בלאט 1 פון 1

אויטאביאגראפיע -- מנשה לוסטיג (וועקער 15)

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2019 12:23 am
דורך נח פייפער
אין וועקער ערשיינט מיין אינטערוויו מיט מנשה לוסטיג צו דער דערשיינונג פון זיין נייעם ביכל "פערציג קאפיטלען פון מיין לעבן.
די סיבה פארוואס כ'האב אפגעראכטן דעם אינטערוויו איז נישט אזוי ווייט צו הערן וואס מנשה האט צו זאגן נאר צו ברענגען אויפמערקזאם צו דעם ביכל וואס איז לדעתי א וואונדערווערק.
מנשה'ס ביכל איז א "מאסט-ריעד" און כ'וואלט גע'עצה'ט אלעמען צו צאלן די 24 דאלאר און זיך איינהאנדלען דעם ביכל. כ'געדענק נישט ווען לעצט כ'האב גענומען א ביכל אין דער האנט און כ'האב עס פשוט נישט געקענט אראפלייגן, כ'האב געלאכט און געוויינט, געוויינט און געלאכט.
באמת האב איך געוואלט שרייבן א רעצענזיע אויף דעם ביכל (ליטווואק האט טיילווייז געטון די ארבעט, אויך אין פארווערטס איז ערשינען אן ארטיקל ארום דעם ביכל) נאר כ'האב נישט עספיעט, האפנטליך וועל איך משלים זיין אין א קומענדיגער געלעגנהייט.
מנשה ווארפט א ליכט אויף אזויפיל אספעקטן פון חרדישן לעבן דורך די פריזם פון זיין אייגענע לעבנסערפארונגען. מנשה שילדערט א לעבן אין שיכון סקווירא, די ערפארונגען פון א "שוואך" קינד אין חדר מיט מלמדים וואס האבן ווייניג הבנה צו דעם נפש פון א קינד, און אזוי ווייטער און ווייטער די דראמאטישע קאפיטלען פון זיין לעבן אלס עלטערער בחור, אלס סקווירער חסיד, אלס פארלוירענער יונגערמאן אין לאנדאן נאך דער חתונה אן קיין פרנסה, זיין מוטשענישן צו האבן קינדער, דאס פארלירן א ווייב, צען פיינפולע יארן אלס אלמן און דאס באדייט פון אן איינזאמע לעבן אין דער חסידישער געזעלשאפט, זיינע נסיונות און דורכפעלער, דאס אויפציען אן איינציג קינד איינער אליין, זיין קשר מיט'ן רבי'ן הין און צוריק וואס איז בעצם א פארגרעסערונגס גלאז אויף דעם אלגעמיינעם קשר פון רבי'ן צו חסיד און חסיד צו רבי'ן, און די מער פרייליכע געשיכטעס אלס משמח אלוקים ואנשים און אקטיאר.
מנשה האט א פאטאגראפישן זכרון און די פיצינקע דעטאלן, אנעקדאטן און פרטי פרטימלעך פון צענדליגער יארן געשיכטע וועט אייך שענקען א דראמאטישע רייזע ווי אין א צייט מאשין.
לויפט און קויפט, איר וועט נישט קיין חרטה האבן.


דא האט איר א לינק צו קויפן דעם ביכל און איינוועגס שטיצן די פרנסה און קונסט יצירות פון אונזערס א חבר, וחי אחיך עמך (נעמט נישט אוועק אז אין שטיבל איז ער א טראל :) ).

https://www.etsy.com/listing/646584103/ ... e_active_1