גאלדי און די דריי בערן – קטלא קניא (וועקער 15)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען

גאלדי און די דריי בערן – קטלא קניא (וועקער 15)

הודעהדורך ראובן » דינסטאג מערץ 12, 2019 7:35 pm

א גאר באליבטער ווערק אינעם לעצטן וועקער איז "גאלדי און די דריי בערן" פון קטלא קניא, וואו דער גאונישער שרייבער נעמט אפיר די קלאסישע קינדער-דערציילונג און ארבעט עס איבער אויף אונזער לעבן.

איך האב מיך געהאלטן ביי די זייטן לייענענדיג קטלא'ס אבזערוואציעס אויף אונזער לעבן אזוי קונסטליך אריינגעפּאסט אין דער דערציילונג, אן אוועקנעמען פונעם אריגינאל קיין כי הוא זה.

אזוי אויך איז די דערציילונג פיינע אונטערהאלטונג פאר תינוקות של בית רבן, בפרט אזעלכע וואס זענען באקאנט מיט דעם אריגינעל, און כאפן א גיגל פון דער קונסטליכער אדאפטאציע.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2922 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9261 מאל

הודעהדורך חתן בחור » דינסטאג מערץ 12, 2019 8:10 pm

מיין קינד לערנט זיך יעצט צו לייענען יודיש, כ׳האב איר עס געגעבן צו לייענען צופרי ביים שבת טיש, די גאנצע עולם האט זיך געהאלטען אין די זייטן. :lol:
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.
באניצער אוואטאר
חתן בחור
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 10:14 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 56 מאל

הודעהדורך הוגה » מיטוואך מערץ 13, 2019 7:38 am

איך האב זייער הנאה געהאט פון דער מעשה. עס איז א הערליכע און מייסטערהאפטיגע שטיקל ארבייט. די attention to detail סיי אינעם באשרייבונג און סיי אין די בילדער איז עפעס מורא'דיג, ווי, לדוגמא, דאס בילד פונעם הייליגע רבי רבי בער ז"ל וואס הענגט אויפן וואנט.

קטלא האט געפרעגט אויף טוויטער בנוגע קינדער ליינען דעם וועקער. נעם אזא דערציילונג. ווען איך האב עס געליינט ביים סעודה פאר מיין משפחה האבן אלע הנאה געהאט. די קליינטשיגע האבן געלאכט פון די סימפל געדאנק אז די מעשה איז פארטייטשט געווארן אין אידיש און פון די פשוט'ע וויצן. די עלטערע קינדער האבן שוין געכאפט אין גרויס טייל די מעסעדזשעס אינעם parody. און פאר מיין ווייב און איך איז געווען נאך א לעוועל פון חומר למחשבה הנוגע למעשה. צו קענען צושטעלן אזאנס פארלאנגט זיך טאלאנט.

.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2789
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7175 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6324 מאל

הודעהדורך קטלא קניא » מיטוואך מערץ 13, 2019 6:47 pm

הוגה האט געשריבן:

א דאנק און גרוסן פאר דיינע קינדער. מיינע קינדער לייענען נישט אידיש האב איך "ווייקעריעס" (ע"י שליח) נחת וכל המלמד בן חבירו...

אינטערעסאנט, דו ברענגסט פונקט אראפ דעם פרט פון דער בילד. איך האב טאקע געגעבן דעם אילוסטרירער די פרטים פאר אלע בילדער און וויאזוי איך וויל זיי זאלן אויסזען, כולל א בילד פון א גדול אין דעם דייניניג רום. ווען איך האב זיי איבערגעשיקט צו @ראובן'ען האט ער מיר געפרעגט וואס דאס איז און איך האב אים געזאגט אז ס'איז א גדול. פרעגט ער מיר "א בערעלע גדול?" שיחת חולין של ת"ח צריכין לימוד און פון דעם איז מיר איינגעפאלן צו טוישן טאקע צו א רבי ר' בער.
העלפט פאַררעכטן דער עתיד פון אונזערע ייִנגלעך!
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
באניצער אוואטאר
קטלא קניא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 78
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

הודעהדורך הוגה » דאנערשטאג אפריל 25, 2019 12:17 pm

איינער האט מיר נעכטן מעורר געווען אז די דאזיגע סיפור איז אייגנטליך פארגעקומען פסח אויפדערנאכט. ערשטענס, פארוואס דען איז גאלדי געווען אזוי הונגעריג אויב נישט וועגן פסח. צווייטענס, אלע גרויסע געשעהנישן ביי אידן זענען פונקט געשעהן אין די נאכט; פארוואס זאל דא זיין אנדערש? מ'קען טאקע טרעפן אין געוויסע אלטע הגדות ביי ואמרתם זבח פסח שטייט "נערה תמימה יצאה ומצאה שלש דובים בפסח".

.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2789
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7175 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6324 מאל

הודעהדורך פרוש » מיטוואך מאי 01, 2019 1:06 pm

הוגה האט געשריבן:
איינער האט מיר נעכטן מעורר געווען אז די דאזיגע סיפור איז אייגנטליך פארגעקומען פסח אויפדערנאכט. ערשטענס, פארוואס דען איז גאלדי געווען אזוי הונגעריג אויב נישט וועגן פסח. צווייטענס, אלע גרויסע געשעהנישן ביי אידן זענען פונקט געשעהן אין די נאכט; פארוואס זאל דא זיין אנדערש? מ'קען טאקע טרעפן אין געוויסע אלטע הגדות ביי ואמרתם זבח פסח שטייט "נערה תמימה יצאה ומצאה שלש דובים בפסח".

.

טשולנט אום פסח?...
לכאורה פסח'דיגע טשולנט
פרוש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 4
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אפריל 27, 2019 9:43 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

גאלדי און די דריי בערן – קטלא קניא (וועקער 15)

הודעהדורך מי אני » מיטוואך מאי 22, 2019 12:02 pm

viewtopic.php?f=10&t=3041

ווייט נישט אזא מייסטערווערק ווי דאס וואס קטלא האט אהערגעשטעלט, אבער פארט אינטרעסאנט.

Sent from my iPhone using Tapatalk
מי אני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 183
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 1002 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל

גיי צוריק דער וועקער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט