קו התאריך במשנתו של האדמו"ר מסאטמאר ז"ל

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען

Re: קו התאריך במשנתו של האדמו"ר מסאטמאר ז"ל

הודעהדורך חתן בחור » זונטאג מערץ 31, 2019 10:58 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ס'נישט דא אזא זאך ווי א טאג, It's a social construct...

נישט קיין חילוק וואס די רופסט עס. ווי טוישט זיך עס פון זונטאג אויף מאנטיג?

טאמער די זון מאכט ס׳זאל ווערן מאנטיג, ווען הערט עס אויף צו מאכן מאנטיג און הייבט אן מאכן דינסטאג?
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.
באניצער אוואטאר
חתן בחור
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 144
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 10:14 pm
האט שוין געלייקט: 164 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 71 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » זונטאג מערץ 31, 2019 11:06 pm

די גאנצע זאך פון זונטאג מאנטאג איז א social construct.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2509
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2413 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1556 מאל

Re: קו התאריך במשנתו של האדמו"ר מסאטמאר ז"ל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מערץ 31, 2019 11:32 pm

א. ער פארדינט נאכאלס א הרב, על אף אז איך בין נישט קיין חסיד פון זיין מהלך, האט ער געלערנט פלייסיג, מחזק געווען אידען, און זיך אוועק געבן פאר זיין גלויבונגן.

ב. האסט נישט פארשטאנען מיין פאוינט. כמעט אלע קשיא׳ס וואס איך האב געזען אויף די שיטה פון דער בעל המאור און אויף די צוגעלייגטע חידוש פון חזון איש זענען פארענטפערט מיט מיין . די זון׳ס מהלך אין די הימל איז אונז נישט די נושא. נישט דאס מאכט טאג און נאכט, יאר און שמיטה. אלע קשיא׳ס פון הרב יצחקי וואס איינער האט פריער מציין געווען פאלען אוועק ווען מ׳פארשטייט די נקודה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8591
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2999 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8058 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מאנטאג אפריל 01, 2019 12:39 am

די זאגסט גארנישט מער ווי דער חזון איש אליין.

איך זעה נישט וואס די לייגסט צו.

דער חזון איש האלט אז וויבאלד אונז האבן ראשונים וואס לערנען פשט אין א גמרא און לדעתם איז עס זעקס שעה, זענען די ראשונים קובע די הלכה. ער זאגט עס אליין טאקע אין יח שעות.

דער אנדערע וואס לערנען צוועלעף שעה זענען זיך תולה אז עס איז דא חולקים, און דער חזון איש איז שטארק ביזי אויפווייזן אז דער עיקר איז ווי דער בעל המאור וכו'.

איך זעה נישט ווי דער חזון איש זאל זיך מטפל זיין מיט דער פרט אז דער גאנצע בעל המאור מיט דער כוזרי הייבט נישט אהן צו שטימען און מאכען סענס לויט ווי מען ווייסט היינט. און דאס איז לכאורה, ווייל דער חזון איש קערט נישט דערויף, ער האלט היות דער בעל המאור זאגט אזוי פשט אין א גמרא, ווערט אזוי די הלכה צו דער מציאות וואס מען ווייסט היינט שוין אדער נישט.

עס איז דא כמה זאכן וואס דער חזון איש זאגט דארט, וואס איז זייער שווער צו פארשטיין, ווייל ער איז ערגעץ צווישען דער היינטיגער מציאות, מיט דער גמרא מציאות און דער בעל המאור מציאות, און ווען ער זאגט מציאות'ער איז שווער צו כאפן ווי ער האלט. אז איך וועל האבן צייט וועל איך געבן דוגמאות.

אבער עס קען יעדער זעהן אז ווי קלאר דער חזון איש איז אין יענער סוגיא איז דער מציאות אין זיין קונטרס א גרויסע בלבול.

איך האב כמה פעמים פראבירט צו מאכן סענס פין אים און נישט געקענט.

איך שיהיה, האב איך פריער געברענגט אז דער סאטמארער רב האט געהאלטען ווי דער חזון איש אין דער נושא, דאס וואס די ברענגסט אין פתיחה פין דער אשכול אז סאטמארער רב האט געהאלטן אז עס איז נישטא דא א קו התאריך בכלל איז שלא בדיוק.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 937 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מאנטאג אפריל 01, 2019 12:45 am

חתן בחור האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ס'נישט דא אזא זאך ווי א טאג, It's a social construct...

נישט קיין חילוק וואס די רופסט עס. ווי טוישט זיך עס פון זונטאג אויף מאנטיג?

טאמער די זון מאכט ס׳זאל ווערן מאנטיג, ווען הערט עס אויף צו מאכן מאנטיג און הייבט אן מאכן דינסטאג?


ווען? ווען דו זון שיינט אויף מארגן אינדערפרי וועט זיין מאנטאג. און יעדעס פלאץ אויף די וועלט, ווען דו זון שיינט אויף איז די נעקסטע טאג. און דער זון האט דיר אמאהל געזאגט אז די מוזט האבן א מאנטאג צו א דינסטאג? ער קערט נישט בכלל.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 937 מאל

Re: קו התאריך במשנתו של האדמו

הודעהדורך חתן בחור » מאנטאג אפריל 01, 2019 2:20 am

אישתישבי האט געשריבן:
חתן בחור האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ס'נישט דא אזא זאך ווי א טאג, It's a social construct...

נישט קיין חילוק וואס די רופסט עס. ווי טוישט זיך עס פון זונטאג אויף מאנטיג?

טאמער די זון מאכט ס׳זאל ווערן מאנטיג, ווען הערט עס אויף צו מאכן מאנטיג און הייבט אן מאכן דינסטאג?


ווען? ווען דו זון שיינט אויף מארגן אינדערפרי וועט זיין מאנטאג. און יעדעס פלאץ אויף די וועלט, ווען דו זון שיינט אויף איז די נעקסטע טאג. און דער זון האט דיר אמאהל געזאגט אז די מוזט האבן א מאנטאג צו א דינסטאג? ער קערט נישט בכלל.


יעצט לייג צו קאפ א מינוט און טראכט אריין. די וועלט איז רינדלעכדיג, און די זון גייט ארום און ארום און הערט קיינמאל נישט אויף צו פארן ארום. יעצט ווי שיינט אויף די זון דעם נעקסטן טאג? ווען און ווי ווערט דאס דעם נעקסטן טאג? כאפסטו?

מ׳מוז אנכאפן א ליניע און זאגן אז דא הייבט זיך אן דעם קומענדיגן טאג, אז נישט בלייבט אלעמאל מאנטאג.

פון דיין קוק-ווינקל קומט טאקע יעדן טאג א פרישען זון, אבער די זעלבע זון גייט ווייטער, און ווען די לויפסט נאך דעם מאנטאג׳דיגן זון דורך אלע לענדער און פארשידענע צייט-זאנעס ווי טוישט זיך עס צום נעקסטן טאג?
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.
באניצער אוואטאר
חתן בחור
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 144
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 10:14 pm
האט שוין געלייקט: 164 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 71 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מאנטאג אפריל 01, 2019 2:26 am

מצד די מהלך פון די זון קען טאקע בלייבן מאנטאג לעולם ועד, די זעלבע זון דרייט זיך ארום און ארום, דאס צוטיילן די טעג און זיי געבן נעמען איז א social construct.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2509
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2413 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1556 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מאנטאג אפריל 01, 2019 8:18 am

חתן בחור
וואס איז דיין פאנטש ליין, ממילא איז וואס?

די טענה'סט אז היות די ווייסט אז די זון גייט ארום די וועלט און כסדר בלייבט ערגעץ לעכטיג, ממילא,........... דא בלייב איך שטעקען. ממילא ווילסטו איך זאל הייבען הענט און זאגן, אקעי עס איז מוכרח אז עס איז דא א קו התאריך!!

די זעהסט נישט אז עס האט נישט איינס מיט די אנדערע?

און בכלל איז געוועהן טיים זאנעס נאך פאר מען האט געוויסט צו זאגען אז דער זון גייט ארום דער וועלט, מען האט נישט געוויסט אז עס איז דא אן אנדערע זייט וועלט, אבער מען האט געוויסט אז דער וועלט איז אייראפע און אזיע, און ארץ ישראל איז געוועהן באמצע הישוב, און דאס האט גורם געוועהן ראשונים אנצונעמען אז אלץ ציט נאך ארץ ישראל. (קען זיין אז גוים האבן אויך אזוי געהאלטען דעמאלט).

אבער מען דער אין קאפ, צו זאגען אז עס איז דא א קו וואס גייט פין דרום צו צפון, וואס דאס מאכט עס זאך זיין דער נעקסטער טאג, ווייל דער ערשטער מיטוואך איז דארט געוועהן א טאג פריער (אידישער הלכה לויט אסאך) צו ווייל מען מוז מאכען א אפמאך אז ערגעץ איז דא א קו ווייל אויב נישט ווען מען נישט קענען קאמיוניקירן געהעריג (גוישע קוקווינקל), איז נישט קיין מציאות.

פונקט אזוי ווי דער גויאישער יאר פארשטייסטו קען זיך פונקט אזוי אנהייבן יולי דער ערשטער, און דאס וואס זיי הייבען אהן יאנואר איז א אפמאך פין צוויי טויזענט יאר צוריק צו ווען, איז דער ערשטער טאג פין דער וואך אויך אזוי.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 937 מאל

Re: קו התאריך במשנתו של האדמו"ר מסאטמאר ז"ל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אפריל 01, 2019 10:02 am

דער מציאות פון א זונטאג און מאנטאג איז אדער א social construct אדער א הלכה אין תורה מפי בורא העולם. דער צורך פאר א קו התאריך איז א מענטשליכע, מענטשן צווישען זיך מוזען קענען אפטיילען צווישען די טעג און די ערטער אין וועלט כדי אנצוגיין. פונקט ווי די מציאות פון א שפראך איז מעגליך א social construct אבער מוזען מוז עס זיין.
ועי׳ חזו"א בענין פירא וטבעא וקרן כעין שגזל

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8591
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2999 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8058 מאל

הודעהדורך וואלווי » מאנטאג אפריל 01, 2019 11:38 am

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:....
ועי׳ חזו"א בענין פירא וטבעא וקרן כעין שגזל

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


וואס מיינט דאס?

In lay terms
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2219
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3091 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2900 מאל

הודעהדורך זאפטיג » מאנטאג אפריל 01, 2019 11:45 am

וואלווי האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:....
ועי׳ חזו"א בענין פירא וטבעא וקרן כעין שגזל

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


וואס מיינט דאס?

In lay terms

עס מיינט אז עס איז געשיקט געווארן פון א מאשין פון די LG פירמא ניצענדיג דער TAPTALK פראגראם
ואהבת לרעך כמוך - לייקס געב איך וויפול איך האב
זאפטיג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2019 8:23 am
האט שוין געלייקט: 118 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל

Re: קו התאריך במשנתו של האדמו"ר מסאטמאר ז"ל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אפריל 01, 2019 11:48 am

עי׳ חזון איש יו"ד סי׳ ע"ב אות ב׳.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8591
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2999 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8058 מאל

הודעהדורך חתן בחור » מאנטאג אפריל 01, 2019 8:31 pm

אישתישבי האט געשריבן:חתן בחור
וואס איז דיין פאנטש ליין, ממילא איז וואס?

די טענה'סט אז היות די ווייסט אז די זון גייט ארום די וועלט און כסדר בלייבט ערגעץ לעכטיג, ממילא,........... דא בלייב איך שטעקען. ממילא ווילסטו איך זאל הייבען הענט און זאגן, אקעי עס איז מוכרח אז עס איז דא א קו התאריך!!

די זעהסט נישט אז עס האט נישט איינס מיט די אנדערע?

לאמיר אננעמען א משל אז איך בין אין קאליפארניע, ס׳איז יעצט מאנטאג, 6:00 אינדערפרי, די זון שיינט יעצט אויף. אין אלעסקע איז נאך יעצט מאנטאג 5:00 אינדערפרי, די זון שיינט הערשט אויף א שעה ארום. אין רוסלאנד איז מאנטאג 4:00 פארטאגס, אויסטראליע איז מאנטאג 3:00 פארטאגס, כינע מאנטאג 2:00 פארטאגס, טיילאנד מאנטאג 1:00 פארטאגס, קאזאקסטאן מאנטאג 12:00 פארטאגס, איראן זונטאג 11:00 ביינאכט, עגיפטן זונטאג 10:00 ביינאכט, ענגלאנד זונטאג 9:00 ביינאכט, וכו׳ וכו׳. גרינלאנד איז זונטאג 12:00 מיטאג, נאכדעם קומט מען צו ניו יארק וואס קומט אויס זונטאג 9:00 אינדערפרי, שיקאגא זונטאג 8:00 אינדערפרי, אריזאנע זונטאג 7:00 אינדערפרי, אבער אין קאליפארניע - ווי פריער דערמאנט - ווייזט מען אז ס׳איז יעצט מאנטאג 6:00 אינדערפרי! א גאנצן טאג א חילוק!

מילא ס׳איז לא ימלט אז די זייגער מוז איבער שפרינגן א טאג ערגעץ, די שאלה איז נאר ווי.
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.
באניצער אוואטאר
חתן בחור
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 144
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 10:14 pm
האט שוין געלייקט: 164 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 71 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מיטוואך אפריל 03, 2019 12:57 am

איך שטעל זיך פאר אז ווען איר שרייבט אז לא ימלט אז די זייגער זאל איבער שפרינגען מיינט איר צו זאגען דער טאג.

טאמער מיינט איר צו זאגען מיט דער לא ימלט אז עס איז לא ימלט פאר אונז זיך אנצושמועסען אז דער טאג גייט ערגעץ זיך טוישען, ביסטו גערעכט, טאמער מיינט איר עפעס אנדערש זאג עס ארויס.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 937 מאל

Re: קו התאריך במשנתו של האדמו"ר מסאטמאר ז"ל

הודעהדורך חתן בחור » מיטוואך אפריל 03, 2019 5:09 am

יא יא טאקע דאס מיין איך, די זייגער מוז אריבערשפרינגען דעם טאג.


Sent from my iPhone using Tapatalk
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.
באניצער אוואטאר
חתן בחור
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 144
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 10:14 pm
האט שוין געלייקט: 164 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 71 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק דער וועקער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט