פרויען פארבאטן! (וועקער #15)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען

הודעהדורך גבור חיל » דינסטאג מערץ 12, 2019 4:03 pm

או אינו האט געשריבן:מהאט ביי אינז אויסגעריסען יעדענס טאלאנט. מענער האבן עפעס יא אן אפציע? היטלער האט אויך פארשטאנען אז מיט חכמה אין טאלאנט וועט א ריינע ראסע נישט ווערן. דאס איז געוועהן די עיקר סיבה פין הארגענען אידן אין ארטיסטן מויזקאמטען וכו.


אונגאנצן נישט גערעכט!
איך האב פריער אנגעכאפט זינגען, סא לאמיר רעדן פון זינגען, יעדער היימישער מאן, וואס האלט אז ער האט א טאלאנט פון זינגען, קען טון כל מה שלבו חפץ דערמיט, מאכן אלבוימס מיט סידיס, זינגען ביי חתונות, וכו' וכו' וכו'
און אזוי איז ביי רובא דרובא טאלאנטן,
משא"כ ביי פרויען איז דאס בכלל נישט פארהאנען!
!I'm gonna live like tomorrow doesn't exist
גבור חיל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 4
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

Re: פרויען פארבאטן! (וועקער #15)

הודעהדורך או אינו » מיטוואך מערץ 13, 2019 12:19 am

אין 2019 וועסטו נישט טרעפן א שולע אדער א סקול (חוץ ביי די חסידישע) וואס האט נישט פראגראמען אויפצוארבעטען טאלאנט, קינדער פין די דריי יאר ווערן געלערנט מוזיק, זינגען , מאלן , וכו
או אינו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 174
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 8:05 pm
האט שוין געלייקט: 131 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל

הודעהדורך וואלווי » מיטוואך מערץ 13, 2019 12:33 am

או אינו האט געשריבן:אין 2019 וועסטו נישט טרעפן א שולע אדער א סקול (חוץ ביי די חסידישע) וואס האט נישט פראגראמען אויפצוארבעטען טאלאנט, קינדער פין די דריי יאר ווערן געלערנט מוזיק, זינגען , מאלן , וכו


אבער ס'בלייבט סטריקלי א סקול סאבדזשעקט, ס'נישט אנגענומען אלס א קעריער.
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2219
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3091 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2899 מאל

הודעהדורך שושן פורים » מיטוואך מערץ 13, 2019 4:44 am

אביסל פאזיטיווע נייעס אין דעם הינזיכט האב איך באמערקט בלעטערענדיג אויף די ברסלב וועב זייטל פון הרב יואל ראטה, זיי האבן געמאכט א מלוה מלכה און כנהוג באערט ביישטייערער מיט פלעקס בלע"ז, אנשטאט שרייבן וזוגתו תחי' האבן זיי יא ארויסגעשריבן די נאמען פון די עקרת הבית.
בייגעלייגטע פיילס
WCXHONuBrH_IMG_5297_large.JPG
eLQMobvF8G_IMG_5303_large.JPG
BdWzbCvarI_IMG_5305_large.JPG
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 663
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 493 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 807 מאל

הודעהדורך וואלווי » מיטוואך מערץ 13, 2019 1:47 pm

וואס פריער, זענען די בילדער בעסער און בעסער...
בייגעלייגטע פיילס
2019-03-13 13.46.55.png
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2219
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3091 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2899 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך מערץ 13, 2019 2:00 pm

אלץ האט זיך אנגעפאנגען ווען אדם און חוה האבן זיך אנגעטון פייגנבלעטער, פון דארטן און ווייטער איז עס נאר געווארן ערגער און ערגער, ועוד היד נטויה...
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2509
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2411 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1556 מאל

הודעהדורך חתן בחור » מיטוואך מערץ 13, 2019 2:24 pm

און משה רבינו האט געהאט הערנער... ווער ס׳געדענקט נאך פלעגען די אלטע אור החיים חומשים האבן אויפ׳ן שער בלאט א צייכענונג פון משה רבינו מיט צוויי הערנער האלטענדיג די לוחות.
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.
באניצער אוואטאר
חתן בחור
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 144
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 10:14 pm
האט שוין געלייקט: 163 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 71 מאל

Re: פרויען פארבאטן! (וועקער #15)

הודעהדורך לולקע באנוצער » דאנערשטאג מערץ 14, 2019 12:38 am

https://r.tapatalk.com/shareLink?url=ht ... are_type=t

אמאליגע עראטישע שער-בלעטער
באניצער אוואטאר
לולקע באנוצער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 77
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 12:10 am
האט שוין געלייקט: 480 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

הודעהדורך ראובן » זונטאג מערץ 24, 2019 8:39 am

די וואס האבן א ספק צי פּראָגרעס װערט געמאכט: די וואך אין 'משפחה'.
בייגעלייגטע פיילס
54730770_2824980077727688_4219367522173976576_n__01.jpg
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2411
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2983 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9440 מאל

הודעהדורך וואלווי » זונטאג מערץ 24, 2019 8:51 am

בסוד"ם אל תבא נפשי...

לטשטש הכלה בהתמונה הגדולה

"די וואך" מיט עטליכע וואכן צירוק. וואלטן זיי צוגעווארט צום וועקער, וואלטן זיי אויך געקענט זיין פון די פראגרעס.

אילו זכינו...
בייגעלייגטע פיילס
2019-03-24 08.51.18.jpg
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2219
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3091 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2899 מאל

Re: פרויען פארבאטן! (וועקער #15)

הודעהדורך גראף » זונטאג מערץ 24, 2019 10:05 am

דער טעגליכע איד אימעיל. ח''ו שרייבן זי אדער אשה.
https://abc7ny.com/amp/man-told-jewish- ... y/5211866/
בילד

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
גראף
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 848
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 663 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 475 מאל

הודעהדורך נהורא נפישא » זונטאג מערץ 24, 2019 10:13 am

ר' דוד ליכטענשטיין אויף זיין פאדקעסט שאו די וואך רעדט ער ארום איבער דעם ערשיינונג, ער טענה'ט אויב די תורה וואלט היינט געגעבן געווארן וואלט עס געגאנגען אברהם ורעייתו, מגילת מרדכי ורעייתו וכו'. איך בין נייגעריג אויב ער איז נשפע געווארן פון דעם ארטיקל.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1592
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2058 מאל

הודעהדורך זאפטיג » זונטאג מערץ 24, 2019 11:33 am

אינעם ענגלישע משפחה איז ערשינען פרא צוויי וואכן צוריק א בילד פון טויזנטע פרויען ביי דער כותל.
אין א ן ארטיקל איבער די WOMAN OF THE WALL
דער בילד איז נאר גענומען געווארן אביסלע מרחוק אבער גענוק נאנט צי קענען באמערקן און דערקענען
אגב: דער עיקר פראבלעם פארוואס צייטונגן מיטשענען זיך איז וועגן דער קלאגעס וואס קומן כסדר אריין פון מענטשן
ווי איך האב געהערט א רעקורדירינג וואס איז ארום געפארן ווי א פרוי לאזט איבער א מעסעדש פאר אן אויסגאבע ווי זי זאגט נעבעך אז איר מאן האט זיך פשוט צוויינט ווען עס איז ערשינען א בילד פון א מיידל פון 4 יאר אלט! עס האט אים נעבעך ל''ע מעורר געווען ה''י
ואהבת לרעך כמוך - לייקס געב איך וויפול איך האב
זאפטיג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2019 8:23 am
האט שוין געלייקט: 118 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל

Re: פרויען פארבאטן! (וועקער #15)

הודעהדורך יהודי פשוט » זונטאג מערץ 24, 2019 11:34 am

וואלווי האט געשריבן:בסוד"ם אל תבא נפשי...

לטשטש הכלה בהתמונה הגדולה

"די וואך" מיט עטליכע וואכן צירוק. וואלטן זיי צוגעווארט צום וועקער, וואלטן זיי אויך געקענט זיין פון די פראגרעס.

אילו זכינו...
דאס איז פון א בליק
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 593
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:00 pm
האט שוין געלייקט: 354 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 364 מאל

הודעהדורך זאפטיג » זונטאג מערץ 24, 2019 11:35 am

אינעם ענגלישע משפחה איז ערשינען פרא צוויי וואכן צוריק א בילד פון טויזנטע פרויען ביי דער כותל.
אין א ן ארטיקל איבער די WOMAN OF THE WALL
דער בילד איז נאר גענומען געווארן אביסלע מרחוק אבער גענוק נאנט צי קענען באמערקן און דערקענען
אגב: דער עיקר פראבלעם פארוואס צייטונגן מיטשענען זיך איז וועגן דער קלאגעס וואס קומן כסדר אריין פון מענטשן
ווי איך האב געהערט א רעקורדירינג וואס איז ארום געפארן ווי א פרוי לאזט איבער א מעסעדש פאר אן אויסגאבע ווי זי זאגט נעבעך אז איר מאן האט זיך פשוט צוויינט ווען עס איז ערשינען א בילד פון א מיידל פון 4 יאר אלט! עס האט אים נעבעך ל''ע מעורר געווען ה''י
ואהבת לרעך כמוך - לייקס געב איך וויפול איך האב
זאפטיג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2019 8:23 am
האט שוין געלייקט: 118 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » זונטאג מערץ 24, 2019 11:45 am

ס'דא פילן פאר אזא איינער, קיינער דארף נישט ליידן אז ער איז קראנק.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2509
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2411 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1556 מאל

הודעהדורך ראובן » זונטאג מערץ 24, 2019 2:43 pm

גראף האט געשריבן:דער טעגליכע איד אימעיל. ח''ו שרייבן זי אדער אשה.
https://abc7ny.com/amp/man-told-jewish- ... y/5211866/
בילד

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

דאס איז נישט נאר פארדרייט די ווערטער כדי נישט צו אנטדעקן פאר די לייענער אז דא רעדט מען פון א פרוי (ר"ל), נאר אויך קלאר געשריבן בלשון זכר אין עטליכע ערטער.

"אידישן קאלעגע" (צוויי מאל)
"אויפן איד"

אבער דער גרעסטער פראבלעם איז נישט דער לשון זכר, נאר טאקע דער הינטערליגנדער מהלך המחשבה וואס טרייבט א שרייבער צו שרייבן פארקרומט כדי נישט צו דערמאנען דעם עקזיסטענץ פון א פרוי. ס'איז באמת קראנק.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2411
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2983 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9440 מאל

הודעהדורך צפור בודד » זונטאג מערץ 24, 2019 6:12 pm

ווען עס איז נאר צייטונגען איז אויך גענוג שלעכט. מיין פעטער איז פאר נישט לאנג געשטארבן און זיין משפחה האבן ארויסגעגעבן א קליינער חוברת פאר דער משפחה און באקאנטע מיט בילדער פון דער נפטר און זיינע זין און מענער אייניקלעך אבער נישט קיין שום בילד פון זיין ווייב אדער טעכטער. אפילו זיין ווייב'ס נאמען איז נישט געדרוקט נאר 'היז ווייף'.

א חלק פון דער שולד דערפון איז אז דער חרד'ישער סיסטעם פארמאגט נישט א ווינקל פאר אייגענער שיקול הדעת. דער עולם זאגט מ'לייגט נישט פרויען איז לייגט מען נישט פרויען ווי נאר און ווען נאר. דער עולם זאגט אז פרויען זיצן שבעה מיט א טורבאן איז זיצט מען מיט א טורבאן. דער עולם זאגט שושן פורים שטריימל איז שושן פורים שטריימל. עס זענען טאקע דא אפיניאנעיטיד חברה וואס טון ווי זיי פארשטיין נאר זיי זענען בטל ברוב און הייסן אויבער חכמים ווייל זיי גיין נישט בעקבות הצאן. ביי רוב עולם איז מאנקי סעי מאנקי דא, עולם גולם טוט וואס עולם גולם טוט. מען קען אפילו נישט זאגן אז ס'איז למה יאמרו ווייל דאס איז אויך צופיל מחשבה. ס'איז פשוט 'אזוי טוט מען' און אז דער מדובר איז פרויען איז אזוי טוט מען ביי דעם אויך.
צפור בודד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 127
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 102 מאל

Re: פרויען פארבאטן! (וועקער #15)

הודעהדורך לולקע באנוצער » מאנטאג מערץ 25, 2019 12:09 am

צפור בודד האט געשריבן:מען קען אפילו נישט זאגן אז ס'איז למה יאמרו ווייל דאס איז אויך צופיל מחשבה.

פאר די שורה קומט זיך דיר אן עקסטערן לייק...
באניצער אוואטאר
לולקע באנוצער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 77
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 12:10 am
האט שוין געלייקט: 480 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

הודעהדורך זאפטיג » מאנטאג מערץ 25, 2019 8:10 am

לעצטנס געהערט א מעשה
רבי משה מרדכי מלעלוב איידער ער האט חתונה געהאט בזוו''ש אוין טיעפן עלטער האט ער זיך מתייעץ געווען מיט רבי משה אריה פריינד וואס האט אים שטארק געשטיפט צום שידוך, בין הדברים האט דער לעלובער רבי א פרעג געטאהן: מה יאמרו הבריות, א זקן נואף. האט ר' משה ארי'ה געזאגט מה יאמרו הבריות?! שוין הינדערט יאר וואס עס עקזיסטירטיט שוין נישט קיין בריות.
נו נו
דעם מעשה האט פארשטייט זיך א טיעפן כוונה אבער עס האטמיר שטארק געמאכט טראכטן ווער פינקטלעך זענען די בריות מיט וועמען אינז רעכענען זיך מיט....
ואהבת לרעך כמוך - לייקס געב איך וויפול איך האב
זאפטיג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2019 8:23 am
האט שוין געלייקט: 118 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל

Re: פרויען פארבאטן! (וועקער #15)

הודעהדורך מיינונגזאגער » דינסטאג מערץ 26, 2019 6:09 am

צפור בודד האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:
ונבנתה העיר האט געשריבן:נאכנישט געזען דעם וועקער, נאר למען הפארצייכענונג: דעם פארגאנגענעם מיטוואך האט דער המודיע געהאט א מעלעריי פון קאנגרעספרוי אמאר.


דאס איז דאך מותר, אזוי ווי אין א קאורט רום ווי מ'טאר נישט כאפן בילדער, מאלט מען. דינא דמלכותא דינא.

אזוי אויך זעט מען אין חז"ל אז מצייר זיין איז ערלויבט, מטבע של אברהם אבינו איז זקן וזקנה בחור ובתולה.

אבער דאך, אפי' בימים ההם איז שוין געווען אכשר דרא. אזוי ווי ס'שטייט בחורים "וגם" בתולות ווייל "ס'פאסט" נישט צו שריבן "עם" אזוי ווי ביי זקנים "עם" נערים...


יעצט איז מיר שוין קלאר פארוואס מיר זענען אזוי שטארק מקפיד אויף דער 'נגע' פון פרויען בשעת ווען מיר זענען מיקל אויף פידאפילן ומקרא מלא הוא

Sent from my SM-G950F using Tapatalk

אינו מן הענין


Sent from my iPhone using Tapatalk
מיינונגזאגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 67
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 14, 2019 9:18 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל

Re: פרויען פארבאטן! (וועקער #15)

הודעהדורך מיינונגזאגער » דינסטאג מערץ 26, 2019 6:23 am

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אמר רבי יוחנן למדנו יראת חטא מבתולה וקיבול שכר מאלמנה... דההיא אלמנה דהואי בי כנישתא בשיבבותה, כל יומא הות אתיא ומצלה בי מדרשיה דר' יוחנן. אמר לה: "בתי, לא בית הכנסת בשיבבותך?" אמרה ליה: "רבי! ולא שכר פסיעות יש לי?!". (סוטה כב.)

נישט נאר זענען פרויען געקומען אין שול, דער רב האט
פונקטליך מיטגעהאלטן ווער ס'קומט...


אנכי הקטן האב אליינס מיט געהאלטן אן עפיזאד זייענדיג אין די בית הוראה ווי אישית שאלות ווערן געפרעגט, פארשטייט זיך אז פרויען קומען אויך אין ב״ה מיט זייערע שאלות. רופט זיך אן דער רב. ״זי איז א וואוילער ווייבל״ זעענדיג ווער דער פרעגער איז. מיינט נישט אז איך רעד דא פון א קאנטראווערסיאלער רב, איך רעד פון מסלתה ומשמנה פונעם סאטמערע ב״ה. (נישט קיין נפק״מ וועלעכער סאטמער)



Sent from my iPhone using Tapatalk
מיינונגזאגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 67
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 14, 2019 9:18 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל

Re: פרויען פארבאטן! (וועקער #15)

הודעהדורך מיינונגזאגער » דינסטאג מערץ 26, 2019 6:30 am

זאפטיג האט געשריבן:לעצטנס געהערט א מעשה
רבי משה מרדכי מלעלוב איידער ער האט חתונה געהאט בזוו''ש אוין טיעפן עלטער האט ער זיך מתייעץ געווען מיט רבי משה אריה פריינד וואס האט אים שטארק געשטיפט צום שידוך, בין הדברים האט דער לעלובער רבי א פרעג געטאהן: מה יאמרו הבריות, א זקן נואף. האט ר' משה ארי'ה געזאגט מה יאמרו הבריות?! שוין הינדערט יאר וואס עס עקזיסטירטיט שוין נישט קיין בריות.
נו נו
דעם מעשה האט פארשטייט זיך א טיעפן כוונה אבער עס האטמיר שטארק געמאכט טראכטן ווער פינקטלעך זענען די בריות מיט וועמען אינז רעכענען זיך מיט....


די מעשה הייבט זיך נישט אן. איך האב גוט געקענט הרה״צ מ״מ לעלובער. ער האט מיט מה יאמרו הבריות קיינמאל זיך נישט געקומערט.
אן א שיעור מעשיות, און ספעציפיש מיט זיין מאדנער זו״ש וואס ער האט געהאט (פון וועמען די ערווענסט דא) וואו מען האט געזעהן און געהערט איבער די נושא.



Sent from my iPhone using Tapatalk
מיינונגזאגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 67
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 14, 2019 9:18 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל

הודעהדורך זאפטיג » דינסטאג מערץ 26, 2019 10:53 am

מיינונגזאגער האט געשריבן:
זאפטיג האט געשריבן:לעצטנס געהערט א מעשה
רבי משה מרדכי מלעלוב איידער ער האט חתונה געהאט בזוו''ש אוין טיעפן עלטער האט ער זיך מתייעץ געווען מיט רבי משה אריה פריינד וואס האט אים שטארק געשטיפט צום שידוך, בין הדברים האט דער לעלובער רבי א פרעג געטאהן: מה יאמרו הבריות, א זקן נואף. האט ר' משה ארי'ה געזאגט מה יאמרו הבריות?! שוין הינדערט יאר וואס עס עקזיסטירטיט שוין נישט קיין בריות.
נו נו
דעם מעשה האט פארשטייט זיך א טיעפן כוונה אבער עס האטמיר שטארק געמאכט טראכטן ווער פינקטלעך זענען די בריות מיט וועמען אינז רעכענען זיך מיט....


די מעשה הייבט זיך נישט אן. איך האב גוט געקענט הרה״צ מ״מ לעלובער. ער האט מיט מה יאמרו הבריות קיינמאל זיך נישט געקומערט.
אן א שיעור מעשיות, און ספעציפיש מיט זיין מאדנער זו״ש וואס ער האט געהאט (פון וועמען די ערווענסט דא) וואו מען האט געזעהן און געהערט איבער די נושא.



Sent from my iPhone using Tapatalk

די האסט געקענט ר' מ''מ ממילא מוז זיין אז דער משעה הייבט זיך נישט אן?
קודם כל איך האב דער מעשה געהערט פון זייערע א פארלעסליכע מקור
צווייטנעס ער האט זיך טאקע נישט געקומערט מיט אינזערע נארישע מה יאמרו הבריות, ער האט געהאט אנדערע בריות וואס אויף דעם האט רמ''א רעגאירט אז זיי באשטיין שוין נישט
ואהבת לרעך כמוך - לייקס געב איך וויפול איך האב
זאפטיג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2019 8:23 am
האט שוין געלייקט: 118 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל

הודעהדורך זאפטיג » דינסטאג מערץ 26, 2019 10:58 am

שושן פורים האט געשריבן:אביסל פאזיטיווע נייעס אין דעם הינזיכט האב איך באמערקט בלעטערענדיג אויף די ברסלב וועב זייטל פון הרב יואל ראטה, זיי האבן געמאכט א מלוה מלכה און כנהוג באערט ביישטייערער מיט פלעקס בלע"ז, אנשטאט שרייבן וזוגתו תחי' האבן זיי יא ארויסגעשריבן די נאמען פון די עקרת הבית.

געזעהן און אסאך חסידישע בתי מדרשים אויפגעשריבן אויפ פרוכת וזוג' מרת.... שיח'י
אגב: געווען באקאנט ביי די צייטן פון קאנטאנסיטן אז פרויען זענען אין בעסמעדרעש אריינגעקאמען אין איינגעריסן (דאס מיינט די פרוכת געפנעט און געשריען הויך)
ואהבת לרעך כמוך - לייקס געב איך וויפול איך האב
זאפטיג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2019 8:23 am
האט שוין געלייקט: 118 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק דער וועקער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט