דורך חוקר ודורש » פרייטאג מערץ 29, 2019 3:17 pm
איך האב נעכטן געזעהן א אינטערסאנטע זאך, נאך וואס די ליובאוויטש׳ע רעביצען חיה מושקא איז נפטר געווארן כ״ב שבט תשמ״ח, איז ארויסגעקומען א קובץ לזכרה בשם ״אמנו המלכה״ און אין אנהייב איז געדריקט געווארן א בילד פון זי, האט הגאון רבי גבריאל ציננער געשיקט א בריוו צום ליובאוויטש׳ע רבי, אז עס פאסט נישט אזא זאך.., און דער רבי האט אים געענטפירט אז סאיז יא א גוטע זאך, איך וועל דא ברענגען די בריוו פון רבי גבריאל און די איינגערינגילטע אותיות זענען אריינגעלייגט געווארן אלעס א תשובה פון די רבי (א אונטערסאנטע וועג ווי צו שרייבען א תשובה)
ב"ה, י"א באדר תשמ"ח לכבוד כ"ק אדמו"ר שליט"א." "באתי להעיר אודות שיצא לאור ספר אמנו "המלכה" (בודאי הבחין בהפשוט גם בלא הסתכלות כלל - אשר במהדורא אחרת הוסיפו בלי צבעים תמונה מהרבנית) ולפי עניות דעתי אינו נכון - (ואף ד)אמרו חז״ל סנהדרין מכל מקום גמירי אין יצר הרע שולט אלא במה שעיניו רואות (ושולל בנוגע לאחרנייתא) וגם קיימא לן באבן העזר סימן כ"א ס"א דאסור 1) להסתכל אף בבגדי 2) צבעונים של אשה 3) שהוא מכירה (ומכלל הן אתה שומע שלילת האיסור כאשר אין ג' הנ"ל, ובפרט - כל הג') ועי' באוצר הפוסקים סקי"ב בשם שו"ת הב"ח סימן י"ד דגם בבגד אשה שכבר מתה עיי"ש (מה שאין כן) בנידון דידן, ועל כל פנים מדת חסידות להחמיר, (אלא שעל ידי זה יתמעט ב"והחי יתן אל לבו - כנראה במוחש ואולי זוהי סברת המוסיפים הנ"ל) ואשרי הדור שהגדולים נשמעין לקטנים ע״כ
ער פירט אויס מיט א אשרי צום רבי׳ן פארן אויסהערן אזא קטן ווי אים, די שאלה איז נאר ווי אזוי איז ער געווען זעכער אז די רבי וועט אים אויסהערן (ער האט אים טאקע נישט אויסגעהערט)
Sent from my iPhone using Tapatalk
שוב יום אחד לפני מיתתך