וועקער נומער 15 איז אט אט דא!

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען

וועקער נומער 15 איז אט אט דא!

הודעהדורך דער וועקער » מאנטאג פעברואר 18, 2019 6:00 pm

ברוך הטוב והמטיב. די בשורה טובה אז דער וועקער נומער 15 וועט שוין אט אט זיין צו באקומען, פארלאנגט א נייעם אשכול...!

איר אלע ווייסט אוודאי אז עס איז נישט גרינג געווען ווייטער אנצוגיין נאכדעם וואס קריעיטספעיס האט זיך פארמאכט, און אין צוגאב צו דער געווענליכער עבודה קשה שבמקדש וואס עס פארלאנגט זיך ארויסצוגעבן דעם וועקער, האבן מיר דאס מאל געדארפט נאך מער שוויצן אויסצוארבעטן א פרישן מהלך פאר'ן דרוקן.

חסדי ה' אז מיר גייען אין א גוטער ריכטונג, און מיר האפן אז דער וועקער וועט זיין צו באקומען אין די קומענדיגע טעג.

פאלגנד איז א שטיקל איבערבליק וואס איז דא צו ערווארטן אינעם פרישן וועקער.

וועקער נומער 15 איז קנאפע 200 זייטן, אנגעפאקט מיט דעם שענסטן חומר וואס איר קענט געפונען אין א אידישער אויסגאבע. דער הויפט ארטיקל איז אן ערשט-מאליגער און אייגנארטיגער פארש-ארבעט מיט גרויסע חידושים - געשריבן דורך @ראובן. דער ארטיקל, בעסער געזאגט: פראיעקט, וועט אייך נישט נאר געבן א נייעם פארשטאנד אין דער געזעלשאפטליכער עוואלוציע פון דעם יהדות החרדית, נאר אויך לערנען גאנצע בלעטער היסטאריע פון פריערדיגן דור.

נאך אן אריגינעלער ווערק ערשיינט פון הרב @יהודה מאשקאוויטש, וואס ווארפט אריין א פלאקן אין דעם באגריף אז אקאדעמיקער און פראפעסארן פארשטייען און ווייסן אלעס.

@קטלא קניא ברענגט אונז א קאמישע דערציילונג באגלייט מיט אריגינעלע אילוסטראציעס. איר וועט זיך האלטן ביי די זייטן... קטלא איז נישט נאר פארנומען מיט מרבין בשמחה, נאר ער איז נאך אונטערן רושם פון דער שרעקליכער פיטסבורג טראגעדיע, און טיילט מיט אונז זיינע קאלעמוטנע געדאנקען.

אונזער פריינט @מיימון אנטוישט נישט ווידער מיט זיין דריטן ארטיקל אין דער חכמות חיצוניות סעריע. א בליק אריין אין דער תקופת הראשונים, און די חכמות מיט וועלכע זיי האבן זיך אפגעגעבן.

הרב @יצחק לאווי ברענגט אונז א שיעור מבית מדרשו, א הערליכער מאמר אויף די י"ג עיקרים.

@נח פייפער האלט אפ אן אינטערוויו מיט מנשה לוסטיג איבער זיין נייעם בוך "פערציג קאפיטלען פון מיין לעבן".

פאעזיע פון @ונבנתה העיר, א בוך-רעצענזיע פון @שלום בערגער, א באטראכטונג אויף הרב שאול יצחק ראבינאוויטש, אן ארטיקל פון @מנשה לוסטיג, און אוודאי, מאזאאיק, בליצן, בימים ההם, עצה-פלייצע, און נאך...
דער וועקער פאר אדר-ניסן תשע"ט איז שוין דא צו באקומען!
גיט א קליק: https://www.amazon.com/dp/1934730963
באניצער אוואטאר
דער וועקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 167
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 117 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 555 מאל

Re: וועקער נומער 15 איז אט אט דא!

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג פעברואר 18, 2019 6:08 pm

על בשורה טובה מברכין בלאה בלאה בלאה

א געוואלדיגע שטיק נייעס! כאטש איך האב נישט קיין גרויסע שייכות מיט די יעצטיגע וועקער, בין איך זייער אנציקט צו הערן די נייעס אז מ׳קען אוועק לייגען דער יתד און דער עמי מאגאזין, מ׳עט נישט דארפן איינשלאפען מיט דער מאמענט און מארשמאלאו, עס איז דא צו ליינען פון די העכערע קוואליטעט וואס אונז זע׳מיר צוגעוואוינט.

בד בבד, וויל איך זיך צושטעלן צו די פראבלעם פון די פארמאכונג פון קריעיטספעיס. די נייע קאמפאניס זענען טייערע און שווערערע זיך צו באנוצן דערמיט, אבער מיט די צייט וועט עס ווערן האפעדיג לייכטער און ביליגער.

כה לחי!

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8546
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8012 מאל

הודעהדורך שקד » מאנטאג פעברואר 18, 2019 7:28 pm

יגעת ומצאת.. בחודש אשר ישועות בו מקיפות.

כ'האלט באמת, אז מ'וואלט ווען געברויכט גוזר תענית זיין, אויף דעם גזירה קשה, אז מ'קען מער נישט דרוקן אנליין ביכער ספרים און סיי וועלכע יודיש בוכשטאביגע פארמאט - לאמיר האפן ס'וועט צעריסן ווערן די גזירה במהרה.
שקד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 196
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 9:25 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 259 מאל

Re: וועקער נומער 15 איז אט אט דא!

הודעהדורך נעגעל וואסער » מאנטאג פעברואר 18, 2019 8:28 pm

א יישר כוח וועקער שטאב פון פאראויס.
אויב קען מען עס מער נישט קויפן ביי עמאזאן דארף מען זיכער מאכן אז עס קומט אהן צו אלע היימישע געשעפטן!
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 657
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:44 pm
האט שוין געלייקט: 1527 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

Re: וועקער נומער 15 איז אט אט דא!

הודעהדורך מארמאראשער » מאנטאג פעברואר 18, 2019 8:55 pm

וועט עס נאכאלס זיין צובאקומען אויף אמאזאן ?

Sent from my SM-G1650 using Tapatalk
מארמאראשער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 64
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 4:35 am
האט שוין געלייקט: 60 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » דינסטאג פעברואר 19, 2019 1:03 am

כ'בין זייער עקסייטעט, אויפגעהייטערט און דעלייטעט.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4853
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9791 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9441 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » דינסטאג פעברואר 19, 2019 1:39 am

חסדי ד' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו

אוי, בך בטחו אבותנו בטחו ותפלטימו
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2500
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3903 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2609 מאל

הודעהדורך כוכב » דינסטאג פעברואר 19, 2019 1:57 pm

חברה חברה, ראובן האט מיך אריינגעלאזט אביסל אונטער'ן פורהאנג און וואסזשע זאל איך אייך זאגן, כ'האב באקומען ממש גוזבאמפס, גוזבאמפס פארוואס וועקער קען מיך ווידעראמאל מאכן גוזבאמפס ווען כהאב געמיינט אז כ'האב שוין אלעס געזען און מווייסמער שוין בערך פון וואס מ'רעדט, גוזבאמפס פון די רייכע אויספירליכע טריגערנדע ברעמען אויפהייבנדע ארטיקלען, גוזבאמפס פון די אויסנאמליכע קאליר וואס וועקער טראגט מיט ארטיקלען פון אלע סארטן לייכטע און שווערע ערנסטע און הומאריסטישע, טיפע און גרינגע ווי א רעגנבויגנדע כרכא דכולי' ביה.
ס'איז בכלל נישט קיין גוזמא צו זאגן אז דער וועקער איז דער חסידישער ניו יארקער, מ'רעדט דא פון חומר זשאסט אנבעליוועבל, טיף און רייך, פראפעסיאנאל און דייווערס, יעדע וועקער קומט מיט א פרישן טוויסט און מיט נייע סארט ארטיקלען איבער נייע טעמעס אויף א ניווא וואס מ'דארף זיך ציפן צי ס'איז עכט. .
לעצטנס ווען ראובן בעט מיך איך זאל שרייבן אן ארטיקל פאר וועקער כאפט מיך אן ממש א פאראנויע פון במקום גדולים אל תעמוד איך פיל באמת ווי ווער ווייסט צי מיינע סחורה קומען נאך די וועקער קוואליטעט.
אלנפאלס, א גוטע זאך קומט אן שווער און יעדער האט מיטגעהאלטן די פעטש וואס מ'האט געכאפט ווען עמעזאן האט אונז געוויזן די מיטלסטע פינגער, סאיז גענוג שווער צו גיין אין דרוק מיט אזא זשורנאל אן קיין שום בעקינג און אן קיין שום אינטערעסע, קיינער פארדינט נישט דא קיין געלט און ניטאמאל כבוד, ווער רעדט נאך ווען ס'קומט צו איבעריגע קאפ וויי. איז אדער זענען די עורכים כותבים און מגיהים פון וועקער די פיינסטע מענטשן זינט וועלט באשאף וואס שאפן נייע מוסטערן אין חסד של אמת און זענען גרייט זיך מקריב צו זיין פאר אן אידיאל פון זיכוי הרבים אן די מינדעסטע אייגענע אינטערעסן אדער פארדינסטן אדער זענען זיי פשוט פאררוקט.
כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2419
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 4929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6776 מאל

הודעהדורך שיטה מקובצת » דינסטאג פעברואר 19, 2019 6:25 pm

איך קוק ארויס פאר די נייע אויסגאבע, אבער אינצווישן וועל איך מזכה זיין די עולם מיט מיין ארטיקעל וואס די וועקער רעדאקציע האט נישט געוואלט אננעמען. viewtopic.php?f=13&t=12955
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.

--שיטה מקובצת
שיטה מקובצת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 540
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:03 am
האט שוין געלייקט: 491 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1276 מאל

Re: וועקער נומער 15 איז אט אט דא!

הודעהדורך קטלא קניא » דינסטאג פעברואר 19, 2019 7:36 pm

הללוהו כל כוכבי אור און ווי כוכב זאגט אזוי איז.

איר קענט שטוינען אז דאס גיט ארויס ראובן כמעט אינגאנצן אליין. איך האב אים געפרעגט צי אויסער די שרייבער און גראפיקער האט ער הילף אויף מגיה זיין און רעדאקטעריי און ער זאגט אז כאטש ער האט הילף איז עס בעיקר זיין אייגענער עול. קיינע רעקלאמען זענען נישטא, געלט קאסט עס, כבוד האט ער נישט, ער ריזיקירט זיין געזעלשאפטלעכע לעבן און אלעס בלויז אז אידישע מוחות זאלן זיך אויפוועקן. פאר מיר ומובטחני פאר אנדערע שרייבער אויך איז עס אן אינספיראציע צו שרייבן און א זכיה און א כבוד צו קענען צו שטייער געבן צו דער אתערותא דלתתא.

הבו ונחזיק טיבותא להאי גברא ועליו נאמר בחכמה פותח שערים ובתבונה משנה עתים.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך קטלא קניא אום דינסטאג פעברואר 19, 2019 7:49 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
העלפט פאַררעכטן דער עתיד פון אונזערע ייִנגלעך!
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
באניצער אוואטאר
קטלא קניא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 78
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

הודעהדורך שקד » דינסטאג פעברואר 19, 2019 7:42 pm

שיטה מקובצת האט געשריבן:איך קוק ארויס פאר די נייע אויסגאבע, אבער אינצווישן וועל איך מזכה זיין די עולם מיט מיין ארטיקעל וואס די וועקער רעדאקציע האט נישט געוואלט אננעמען. viewtopic.php?f=13&t=12955

קוקט אויס זיי האבן נאך גאט אין הארצן.
שקד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 196
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 9:25 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 259 מאל

הודעהדורך רימון » מיטוואך פעברואר 20, 2019 1:42 am

קוקן מיר ארויס מיט שפאנונג.
רימון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 235
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 633 מאל

הודעהדורך גדליה » מיטוואך פעברואר 20, 2019 2:35 pm

מיך האט ראובן נישט אריינגעלאזט אינטער די קוליסען.... :evil:
אבער פון די תוכן הדברים קוקט אויס דא קומט ריכטיגע וועקער סחורה, מיר קענען נישט ווארטן... :twisted:
פרעג מיך אפ.
גדליה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 943
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 562 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1428 מאל

הודעהדורך דער וועקער » מיטוואך פעברואר 20, 2019 7:13 pm

די נייע פרינטינג פירמע דרייט א קאפ. מ'זעט שוין די ליכטיגקייט ביי דער ענדע פונעם טונעל, אבער פראבלעמען קומען נאך אונטער.

נישט געזארגט, ס'וועט בקרוב אי"ה זיין א וועקער, נאר מ'דארף געדולד.
דער וועקער פאר אדר-ניסן תשע"ט איז שוין דא צו באקומען!
גיט א קליק: https://www.amazon.com/dp/1934730963
באניצער אוואטאר
דער וועקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 167
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 117 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 555 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 11:21 am

מנשה פילאף, פליז הער אויף געבן צדקה פאר קרן הצלה להעביר גזירת וועקער!
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4853
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9791 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9441 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » זונטאג פעברואר 24, 2019 8:17 pm

חכם מיינסט אז ער אינדשויט עס נישט?
ער דארף סחורה אויף וואס צי האקן.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3767
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4492 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1848 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג פעברואר 24, 2019 9:45 pm

עס פעלט לעצטענס פרעסעריי געשעפטן אין וויליאמסבורג? די גאנצע פרויערישע געשלעכט איז שוין פארטיליגט? ער האט גענוג און נאך סחורה, ער דארף אונז נישט.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8546
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8012 מאל

הודעהדורך וואלווי » זונטאג פעברואר 24, 2019 9:51 pm

גראדע יא, ס'פעלט פרעסעריי געשעפטן אין וויליאמסבורג...

מ'קען ניטאמאל זאגן זכרנו את הדגה שאכלנו בוויליאמסבורג, אדער בישבנו על סיר הבשר...
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2207
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3067 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2852 מאל

הודעהדורך שקד » זונטאג פעברואר 24, 2019 10:48 pm

וועקער וועקער ווי ביסטו...
שקד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 196
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 9:25 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 259 מאל

הודעהדורך גראדעמעכעלע » דינסטאג פעברואר 26, 2019 9:38 pm

@דער וועקער עפעס נייעס? קען מען עכ''פ ווייזן די דעקל?
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1768
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2197 מאל

הודעהדורך דער וועקער » דינסטאג פעברואר 26, 2019 11:05 pm

ווי געזאגט זענען מיר אריבער צו א נייעם דרוקער, און יעדער שטאפל איז א נייער פראצעס מיט נייע שוועריגקייטן. מיר זענען שוין געגאנגען צום דרוק א צייט צוריק, און ברגע וואס מיר וועלן וויסן קלאר ווען דער וועקער וועט זיין עוועילעבל פאר די לייענער וועלן מיר קענען ארויסשטעלן דעם דעקל. האפנטליך וועלן מיר קענען ארויסשטעלן דעם דעקל מארגן אדער דאנערשטאג, און דער וועקער וועט שוין זיין צובאקומען אנפאנג קומענדיגע וואך.



ערשטע זייט פון אינטערוויו מיט מנשה לוסטיג, וואס ערשיינט אינעם קומענדיגן וועקער.
בייגעלייגטע פיילס
400.JPG
דער וועקער פאר אדר-ניסן תשע"ט איז שוין דא צו באקומען!
גיט א קליק: https://www.amazon.com/dp/1934730963
באניצער אוואטאר
דער וועקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 167
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 117 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 555 מאל

הודעהדורך גדליה » דינסטאג פעברואר 26, 2019 11:37 pm

איך פיל אביסעל ווי יום כיפור ביי קידוש לבנה פאר אויספאסטן
פרעג מיך אפ.
גדליה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 943
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 562 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1428 מאל

הודעהדורך וואלווי » מיטוואך פעברואר 27, 2019 4:45 am

גדליה האט געשריבן:איך פיל אביסעל ווי יום כיפור ביי קידוש לבנה פאר אויספאסטן


איך פיל ווי תשעה באב פאר'ן אויספאסטען נאכדעם ווי כ'האב נישט געפילעוועט אין א ספר א גאנצע טאג
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2207
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3067 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2852 מאל

Re: וועקער נומער 15 איז אט אט דא!

הודעהדורך יהודי פשוט » מיטוואך פעברואר 27, 2019 3:39 pm

איך האב געווארט און געווארט...
און גארנישט זיך דערווארט...
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 589
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:00 pm
האט שוין געלייקט: 352 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

הודעהדורך חתן בחור » דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 12:05 am

דער וועקער האט געשריבן:ווי געזאגט זענען מיר אריבער צו א נייעם דרוקער, און יעדער שטאפל איז א נייער פראצעס מיט נייע שוועריגקייטן. מיר זענען שוין געגאנגען צום דרוק א צייט צוריק, און ברגע וואס מיר וועלן וויסן קלאר ווען דער וועקער וועט זיין עוועילעבל פאר די לייענער וועלן מיר קענען ארויסשטעלן דעם דעקל. האפנטליך וועלן מיר קענען ארויסשטעלן דעם דעקל מארגן אדער דאנערשטאג, און דער וועקער וועט שוין זיין צובאקומען אנפאנג קומענדיגע וואך.



ערשטע זייט פון אינטערוויו מיט מנשה לוסטיג, וואס ערשיינט אינעם קומענדיגן וועקער.


קען איך ארדערן א דורכגרינטליכע אינטערוויו מיט ליפא שמעלצער?
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.
באניצער אוואטאר
חתן בחור
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 141
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 10:14 pm
האט שוין געלייקט: 153 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 56 מאל

נעקסט

גיי צוריק דער וועקער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט