בלאט 1 פון 1

פרויען פארבאטן! (וועקער #15)

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2019 9:17 am
דורך אבטולמוס
דער פרישער וועקער דארף שוין היינט אנפאנגען אנצוקומען צו די לייענער אין דער פאסט, און איך האף אז דער עולם וועט הנאה האבן פון דעם אריגינעלן פארש-ארבעט אין דעם הויפט ארטיקל "פרויען פארבאטן!"

דער ארטיקל ווייזט אז עס האט קיינמאל נישט עקזיסטירט אזא זאך אז מ'דארף ארויסשניידן פרויען בילדער פון חרדישע אויסגאבעס און ביכער. יעדע חרדישע אויסגאבע אין די לעצטע הונדערט יאר וואס איך האב דורכגעקוקט, האט אמאל פארמאגט בילדער פון פרויען -- און דאס רעכנט אריין די פרומסטע חסידישע אויסגאבעס. כ'האב נישט געפונען אפילו איין פאל וואס מ'זאל צענזורירן אדער מטשטש זיין א בילד פון א פרוי אין א חרדישער אויסגאבע אדער בוך ביז עטליכע צענדליגער יארן צוריק.

די פארשונג פאר דעם ארטיקל האט זיך אנגעפאנגען דא אויף קאווע שטיבל אין דעם אשכול, און אין אנדערע אשכולות. אין דעם יעצטיגן ארטיקל אינעם וועקער איז צוגעקומען גאר אסאך נייער חומר, פיל מער פון וואס כ'האב פארעפנטליכט פריער. טייל פון זיי חידושים וועלכע האבן אפילו מיך זעלבסט שאקירט.

אריינקוקנדיג אינעם געדרוקטן וועקער, וואס כ'האב ערהאלטן נעכטן נאכמיטאג, האב איך געזען אז די בילדער זענען נישט געדרוקט געווארן אזוי קלאר ווי כ'וואלט געוואלט. אבער גוט אז כ'האב אינעם ארטיקל געשריבן: "ביטע נעמט אין אכט אז נישט אלע בילדער קומען דא אויס הונדערט פראצענט קלאר. געוויסע זענען סקאנירט געווארן און זענען דעריבער קלארער; אנדערע זענען געכאפט געווארן מיט א קאמערא פון די אריגינעלע צייטונגען און זענען דעריבער נישט אזוי קלאר. אבער אין יעדן פאל קען מען האפנטליך זען גענוג צו פארשטיין וויאזוי די בילדער האבן אריגינעל אויסגעקוקט ווען זיי זענען געדרוקט געווארן אין די אויסגאבעס און ביכער."

הערות און קאמענטארן פון די וואס האבן געלייענט דעם ארטיקל זענען וועלקאם.

אויב האט איר נאך נישט געקויפט דעם וועקער, גיט א קליק.