן ארדערס.

אין די לעצטע וואכן האט אמאזאן אפגעשלאסן קריעיטספעיס, און האט אריבערגעפירט אלע קאסטומערס צו אן ענליכן סערוויס מיט'ן נאמען KDP. דער סערוויס איז כמעט דאס זעלבע, אבער ס'פארמאגט שפראך באגרעניצונגען, און דערווייל ערלויבן זיי נישט דרוקן ביכער אין אידיש אדער עברית.

טעכניש דארף עס נישט זיין שווער פאר אמאזאן דורכצופירן, ווייל אראביש איז יא אן אנערקענטע שפראך, ממילא איז קלאר אז זיי קענען דרוקן רעכטס-אויף-לינקס. זיי דארפן נאר פילן אז עס איז דא א 'דעמענד' פאר די צוויי שפראכן, אידיש און עברית.

ווילן מיר בעטן אלע אונזערע לייענער אז מ'זאל ביטע אפשיקן א בקשה צו אמאזאן אז מ'זאל צולייגן אידיש און עברית אלס שפראכן צו קענען דרוקן מיט KDP. אמאזאן גיט פרעפערענץ פאר שפראכן וועלכע זענען ריזיג גרויס. מיר זענען טאקע א קליין הייפעלע אידן, אבער אויב אלע פון אונזערע לייענער וועלן אפשיקן אזא בקשה זענען מיר זיכער אז מ'וועט בע"ה עפעס קענען אויפטון.

גלייכצייטיג וועט דאס אויך זיין א טובה פאר פילע כוללים און ישיבות וועלכע האבן ביז היינט גענוצט קריעיטספעיס צו דרוקן קובצים להגדיל תורה ולהאדירה, און נאך מחברים פון ספרים און ביכער אין לשה"ק און אידיש.

פאלגנד איז א סעמפל בריוול:

קאוד: וועל אויס אלע
Subject: Support Yiddish and Hebrew on KDP

Dear Amazon/KDP,

I have been a customer of books in Yiddish and Hebrew printed and sold by CreateSpace on Amazon. Now, with KDP taking over the service, these languages are not supported anymore for new books.

Unlike big languages, minority languages need the support of the print-on-demand system to be able to grow and flourish. I implore you to please reconsider, and include Yiddish and Hebrew in the languages supported by KDP -- specifically for print.

Sincerely,
[Name]


צו שיקן דעם בריוו, גייט דא: https://kdp.amazon.com/en_US/contact-us

אויף דער לינקער זייט, קליקט: "Moving from CreateSpace to KDP".

לייגט אריין אייער מעסעדזש אויף דער רעכטער זייט, און קליקט Send message.

א גרויסן דאנק פאר אייער הילף!

אויב ס'איז אייך נישט שווער, ביטע שרייבן אין דעם אשכול אז איר האט געשיקט א בריוול, מרבה צו זיין קנאת סופרים.

הודעהפורסם: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 11:14 am
דורך מיימון
געשיקט

הודעהפורסם: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 11:17 am
דורך יין שרף
שלחתי

הודעהפורסם: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 11:53 am
דורך חתם סופר
געשיקט

הודעהפורסם: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 12:07 pm
דורך פיקאסא
געשיקט!
ולה' הישועה.

הודעהפורסם: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 12:10 pm
דורך ראובן
ג"א שלחתי.

הודעהפורסם: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 12:30 pm
דורך chosen people
אפּגעטוהן מיין שליחות פאר'ן היינטיגע טאג.

הודעהפורסם: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 12:51 pm
דורך סימפל
געשיקט

הודעהפורסם: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 12:56 pm
דורך איש חזון
ראובן האט געשריבן:ג"א שלחתי.

פארוואס לייקט דיך נישט 'דער וועקער'? :lol:

הודעהפורסם: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 12:58 pm
דורך רויטע וואנצעס
סארי משולחים, כ'האב שוין געטוען מיין טעגליכע חסד.

הודעהפורסם: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 1:01 pm
דורך קריינא דאיגרתא
קריינא דאיגרתא איהו הוי פרוונקא.

הודעהפורסם: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 1:11 pm
דורך פרייוויליג
Done

Re: דער "וועקער" בעט 2-3 מינוט פון אייער צייט

הודעהפורסם: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 1:26 pm
דורך פליקער
איך האב זיי אריין געפליקט

הודעהפורסם: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 1:48 pm
דורך נולד מאוחר
Done

הודעהפורסם: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 1:50 pm
דורך שמערל
געשיקט

הודעהפורסם: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 1:57 pm
דורך יין שרף
ראובן האט געשריבן:ג"א שלחתי.

געלייקט שלא יהא שולחנך מלא ושולחן רבך ריקם..

הודעהפורסם: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 2:10 pm
דורך ראובן
:lol:

הודעהפורסם: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 2:13 pm
דורך וויליאמסבורגער
געטוהן

Re: דער "וועקער" בעט 2-3 מינוט פון אייער צייט

הודעהפורסם: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 2:13 pm
דורך קאלטגעבראטן
געשיקט

Sent from my Moto G (4) using Tapatalk

הודעהפורסם: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 2:15 pm
דורך איסר האטלקי
דער מספר צפיות וואס דער אשכול האט צייגט אז עיני עמך בם תליות, כלל ישראל קוקט ארויס מיט שפאנונג אויפן קומענדיגן וועקער!
אדער אז איינער האט נישט וואס צו טון און האלט אין איין עפענען דעם אשכול....

הודעהפורסם: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 2:42 pm
דורך וואלווי
לכבוד הנהלת עמעזאן.

ביטע העלף ראובן דריקען די וועקער אויף אידיש.

א דאנק. אייער פריינט - וואלווי


געשריבן גענוג גרויס אז @איסר האטלקי זאל דאס קענען לייענען

הודעהפורסם: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 2:49 pm
דורך המלוכה והממשלה
געשיקט

הודעהפורסם: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 2:56 pm
דורך עסקן בדברים
געשיקט

Re: דער "וועקער" בעט 2-3 מינוט פון אייער צייט

הודעהפורסם: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 3:12 pm
דורך mevakesh
געשיקט

Sent from my XT1060 using Tapatalk

הודעהפורסם: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 3:31 pm
דורך גראדעמעכעלע
געשיקט.