פרויען פארבאטן! (וועקער #15)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען

הודעהדורך פרייוויליג » זונטאג מערץ 10, 2019 8:22 pm

כלפי @כוכב'ס נקודה, קען מען שוקל זיין נאך א נקודה. בשעת'ן ליינען דעם ארטיקל, האט מיין חבר ארויסגעכאפט דעם וועקער פון מיינע הענט, און דורכגעלאפן שנעל דעם ארטיקל, און רופט זיך אן: "אזעלכע בילדער ווי אמאל האט מען געמעגט דרוקן". דאס מיינט, בילדער וואס מען זעט קוים די צורת האדם.

אבער דאס האט מיך דערמאנט שטארק פון א בריוו, וואס א רעדיקאל האט אריינגעשיקט צו דער מעלות, היתכן מען קען אריבער זען די פרויען ביים מצוה טאנץ, ווייל היינט גייען פרויען מער אויסגעפיצט ווי אמאל, דערפאר איז עס ערגער. עד כאן תוכן ה'רעדיקאל.

לפי זה וואלט געדארפט זיין א סעיף אין שו"ע אזוי: אין א פאל ווי עס איז דא שיינע פרויען טאר מען נישט קוקן, אבער אויב די פרויען זענען נישט אזוי שיין, יש להקיל.

דאס איז דער עקלהאפטיגער געדאנק פון מאכן דעם פרוי פאר אן אבזשעקט. אויב זענען די פרויען שיין טאר מען זיכער נישט, אויב זענען די בילדער נישט פון די בעסטע קוואליטעט, ווי שווארץ און ווייס, אדער א שוואכע רעזולוציע, קען מען מקיל זיין.

אויב מעג מען קוקן אויף בילדער/אדער אויף נשים צניעות, מעג מען קוקן אויף יעדן פאל. אויב איז דא אן ענין פון צניעות, איז דאס קיין נפק"מ צווישן א פרוי וואס האט שפיצל אדער א שייטל. אויב טאר מען נישט, איז נישט קיין אינטערשיד פון א שווארצע ווייסע בילד אדער קאלירפול. איז דען דא א דעה וואס האלט אז מען מעג קוקן אויף בגדי שחורים? איז דער איסור נאר שייך אויף בגדי צבעונים? (וואס איז נישט מער פון כלשון בני אדם, ווייל ע"פ רוב זענען קליידער פון א מענטש קאלירפול).
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1392 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1993 מאל

הודעהדורך לבי ובשרי » זונטאג מערץ 10, 2019 8:42 pm

גבור חיל האט געשריבן:ווער רעדט פון זינגען פאר מענער, אדער פאר פרויען?
שלום עליכם הרב גבור חיל.
כווייס טאקע נישט ווער עס רעדט דערפון.


ווען האסטו לעצט געהערט "פון" א פרוי זינגער?
למאי נפקא מינה? ווי פריער ערווענט, א פרוי'ס טאלאנט, און זינגען בפרט, שטעקט נישט אין דעם צי מענער הערן דאס יא אדער נישט.

אנדערע טאלאנטען? האסט אמאל געזעהן א היימישע פרוי אן אקטיאר?
כפארשטיי נישט דיין פראגע. למאי נפק"מ צי איך האב געזען/געהערט אדער נישט?! כ'זאד דיר דאך צום דריטן מאל אז ס'האט גאנץ קנאפ צו טון צי מענער ווייסן פונעם פרוי'ס טאלאנט אדער נישט.

גענוי וועלכע טאלאנט ניצן זיי מער, חוץ נייען און קאכן?
גוטע קושיא.
באנטש הצלחה

איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
לבי ובשרי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 535
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 11:02 pm
האט שוין געלייקט: 376 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 238 מאל

Re: פרויען פארבאטן! (וועקער #15)

הודעהדורך אונטער חכם » זונטאג מערץ 10, 2019 10:17 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:"אנחנו יהודים שומרי תורה ומצוות, ולא מתפרנסים מדברים מכוערים..."

:?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?:

מוחמד קען זיך פארשטעקן פאר אים...
סי מיט דיר? קאנגרעס האט נארוואס פארדאמט איסלאמאפאביע , שוין האסטו פארגעסן?

Sent from my XT1526 using Tapatalk
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 618 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 350 מאל

Re: פרויען פארבאטן! (וועקער #15)

הודעהדורך אונטער חכם » זונטאג מערץ 10, 2019 10:19 pm

אין אסאך ספרי תולדות פון די פרומע ליטווישע קרייזן לייגט מען נאך היינט אריין בילדער פון פרויען, צ.ב.ש . הרב מבריסק, אויף עפעס א ספר אויפן חפץ חיים געדענק איך האב איך לעצטענס געזען.

Sent from my XT1526 using Tapatalk
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 618 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 350 מאל

הודעהדורך אספקלריה » זונטאג מערץ 10, 2019 11:40 pm

פרייוויליג האט געשריבן:כלפי @כוכב'ס נקודה, קען מען שוקל זיין נאך א נקודה. בשעת'ן ליינען דעם ארטיקל, האט מיין חבר ארויסגעכאפט דעם וועקער פון מיינע הענט, און דורכגעלאפן שנעל דעם ארטיקל, און רופט זיך אן: "אזעלכע בילדער ווי אמאל האט מען געמעגט דרוקן". דאס מיינט, בילדער וואס מען זעט קוים די צורת האדם.

אבער דאס האט מיך דערמאנט שטארק פון א בריוו, וואס א רעדיקאל האט אריינגעשיקט צו דער מעלות, היתכן מען קען אריבער זען די פרויען ביים מצוה טאנץ, ווייל היינט גייען פרויען מער אויסגעפיצט ווי אמאל, דערפאר איז עס ערגער. עד כאן תוכן ה'רעדיקאל.

לפי זה וואלט געדארפט זיין א סעיף אין שו"ע אזוי: אין א פאל ווי עס איז דא שיינע פרויען טאר מען נישט קוקן, אבער אויב די פרויען זענען נישט אזוי שיין, יש להקיל.

דאס איז דער עקלהאפטיגער געדאנק פון מאכן דעם פרוי פאר אן אבזשעקט. אויב זענען די פרויען שיין טאר מען זיכער נישט, אויב זענען די בילדער נישט פון די בעסטע קוואליטעט, ווי שווארץ און ווייס, אדער א שוואכע רעזולוציע, קען מען מקיל זיין.

אויב מעג מען קוקן אויף בילדער/אדער אויף נשים צניעות, מעג מען קוקן אויף יעדן פאל. אויב איז דא אן ענין פון צניעות, איז דאס קיין נפק"מ צווישן א פרוי וואס האט שפיצל אדער א שייטל. אויב טאר מען נישט, איז נישט קיין אינטערשיד פון א שווארצע ווייסע בילד אדער קאלירפול. איז דען דא א דעה וואס האלט אז מען מעג קוקן אויף בגדי שחורים? איז דער איסור נאר שייך אויף בגדי צבעונים? (וואס איז נישט מער פון כלשון בני אדם, ווייל ע"פ רוב זענען קליידער פון א מענטש קאלירפול).

אוודאי אלץ איסור ראיה איז נישט קיין נ״מ צווישען א שיינע און א מיאוסע,
סאיז אבער דא איסור זיך צו מחמם זיין ״לתאווה״ אויב אפילו ממעג וועין קוקען אויף פרויען,איז אבער דא א ראיה וואס איז טאקסיק, וועט מען נישט מעגן קוקען אלץ דעם אליינס אז סרייצט אונטער.
אספקלריה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 181
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 10:21 am
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 240 מאל

הודעהדורך ראובן » זונטאג מערץ 10, 2019 11:50 pm

פרייוויליג האט געשריבן:כלפי @כוכב'ס נקודה, קען מען שוקל זיין נאך א נקודה. בשעת'ן ליינען דעם ארטיקל, האט מיין חבר ארויסגעכאפט דעם וועקער פון מיינע הענט, און דורכגעלאפן שנעל דעם ארטיקל, און רופט זיך אן: "אזעלכע בילדער ווי אמאל האט מען געמעגט דרוקן". דאס מיינט, בילדער וואס מען זעט קוים די צורת האדם.

כ'האב שוין אדרעסירט די נקודה פריער אינעם אשכול:

א. די בילדער זענען נישט אלע געסקענט געווארן אויפ'ן קלארסטן אופן, און זענען דעריבער פיל ווייניגער קלאר ווי אינעם אריגינעל.

ב. די בילדער אינעם וועקער זענען צום באדויערן נישט געדרוקט געווארן אזוי קלאר ווי כ'וואלט געוואלט.

ג. די בילדער זענען לכתחילה געדרוקט געווארן אויפ'ן קוואליטעט וואס איז דעמאלט געווען נארמאל. ווי כ'האב אנגעוויזן, האט 'פלעי-בוי' אויך געדרוקט זייערע בילדער אין שווארץ-און-ווייס... דער פאקט אז היינט איז דא בעסערע בילדער נעמט נישט אוועק פון די אמאליגע בילדער, פונקט ווי דער פאקט אז עס וועלן זיין פיל מער פארגעשריטענערע בילדער ווי היינט אין הונדערט יאר ארום נעמט נישט אוועק דעם קראפט פון היינטיגע בילדער.

ד. היינט האלט מען שוין אויף א מצב וואס מ'פארווישט די גופים פון פיצעלע מיידלעך, מ'מעקט ערשטע נעמען פון פרויען, און מ'טוישט פרויען פאר מענער אין נייעס באריכטן. ווער רעדט פון דרוקן בילדער אפילו פון גאר שוואכן קוואליטעט?
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3302 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10020 מאל

הודעהדורך ראובן » זונטאג מערץ 10, 2019 11:51 pm

אונטער חכם האט געשריבן:אין אסאך ספרי תולדות פון די פרומע ליטווישע קרייזן לייגט מען נאך היינט אריין בילדער פון פרויען, צ.ב.ש . הרב מבריסק, אויף עפעס א ספר אויפן חפץ חיים געדענק איך האב איך לעצטענס געזען.

Sent from my XT1526 using Tapatalk

כ'ווייס נישט צי ביי די פרומע ליטווישע, אבער אין ארטסקראול ביכער טרעפט מען נאך בילדער פון פרויען.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3302 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10020 מאל

Re: פרויען פארבאטן! (וועקער #15)

הודעהדורך החוקר » זונטאג מערץ 10, 2019 11:58 pm

איך האב געוואלט ערווענען די נקודה, אבער @ראובן האט מיר אויסגעכאפט אין אות ד.
אויב זאל עס באמת זיין צוליב דעם וואס היינטיגע בילדער זענען קלארער, שענער און מער קאלורפול. נו אפשר קען איינער ערקלערן פארוואס געמאלענע מאמע'ס און מיידלעך אין קינדער ביכער, ווערן בכלל נישט געמאלן, וואס איז די לאגיק צו דעם?
החוקר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 850
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 495 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 654 מאל

הודעהדורך אספקלריה » מאנטאג מערץ 11, 2019 8:52 am

פרייוויליג האט געשריבן:כלפי @כוכב'.

דאס איז דער עקלהאפטיגער געדאנק פון מאכן דעם פרוי פאר אן אבזשעקט. אויב זענען די פרויען שיין טאר מען זיכער נישט, אויב זענען די בילדער נישט פון די בעסטע קוואליטעט, ווי שווארץ און ווייס, אדער א שוואכע רעזולוציע, קען מען מקיל זיין.

.

סאו בעיסיקלי טענה׳סטו אז די געדאנק פון נישט לייגען צוציענדיגע פרויען בילדער מיינט אבזשעקטעפייען פרויען, מיר פלעגטסיך אייביג דאכטען אז די אינדעסטרי פון בילדער און פילמס זענען עוסק און אבזשעקטעפייען פרויען , מיט דעם וואס זיי שפילען ארום מיט די בילדער זיי קראצען אראפ יעדעם פלעק,זיי קלויבען אויס נאר צוציענדעגע פיגורען וכ״ו
סאו וואס איך וויך פארשטיין הרב @פרייוויליג זענען דיע מאגאזינען און פילם קאמפאניס די זעלבע עקלהאפטיג בעיניך צוליב דעם וואס זיי לייגען דווקא נאר בילדער פון צוציענדיגע פרויען ?
אספקלריה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 181
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 10:21 am
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 240 מאל

Re: פרויען פארבאטן! (וועקער #15)

הודעהדורך טמיר » מאנטאג מערץ 11, 2019 9:09 am

לבי ובשרי האט געשריבן:
גבור חיל האט געשריבן:ווער רעדט פון זינגען פאר מענער, אדער פאר פרויען?
שלום עליכם הרב גבור חיל.
כווייס טאקע נישט ווער עס רעדט דערפון.


ווען האסטו לעצט געהערט "פון" א פרוי זינגער?
למאי נפקא מינה? ווי פריער ערווענט, א פרוי'ס טאלאנט, און זינגען בפרט, שטעקט נישט אין דעם צי מענער הערן דאס יא אדער נישט.

אנדערע טאלאנטען? האסט אמאל געזעהן א היימישע פרוי אן אקטיאר?
כפארשטיי נישט דיין פראגע. למאי נפק"מ צי איך האב געזען/געהערט אדער נישט?! כ'זאד דיר דאך צום דריטן מאל אז ס'האט גאנץ קנאפ צו טון צי מענער ווייסן פונעם פרוי'ס טאלאנט אדער נישט.

גענוי וועלכע טאלאנט ניצן זיי מער, חוץ נייען און קאכן?
גוטע קושיא.
באנטש הצלחה


איך הייב נישט צי פארשטיין וואס דו שרייבסט דא, און וואס דיין אטאקע איז אויף @גבור חיל וואס האט געזאגט דברים של טעם
טמיר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 3528 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל

הודעהדורך גראדעמעכעלע » מאנטאג מערץ 11, 2019 10:46 am

הגאון יובל נח הררי אין זיין לעצטע ספר "21 לעקציעס פארן 21'סטע יאר הונדערט" שרייבט וועגן די נושא וואס @ראובן נעמט דורך.

People often refuse to see these changes, especially when it comes to core political and religious values. We insist that our values are a precious legacy from ancient ancestors. Yet the only thing that allows us to say this, is that our ancestors are long dead, and cannot speak for themselves. Consider, for example, Jewish attitudes towards women. Nowadays ultra-Orthodox Jews ban images of women from the public sphere. Billboards and advertisements aimed at ultra-Orthodox Jews usually depict only men and boys – never women and girls.

In 2011, a scandal erupted when the ultra-Orthodox Brooklyn paper Di Tzeitung published a photo of
American officials watching the raid on Osama bin-Laden’s compound but digitally erased all women from the photo, including Secretary of State Hillary Clinton. The paper explained it was forced to do so by Jewish ‘laws of modesty’. A similar scandal erupted when HaMevaser paper expunged Angela Merkel from a photo of a demonstration against the Charlie Hebdo massacre, lest her image arouse any lustful thoughts in the minds of devout readers. The publisher of a third ultra-Orthodox newspaper, Hamodia, defended this policy by explaining that ‘We are backed by thousands of years of Jewish tradition.’

Nowhere is the ban on seeing women stricter than in
the synagogue. In Orthodox synagogues women are carefully segregated from the men, and must confine themselves to a restricted zone where they are hidden behind a curtain, so that no men will accidentally see the shape of a woman as he says his prayers or reads scriptures. Yet if all this is backed by thousands of years of Jewish tradition and immutable divine laws, how to explain the fact that when archaeologists excavated ancient synagogues in Israel from the time of the Mishnah and Talmud, they found no sign of gender segregation, and instead uncovered beautiful floor mosaics and wall paintings depicting women, some of them rather scantily dressed? The rabbis who wrote the Mishnah and Talmud regularly prayed and studied in these synagogues, but present-day Orthodox Jews would consider them blasphemous desecrations of ancient traditions
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1803
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6454 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2312 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מאנטאג מערץ 11, 2019 10:57 am

גראדעמעכעלע האט געשריבן:People often refuse to see these changes, especially when it comes to core political and religious values. We insist that our values are a precious legacy from ancient ancestors. Yet the only thing that allows us to say this, is that our ancestors are long dead, and cannot speak for themselves.

זייער שטארקע ווערטער, איך זאג אלץ, אז ווען משה רבינו זאל ווען אראפקומען און זען וואס מ'טוט אלץ אין זיין נאמען, וואלט ער אויסגעפלאצט אין געלעכטער.
פרום = פיל רשעות ווייניג מצוות. .Frumkeit: The haunting fear that someone, somewhere, may be happy
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3186
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין בית שערים
האט שוין געלייקט: 3125 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2290 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מערץ 11, 2019 12:11 pm

א טיפישע ראיה פון א היסטאריקער. ווער זאגט איהם אז פרויען זענען אמאל בכלל געגאנגען אין ביהמ"ד צו ביהכנ"ס?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9131
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3153 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8588 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מאנטאג מערץ 11, 2019 12:16 pm

אמר רבי יוחנן למדנו יראת חטא מבתולה וקיבול שכר מאלמנה... דההיא אלמנה דהואי בי כנישתא בשיבבותה, כל יומא הות אתיא ומצלה בי מדרשיה דר' יוחנן. אמר לה: "בתי, לא בית הכנסת בשיבבותך?" אמרה ליה: "רבי! ולא שכר פסיעות יש לי?!". (סוטה כב.)

נישט נאר זענען פרויען געקומען אין שול, דער רב האט פונקטליך מיטגעהאלטן ווער ס'קומט...
פרום = פיל רשעות ווייניג מצוות. .Frumkeit: The haunting fear that someone, somewhere, may be happy
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3186
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין בית שערים
האט שוין געלייקט: 3125 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2290 מאל

הודעהדורך גראדעמעכעלע » מאנטאג מערץ 11, 2019 12:34 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אמר רבי יוחנן למדנו יראת חטא מבתולה וקיבול שכר מאלמנה... דההיא אלמנה דהואי בי כנישתא בשיבבותה, כל יומא הות אתיא ומצלה בי מדרשיה דר' יוחנן. אמר לה: "בתי, לא בית הכנסת בשיבבותך?" אמרה ליה: "רבי! ולא שכר פסיעות יש לי?!". (סוטה כב.)

נישט נאר זענען פרויען געקומען אין שול, דער רב האט פונקטליך מיטגעהאלטן ווער ס'קומט...

מען זעהט נישט פון די מקור אז פרויען זענען בדרך כלל געקומען אלץ א גרופע אין שול, נאר אז עפעס א אלמנה פלעגט קומען.
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1803
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6454 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2312 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מאנטאג מערץ 11, 2019 12:35 pm

וואו האט זי געדאוונט, אין פאליש?
פרום = פיל רשעות ווייניג מצוות. .Frumkeit: The haunting fear that someone, somewhere, may be happy
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3186
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין בית שערים
האט שוין געלייקט: 3125 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2290 מאל

הודעהדורך גראדעמעכעלע » מאנטאג מערץ 11, 2019 12:49 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:וואו האט זי געדאוונט, אין פאליש?

ריכטיג לכאורה האט זי געדאווענט צוזאמען מיט די מענער. עס איז אבער קיין צושטעל צו די מצב היינט ווען עס קומען א ציבור פרויען.
אבער איך האב געטראפן פון ירושלמי אז פרויען פלעגן יא קומען אין שול. אין ברכות פרק ה' שטייט:
עיר שכולה כהנים נושאין את כפיהם למי הם מברכין לאחיהם שבצפון לאחיהם שבדרום לאחיהם שבמזרח לאחיהם שבמערב ומי עונה אחריהם אמן הנשים והטף.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך גראדעמעכעלע אום מאנטאג מערץ 11, 2019 1:06 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1803
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6454 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2312 מאל

הודעהדורך גראדעמעכעלע » מאנטאג מערץ 11, 2019 12:56 pm

דא איז פון עבודה זרה לח:
שופתת אשה קדירה על גבי כירה ובאת עובדת כוכבים ומגיסה עד שתבא מבית המרחץ או מבית הכנסת ואינה חוששת.


זעה אין די ארטיקל א שמועס דערוועגן.
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1803
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6454 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2312 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מערץ 11, 2019 1:27 pm

יענער ארטיקל איז היבש שוואך. עס הערשט א מורא'דיגע אומפארשטאנד אין דער ענין פון כבוד הציבור, און פארוואס פרויען האבען נישט געמעגט ליינען בציבור. די בזיון הציבור איז פשוט אז דער וואס איז זיי מוציא איז נישט מחוייב בדבר. ותו לא.

און דער 'אשה בעזרה מנין' דערמאנט ער אויך נישט. בקיצור, נאר ארכעאלאגיא, וואס איז זייער א שוואכע ווייז. און זיכער נישט צו דרשנ'ן א השמטה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ליטוואק פון בודאפעסט אום מאנטאג מערץ 11, 2019 1:45 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9131
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3153 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8588 מאל

הודעהדורך גראדעמעכעלע » מאנטאג מערץ 11, 2019 1:34 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:יענער ארטיקל איז היבס שוואך. עס הערשט א מורא'דיגע אומפארשטאנד אין דער ענין פון כבוד הציבור, און פארוואס פרויען האבען נישט געמעגט ליינען בציבור. די בזיון הציבור איז פשוט אז דער וואס איז זיי מוציא איז נישט מחוייב בדבר. ותו לא.

און דער 'אשה בעזרה מנין' דערמאנט ער אויך נישט. בקיצור, נאר ארכעאלאגיא, וואס איז זייער א שוואכע ווייז. און זיכער נישט צו דרשנ'ן א השמטה.

ער ציטירט מקורות אז פרויען זענען געגאנגען אין שול. און מען טרעפט נישט אז זאל זיין אן עקסטרע באזונדערע אפטיילונג פאר די פרויען.
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1803
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6454 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2312 מאל

הודעהדורך לבי ובשרי » מאנטאג מערץ 11, 2019 6:00 pm

@ראובן מענין לענין.
בייגעלייגטע פיילס
IMG_20190311_175643_560.jpg
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
לבי ובשרי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 535
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 11:02 pm
האט שוין געלייקט: 376 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 238 מאל

הודעהדורך וואלווי » מאנטאג מערץ 11, 2019 11:36 pm

לבי ובשרי האט געשריבן:@ראובן מענין לענין.


גיי זאג די אידענע אז ביי משפחת המן איז איינגעפירט אז פרויען זענען פריווילעדזשט צו שפרינגען גראד פון פענסטער און דארפן נישט ווארטען אויף ליין פאר א תלייה במנין
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2468
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3442 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3227 מאל

Re: פרויען פארבאטן! (וועקער #15)

הודעהדורך או אינו » דינסטאג מערץ 12, 2019 1:44 am

אספקלריה האט געשריבן:נאכנישט אנגעקומען צו קויפען די נייע וועקער,
כאב נאר צוויי קליינע נקודות,
ראשית אזוי ווי @כוכב האט געשריבען בענין די קאלירטע בילדער, און סאיז נאך מער ווי דעם, היינט צוטאגס מיט די געלט וואס גייט אריין און גרעפיקס פון פיקטשערס ,ווי שטארק מפארגלאנצט די פראדוקטען און די עדס, ווי שטארק מלייגט אריין די חכמה וויאזוי צו מאכען די פראדוקטען פארצויבערט און צוציענדעג פאר די אויג און הארץ (המכונה בלע״ז eye candy ) נאר א בליק אויף וואס מטוט מיט די קליינע קינדער עדס , ממאדעלט אויס קינדערס ווי דאלליס מיט די טייערסטע קליידער אריינצוברענגען די רייץ און אונזער געמיינדע וועמענס קינד (אדער וועמענס סעט פון קינדער) זענען מער פיקטשער פערפעקט, נוא שטעל דיך פאר אז סגייט נאך אהן היינט בילדער פון פרויען וואס פאר א פנים סוואלט געהאט, אונזער געמיינדע איז גענוג קראנק אויף דארפען זיין פיקטשער פערפעקט, פרויען דרייען זיך און א גרינע מיטוואך נאכמיטאג, אזוי ווי זיי וואלטען געווען אויף א מאדעל ראנוועי, מקען גיין קויפען א שטיקעל הארדוועיר צו וואס און א היימישע געגענט ,און סקען זיך דיר דאכטען אז ביזט ביי א חתונה, צו ביי א ביוטי קאמפאטישען.
דאס איז א דיירעקטע קרענק און אונזער געמיינדע וואס מזעעט נישט אפילו און די רייכסטע געגענטער און אמעריקא.
(פאר מיין פרנסה דריי מיך און פארשידענע סארט טאונשיפס, א טייל פון זיי זענען אויף די ליסטע פון די רייכסטע און לאנד)
ממילא מיין איך אז סאיז א שטיקעל ברכה דיע גדר וואס איז געווארען,איך זאג נישט אז דאס איז די סיבה אז סאיז געווארען, איך זאג נאר אז און מיינע אויגען איז עס א גוטע זאך און א גוטע גדר פאר אונזער קראנקע געמיינדע.

בעיקר הדברים וויאזוי סהאט זיך איינגעפעדימט, איז לכאורה זייער פשוט.
אזויווי ראובן האט ארויסגעברענגט סאיז די נייע סארט חרדישע היימישע סארט יודישקייט וואס האטסיך אויסגעפארעמט און ספארעמט זיך ווייטער.
חרידישע יודענטאם אינדערהיים האט נישט געהאט אריינגעדרינגען און יעדע חלק פון לעבן, די רעביס האבען נישט געהאט קיין קהילות און חדרים, רעביס און ראשי ישיבות האבען מעורר געווען אז מזאל ח״ו נישט טאנצען צוזאמען יונגען און מוידען, די קהילה האט באשטאנען פון אסאך קאלירען, די צייטונגען זענען געשריבען געווארען אפילו פאר גאר פראסטע יודען א ריזען חלק האבען קיינמאל נישט געלערענט און קיין ישיבה ,און א טייל מאל זענען די שרייבערס געווען גאר פראסטע יודען, און ארטאדוקסישע יודישקייט האט פארנומען אסאך מער סארטען ווי ישיבה לייט,
ווי שפעטער נאכען קריג, ווען די רעביס און ראשי ישיבות זענען געווארען די ראשי הקהילה און די פארמירער פון יעדעמס פערזענדליכע לעבן, רובא דרובא דרובא פון חרדים זענען תלמידים פון א רבי, ראש ישיבה וכ״ו ,און יעדער פון די קהילות פארמירט זיינע מענטשען וויאזוי זייערע יונגערלייט ,בעלי בתים , עלטערע זאלען אויסזעען (איך קוק מיך צו און די חסידות ווי איך בין אויפגעוואקסען, יונגערלייט וואס זייער זיידעס זענען קוים געגאנגען היטען וואוילע אונגארישע צו ראמענער,און די אייניקלעך זייערע גייען שיך און זאקען און ברייטע ראשוואלקעס און ווייסע שאלען)
עכ״פ די זעלבע איז מיט אלעם ביי אונז די צייטונגען נאך די מלחמה זענען נאך געווען אויף די אלטנע שטייגער דורך אלטע סארטע שרייבער, ווי מער יארען זענען אריבער זענען די שרייבערס פראדוקטען פון אונזער איינגעצוימטע סיסטעם, וואס אלע זענען הייליג פרום מיט זאקען און ראוזשוואולקס און וואס קען מען שוין ערווארטען פון אסעמבלי ליין פראדוקטען.
נישט ריכטיג. ביי היימיש ווילי אין בארא פארק איז נישטא קיין casual קליידינג. אפי די רייכע גייען מיט jeans אין soft tops. סט די אפציע איז די פאנדזשלא אדער א שטיקעל פין די מאדעל קליידער. מיט אזוינע קליידער ווער ברויך נאך מאדלען?!
או אינו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 8:05 pm
האט שוין געלייקט: 179 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל

Re: פרויען פארבאטן! (וועקער #15)

הודעהדורך או אינו » דינסטאג מערץ 12, 2019 1:48 am

גבור חיל האט געשריבן:מענין לענין שלא באותו ענין, וואלטעך געוואלט צו לייגן א פראגע וואס באדערט שוין א לענגערע וויילע,

(איך ווייס נישט צו דא איז דער מקום, אבער)

פארוואס איז בעצם דא א איסור גמור פאר פרויען צו האבן טאלאנטן וכדו'?
פארוואס למשל אז א פרוי קאן שיין זינגען, מיז עס מיט גיין אין קבר?
העסטו זאגן קול באשה? שרייב ארויף אויפן קאסעטע מיט שארפע קידוש לבנה אויתיות "קול באשה" און פטור אן עסק...

ווער עס וויל הערן הערט סייווי... די גרעסטע פאפ סטארס, זענען פרויען,
טא פארוואס זאלן די היימישע באגראבן זייערע טאלאנטן?
מהאט ביי אינז אויסגעריסען יעדענס טאלאנט. מענער האבן עפעס יא אן אפציע? היטלער האט אויך פארשטאנען אז מיט חכמה אין טאלאנט וועט א ריינע ראסע נישט ווערן. דאס איז געוועהן די עיקר סיבה פין הארגענען אידן אין ארטיסטן מויזקאמטען וכו.
או אינו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 8:05 pm
האט שוין געלייקט: 179 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל

הודעהדורך לבי ובשרי » דינסטאג מערץ 12, 2019 9:26 am

או אינו האט געשריבן:
גבור חיל האט געשריבן:מענין לענין שלא באותו ענין, וואלטעך געוואלט צו לייגן א פראגע וואס באדערט שוין א לענגערע וויילע,

(איך ווייס נישט צו דא איז דער מקום, אבער)

פארוואס איז בעצם דא א איסור גמור פאר פרויען צו האבן טאלאנטן וכדו'?
פארוואס למשל אז א פרוי קאן שיין זינגען, מיז עס מיט גיין אין קבר?
העסטו זאגן קול באשה? שרייב ארויף אויפן קאסעטע מיט שארפע קידוש לבנה אויתיות "קול באשה" און פטור אן עסק...

ווער עס וויל הערן הערט סייווי... די גרעסטע פאפ סטארס, זענען פרויען,
טא פארוואס זאלן די היימישע באגראבן זייערע טאלאנטן?
מהאט ביי אינז אויסגעריסען יעדענס טאלאנט. מענער האבן עפעס יא אן אפציע? היטלער האט אויך פארשטאנען אז מיט חכמה אין טאלאנט וועט א ריינע ראסע נישט ווערן. דאס איז געוועהן די עיקר סיבה פין הארגענען אידן אין ארטיסטן מויזקאמטען וכו.

נישט אזוי אמת און ריכטיג. יעדער האט די מעגליכקייט אויסצוברייטערן זייערע טאלאנטן אין זייער קאמיוניטי. דאס אז אידן זענען בעצם באגרעניצט, טוט נאכנישט אוועקנעמען דעם מעגליכקייט צו מפתח זיין זייערע כשרונות.
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
לבי ובשרי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 535
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 11:02 pm
האט שוין געלייקט: 376 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 238 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק דער וועקער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט