וועקער נומער 15 איז אט אט דא!

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דער וועקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 343
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 5:51 pm
האט שוין געלייקט: 211 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

וועקער נומער 15 איז אט אט דא!

שליחה דורך דער וועקער »

ברוך הטוב והמטיב. די בשורה טובה אז דער וועקער נומער 15 וועט שוין אט אט זיין צו באקומען, פארלאנגט א נייעם אשכול...!

איר אלע ווייסט אוודאי אז עס איז נישט גרינג געווען ווייטער אנצוגיין נאכדעם וואס קריעיטספעיס האט זיך פארמאכט, און אין צוגאב צו דער געווענליכער עבודה קשה שבמקדש וואס עס פארלאנגט זיך ארויסצוגעבן דעם וועקער, האבן מיר דאס מאל געדארפט נאך מער שוויצן אויסצוארבעטן א פרישן מהלך פאר'ן דרוקן.

חסדי ה' אז מיר גייען אין א גוטער ריכטונג, און מיר האפן אז דער וועקער וועט זיין צו באקומען אין די קומענדיגע טעג.

פאלגנד איז א שטיקל איבערבליק וואס איז דא צו ערווארטן אינעם פרישן וועקער.

וועקער נומער 15 איז קנאפע 200 זייטן, אנגעפאקט מיט דעם שענסטן חומר וואס איר קענט געפונען אין א אידישער אויסגאבע. דער הויפט ארטיקל איז אן ערשט-מאליגער און אייגנארטיגער פארש-ארבעט מיט גרויסע חידושים - געשריבן דורך [tag]אבטולמוס[/tag]. דער ארטיקל, בעסער געזאגט: פראיעקט, וועט אייך נישט נאר געבן א נייעם פארשטאנד אין דער געזעלשאפטליכער עוואלוציע פון דעם יהדות החרדית, נאר אויך לערנען גאנצע בלעטער היסטאריע פון פריערדיגן דור.

נאך אן אריגינעלער ווערק ערשיינט פון הרב [tag]יהודה מאשקאוויטש[/tag], וואס ווארפט אריין א פלאקן אין דעם באגריף אז אקאדעמיקער און פראפעסארן פארשטייען און ווייסן אלעס.

[tag]קטלא קניא[/tag] ברענגט אונז א קאמישע דערציילונג באגלייט מיט אריגינעלע אילוסטראציעס. איר וועט זיך האלטן ביי די זייטן... קטלא איז נישט נאר פארנומען מיט מרבין בשמחה, נאר ער איז נאך אונטערן רושם פון דער שרעקליכער פיטסבורג טראגעדיע, און טיילט מיט אונז זיינע קאלעמוטנע געדאנקען.

אונזער פריינט [tag]מיימון[/tag] אנטוישט נישט ווידער מיט זיין דריטן ארטיקל אין דער חכמות חיצוניות סעריע. א בליק אריין אין דער תקופת הראשונים, און די חכמות מיט וועלכע זיי האבן זיך אפגעגעבן.

הרב [tag]יצחק לאווי[/tag] ברענגט אונז א שיעור מבית מדרשו, א הערליכער מאמר אויף די י"ג עיקרים.

[tag]נח פייפער[/tag] האלט אפ אן אינטערוויו מיט מנשה לוסטיג איבער זיין נייעם בוך "פערציג קאפיטלען פון מיין לעבן".

פאעזיע פון [tag]ונבנתה העיר[/tag], א בוך-רעצענזיע פון [tag]שלום בערגער[/tag], א באטראכטונג אויף הרב שאול יצחק ראבינאוויטש, אן ארטיקל פון [tag]מנשה לוסטיג[/tag], און אוודאי, מאזאאיק, בליצן, בימים ההם, עצה-פלייצע, און נאך...

דער אשכול פארמאגט 90 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר