בלאט 9 פון 10

הודעהפורסם: זונטאג פעברואר 09, 2020 2:17 am
דורך וואלווי
מי אני האט געשריבן:
מי אני האט געשריבן:(איך ווייס אז נדה איז אין סדר טהרות.)

IMG_6547.jpg

IMG_6546.jpg


א טיפיקעל ביישפיל ווי א פאקט gets lost in translation.

דער מדפיס שרייבט אז כאן "ראוי" לכתוב, און נישט, כאן "נהגו" לכתוב. אבער דער שרייבער טייטש דאס איבער אלס it is"common" to write, דאס מיינט בערך אז מען "טרעפט" אזוי. די פאקט איז אבער אז ס'קומט טאקע אזוי באמת לפי הסדר, און דאס איז טייטש "ראוי", דהיינו אז "ס'קומט" אזוי.

פרויען פארבאטן! (וועקער #15)

הודעהפורסם: זונטאג פעברואר 09, 2020 8:43 am
דורך מי אני
דו זאגסט אז ״זי״ (פון די נשים), דר. טשארלאט אלישבע פאנראבערט, האט נישט געהאט די ״דעת״ מבחין/מבדיל צו זיין (עיין ברכות לג. ובירושלמי שם פ״ה ה״ב) צווישן די צוויי לשונות אין דאדורך פארשטיין אז ס׳באלאנגט טאקע אין סדר ״דעת״ [טהרות (שבת לא.)], ווי איידער אין סדר פון די [נשים] וואס ״דעתן״ קלות עליהן (שם לג:)...

viewtopic.php?f=54&t=12986

הודעהפורסם: זונטאג פעברואר 09, 2020 6:16 pm
דורך וואלווי
מי אני האט געשריבן:דו זאגסט אז ״זי״ (פון די נשים), דר. טשארלאט אלישבע פאנראבערט, האט נישט געהאט די ״דעת״ מבחין/מבדיל צו זיין (עיין ברכות לג. ובירושלמי שם פ״ה ה״ב) צווישן די צוויי לשונות אין דאדורך פארשטיין אז ס׳באלאנגט טאקע אין סדר ״דעת״ [טהרות (שבת לא.)], ווי איידער אין סדר פון די [נשים] וואס ״דעתן״ קלות עליהן (שם לג:)...

viewtopic.php?f=54&t=12986


און ביזדערווייל האט זי אנגעדרייט א נזיקין אין קדשים...

היל"ת!!

Re: פרויען פארבאטן! (וועקער #15)

הודעהפורסם: דינסטאג פעברואר 11, 2020 4:34 am
דורך זעקעל
יהודי פשוט האט געשריבן:
זאפטיג האט געשריבן:געזעהן און אסאך חסידישע בתי מדרשים אויפגעשריבן אויפ פרוכת וזוג' מרת.... שיח'י


בילד

אינטערסאנט צו מציין זיין א הערה פון א צווייטן בליק ווינקל, געשריבן מיט איבער צוויי טויזענט יאר צוריק דורך קלוגע אידן

בשעה שהיו ישראל עולים לרגל - מגללים להם את הפכורת ומראים להם את הכרובים שהיו מעורים זה בזה ואומרים להם: ראו חיבתכם לפני המקום כחיבת זכר ונקבה" (יומא נד א)

הודעהפורסם: דינסטאג פעברואר 11, 2020 9:33 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אז מ'דערמאנט שוין, האב איך נעכטן געזען אין ב.מ.ג. א צעטל אז הרב שמואל פעלדער שליט"א וועט זאגען א שיעור לכבוד שובבי"ם אויף הל' טהרה פאר אברכים?! קודם, וואס איז דאס שובבי"ם? און צווייטענס, וואס איז הלכות טהרה? איך ווייס אז אין שו"ע איז דא הלכות נדה. פארוואס טוישט מען?

הודעהפורסם: דינסטאג פעברואר 11, 2020 1:51 pm
דורך הדסים
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אז מ'דערמאנט שוין, האב איך נעכטן געזען אין ב.מ.ג. א צעטל אז הרב שמואל פעלדער שליט"א וועט זאגען א שיעור לכבוד שובבי"ם אויף הל' טהרה פאר אברכים?! קודם, וואס איז דאס שובבי"ם? און צווייטענס, וואס איז הלכות טהרה? איך ווייס אז אין שו"ע איז דא הלכות נדה. פארוואס טוישט מען?

שובבי"ם קומט יעצט אריין אין די ליטע?

הודעהפורסם: דינסטאג פעברואר 11, 2020 2:54 pm
דורך איסר האטלקי
שובבים איז אלץ געווען אין די ליטא. מאך ריסוירטשט וואס א שובבים האט באדייט אין קעלעם...

הודעהפורסם: דינסטאג פעברואר 11, 2020 6:01 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איסר האטלקי האט געשריבן:שובבים איז אלץ געווען אין די ליטא. מאך ריסוירטשט וואס א שובבים האט באדייט אין קעלעם...

מאך דיין ריסערטש וועסטו זען וויפיל מענטשן האבען געלערנט אין קעלם אין די ליטא. די מערסטע אין איין צייט איז געווען 26. ליטא באשטייט נישט פון קעלם, ווי אויך נישט פון די מוסר'ניקס. (וואס שעלטסטו ליטוואק? האסט דאך א פעטער וואס די נאציס האבען געהרג'ט אין קעלם, אין די תלמוד תורה דארט? יא, וועגען דעם האב איך אזא שווערע הארץ אויף די מוסר'ניקס, ווייל איך קען זיי)
שובבי"ם איז ביי אונז קיין ארטיקל נישט געווען, מ'האט עס קיינמאל נישט דערמאנט, נישט אין ישיבה און נישט אין כולל. נישט אין בריסק און נישט אין לעיקוואד.

הודעהפורסם: מיטוואך פעברואר 12, 2020 7:34 pm
דורך נהורא נפישא
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:שובבים איז אלץ געווען אין די ליטא. מאך ריסוירטשט וואס א שובבים האט באדייט אין קעלעם...

מאך דיין ריסערטש וועסטו זען וויפיל מענטשן האבען געלערנט אין קעלם אין די ליטא. די מערסטע אין איין צייט איז געווען 26. ליטא באשטייט נישט פון קעלם, ווי אויך נישט פון די מוסר'ניקס. (וואס שעלטסטו ליטוואק? האסט דאך א פעטער וואס די נאציס האבען געהרג'ט אין קעלם, אין די תלמוד תורה דארט? יא, וועגען דעם האב איך אזא שווערע הארץ אויף די מוסר'ניקס, ווייל איך קען זיי)
שובבי"ם איז ביי אונז קיין ארטיקל נישט געווען, מ'האט עס קיינמאל נישט דערמאנט, נישט אין ישיבה און נישט אין כולל. נישט אין בריסק און נישט אין לעיקוואד.

כלל ישראל באשטייט נישט פון ליטא. פאר אריגינאלע יהדות אשכנז ווענט זיך צו די יעקעס (גארנישט געבליבן פון זיי כמעט). און יא שובבי"ם איז א מנהג אשכנז אז אין א שנה מעוברת איז דא אן ענין צו פאסטן און זאגן סליחות יום ה' אין די וואכן.

הודעהפורסם: מיטוואך פעברואר 12, 2020 10:51 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
א. איסר האיטלקי האט דערמאנט ליטא, האב איך גע'ענטפערט ליטא.

ב. לעיקוואד האלט זיך ליטא פארטרעטערס, ממילא איז ליטא יא אינטרעסאנט דא.

ג. מ'רעדט דא נישט פון סליחות זאגען אדער פאסטן, נאר פון שיעורים אויף הל' 'טהרה' (וואדעווער דעט איז).

ד. 'אריגינעלער' יהדות אשכנז האט נישט געפירט שובבי"ם אין א שנה פשוטה.

ה. 'אריגינעלער' יהדות אשכנז האט נישט פארבונדן שובבי"ם מיט פרויערישע זאכען, צו טהרה וכו'.

ו. איך האב געפרעגט 'אריגינעלער' יהדות אשכנז אידען (לויט דיין באגריפן) פון די יעקישע קהלות, און ביי זיי האט מען נישט געזאגט סליחות אום שובבי"ם. אונזער מנהגים זענען עפ"י רוב מער דומה צו מערב דייטשלאנד ווי די יעקישע מזרח דייטשלאנד מנהגים, קוק אין די עבודת ישראל סידור פאר מער דעטאלן.

הודעהפורסם: מיטוואך פעברואר 12, 2020 10:59 pm
דורך איסר האטלקי
ווער מאכט די גאנצע ווינט אלוועלטליך איבער הל' טהרה, יענער איז נישט קיין ליטוואק?

הודעהפורסם: דאנערשטאג פעברואר 13, 2020 7:10 pm
דורך צפור בודד
יהודי פשוט האט געשריבן:
זאפטיג האט געשריבן:געזעהן און אסאך חסידישע בתי מדרשים אויפגעשריבן אויפ פרוכת וזוג' מרת.... שיח'י


בילד

אינטערעסאנט אז די מונקאטשער רביצן האט מען אויף איר מצבה באטיטלט סבתא קדישא נאר איר נאמען, זאגט דער מונקאטשער רב, איז נישט גענוג הייליג ס'זאל קענען שטיין אויף א מענטל פון א ס"ת.

הודעהפורסם: דאנערשטאג פעברואר 13, 2020 10:57 pm
דורך real fake news
בכלל האלט איך אז מדארף אויפהערן צו זאגן די מאמעס נאמען ווען מאיז מזכיר א חולה, נאכדערצו אין א מקום קדוש.

כווייס נישט וויזוי יידן קענען זיך אויפשטעלן רעדן צו גאט מיט די זעלבע מויל וואס האט א מינוט פארדעם דערמאנט א נאמען פון א פ***

פרויען פארבאטן! (וועקער #15)

הודעהפורסם: דאנערשטאג פעברואר 13, 2020 11:40 pm
דורך זעקעל
נו אויב אזוי, איז קריאת התורה זאל מען אויך אינגאנצן עלימונירן ? דארטן נישט נאר וואס ס׳ווערט דערמאנט די נעמען פון די הייליגע אמאות נאר אזוי אויך גאר טיפע פסוקי דקדק וואס מען לאזט אויס און חדר ווי מיר אלע געדענקן גוט, ווערט אויך פארגעליינט א שטייגער ווי מעשה תמר זמרי וכו׳

פרויען פארבאטן! (וועקער #15)

הודעהפורסם: דאנערשטאג פעברואר 13, 2020 11:41 pm
דורך טראכטכמוני
צפור בודד האט געשריבן:
יהודי פשוט האט געשריבן:
זאפטיג האט געשריבן:געזעהן און אסאך חסידישע בתי מדרשים אויפגעשריבן אויפ פרוכת וזוג' מרת.... שיח'י


בילד

אינטערעסאנט אז די מונקאטשער רביצן האט מען אויף איר מצבה באטיטלט סבתא קדישא נאר איר נאמען, זאגט דער מונקאטשער רב, איז נישט גענוג הייליג ס'זאל קענען שטיין אויף א מענטל פון א ס"ת.

כ׳האב געלייקט דעם אויפריכטיגקייט און קאנסיסטענצי אז אויפן מציבה שטייט אויך איר נאמען נאר בנוטריקון און נישט במפורש.

Re: פרויען פארבאטן! (וועקער #15)

הודעהפורסם: פרייטאג פעברואר 14, 2020 12:04 am
דורך מי אני
real fake news האט געשריבן:בכלל האלט איך אז מדארף אויפהערן צו זאגן די מאמעס נאמען ווען מאיז מזכיר א חולה

viewtopic.php?f=13&t=4642

הודעהפורסם: דינסטאג פעברואר 18, 2020 1:37 pm
דורך ונבנתה העיר
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אז מ'דערמאנט שוין, האב איך נעכטן געזען אין ב.מ.ג. א צעטל אז הרב שמואל פעלדער שליט"א וועט זאגען א שיעור לכבוד שובבי"ם אויף הל' טהרה פאר אברכים?! קודם, וואס איז דאס שובבי"ם? און צווייטענס, וואס איז הלכות טהרה? איך ווייס אז אין שו"ע איז דא הלכות נדה. פארוואס טוישט מען?

כ'האב לעצטענס געטייטשט אז מ'לערנט הלכות מצורע. קליפה דדין כקליפה דדין, כידוע לבאים בסוד מאנטאג פרשת טהרה.

און פאר די צוהערער וועלכע קענען זיך אויס אין די סיקרעטס: כהדא איתתא דמותיבין יתה לברא, כדכתיב מחוץ למחנה מושבו, עד דטבילת במקורא דמיא, מקור ודאי.

הודעהפורסם: דינסטאג פעברואר 18, 2020 2:12 pm
דורך איסר האטלקי
אפשר איז שוין צייט צו טוישן מגילת אסתר צו מגילת מרדכי? ס'ברענגט שרעקליכע הורהורים יעדעס יאר ביים ליינען די מגילה.

פרויען פארבאטן! (וועקער #15)

הודעהפורסם: דינסטאג פעברואר 18, 2020 10:51 pm
דורך זעקעל
איסר האטלקי האט געשריבן:אפשר איז שוין צייט צו טוישן מגילת אסתר צו מגילת מרדכי? ס'ברענגט שרעקליכע הורהורים יעדעס יאר ביים ליינען די מגילה.

אין אזוי אויך תענית אסתר צו תענית מרדכי

Re: פרויען פארבאטן! (וועקער #15)

הודעהפורסם: מיטוואך פעברואר 19, 2020 2:44 pm
דורך טראכטכמוני
ס׳איז שוין הויך צייט צו טוישן דעם תענית פון שרה בטבת צו אברהם בטבת

הודעהפורסם: מיטוואך פעברואר 19, 2020 4:20 pm
דורך אדונינו
איסר האטלקי האט געשריבן:אפשר איז שוין צייט צו טוישן מגילת אסתר צו מגילת מרדכי? ס'ברענגט שרעקליכע הורהורים יעדעס יאר ביים ליינען די מגילה.

טראכט פונעם ירקרק היתה...

הודעהפורסם: מיטוואך פעברואר 19, 2020 4:44 pm
דורך איסר האטלקי
איך לערן פשט אז ירקרק מיינט בלאנד.

Re: פרויען פארבאטן! (וועקער #15)

הודעהפורסם: דאנערשטאג פעברואר 20, 2020 7:44 pm
דורך מי אני

הודעהפורסם: זונטאג פעברואר 23, 2020 9:33 am
דורך הוגה
ווען א חסידות ווערט פראגרעסיוו און מאכט א ספעציעלע שבע ברכות פארן רבין'ס אייניקל נאר פאר די נשות החסידות. וויאזוי זעט אזא מעמד אויס? מיר וועלן קיינמאל וויסן.

הודעהפורסם: זונטאג אפריל 26, 2020 11:01 am
דורך מונטסורי
אינם פסח'דיגע קינדליין אויסגאבע (נומ. 268) שרייבט י.י. שווארץ פון שיכון סקווירא "עטליכע קליינע הערות" אויפן חנוכה אויסגאבע (נומ. 253) און רעדט זיך אפ בתוך הדברים אז "אויף זייט 48 אויף איינער פון די באנקנאטן איז דא א בילד, וואס איך גלייב אז מ'האט נישט באמערקט, לויטן סטאנדארט פון קינדליין האט עס נישט געדארפט אריינגיין".

Kindline_V.268_P.114_letter.jpg
בריוו אינם פסח אויסגאבע (מערקט ווי די באנקנאט ווערט פארוואנדעלט אין א זכר "איינער פון די באנקנאטן")


Kindline_V.253_P.48_picture.jpg
די באנקנאט אינם חנוכה אויסגאבע