אנקעטע: זאל דער "וועקער" גיין קאלירט?

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר

זאל דער "וועקער" גיין קאלירט פאר טייערער?

בלייבן שווארץ-און-ווייס פאר 8.99
43
69%
קאלירט פאר 13.99
19
31%
 
וויילער בסך הכל: 62

באניצער אוואטאר
דער וועקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 343
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 5:51 pm
האט שוין געלייקט: 211 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

אנקעטע: זאל דער "וועקער" גיין קאלירט?

שליחה דורך דער וועקער »

מיר גרייטן זיך פאר'ן וועקער וואס וועט בע"ה ערשיינען אין די זומער וואכן, און מיר קלערן צי עס לוינט אריבערצוגיין צו דרוקן קאלירט. לאמיר פארשטעלן פאר'ן ציבור די צדדים. דער וועקער פארקויפט זיך היינט פאר 8.99 -- דאס איז ממש א מינימאלער פרייז און עס בלייבט אונז איבער גאר ווייניג ריוח פון דעם געלט.

דער פרייז איז אויך היבש ביליג. מיר שטעלן צו אן אויסגאבע פון ארום 200 זייטן אנגעשטאפט מיט חומר, כמעט אן קיין אנאנסן, און דאך איז עס ביליגער פון מעינסטריעם אויסגאבעס וועלכע פארקויפן זיך אין אלע געשעפטן. "דער שטערן" קאסט היינט 9.75. אין דער וועלט פון אויסגאבעס איז אוניווערסאל אנגענומען אז אייגנארטיגע אויסגאבעס וואס פארקויפן זיך נישט איבעראל קאסטן פיל טייערער ווי געווענליכע אויסגאבעס. אבער דאך איז דער וועקער נישט טייערער.

און דער אמת איז אז מיר זעען אז דער ציבור פארשטייט דאס אויך. ווען מיר זענען אריבער צום דרוק-מאדעל, אנגעפאנגען פון וועקער נומער 7, האבן מיר געשטעלט דעם פרייז ביי בלויז 7.99. דוכט זיך אז דעמאלט איז דאס געווען בערך וויפיל "דער שטערן" האט געקאסט. אינצווישן איז דער שטערן היבש ארויף מיט'ן פרייז, און אזוי אויך זענען אלע אויסגאבעס ארויף. מיר זענען ארויף צו 8.99 פאר דער פשוט'ער סיבה אז אין דער צייט וואס די ערשטע דרוק-אויסגאבע פונעם וועקער האט געהאט ארום 140 זייטן, האבן די שפעטערדיגע אויסגאבעס ארום 200 זייטן -- א חילוק אין הוצאות פון היבש מער ווי דעם דאלאר מיט וואס מיר זענען ארויף.

דורכאויס די אלע אויסגאבעס, האבן מיר באקומען מער קאמענטארן אז דער וועקער איז צו ביליג, ווי אז ס'איז צו טייער. מיר זענען איבערצייגט אז דער ציבור וועט גערן צאלן נאך אביסל אויב זאלן מיר קלאר מאכן אז מיר זענען געצווינגען ארויפצוגיין. אבער דערווייל ווילן מיר זיך ווייטער פרובירן צו האלטן ביים מינימום.

היות מיר זענען איבערצייגט אז דער ציבור פארשטייט אז דער וועקער מעג קאסטן מער פון מעינסטרים אויסגאבעס, קלערן מיר אז אפשר -- און טאקע נאר אפשר -- איז דער ציבור גרייט צו אננעמען א היבשער העכערונג כדי דער וועקער זאל ערשיינען קאלירט. די שאלה ווערט יעצט נולד נאכדעם וואס מיר זענען אריבער צו א נייעם דרוקער. הגם דאס דרוקן שווארץ-ווייס קאסט אונז יעצט אביסל מער ווי פריער, זענען אבער די פרייזן צו דרוקן קאלירט ביליגער. ביים אלטן דרוקער וואלט אונז געקאסט 17-18 דאלאר צו דרוקן קאלירט, אבער ביים נייעם דרוקער קענען מיר עס באווייזן פאר ארום 14 דאלאר.

די שאלה איז צי דער ציבור וואלט ענדערש ווייטער געצאלט 8.99 פאר שווארץ-און-ווייס, אדער וואלט גרייט געווען צו צאלן ארום 13.99 אז דער וועקער זאל ערשיינען קאלירט. אז איר טראכט אריין איז עס בכלל נישט טייער, אפילו אויב איר זאלט בלויז פארגלייכן וויפיל חומר דער וועקער שטעלט צו קעגן אנדערע אויסגאבעס. און אוודאי איז עס נישט טייער אויב איר נעמט אויך אין באטראכט אז מיר פארמאגן כמעט נישט קיין אנאנסן, און דער וועקער ווערט נישט פארקויפט אין די געשעפטן.

כדי צו קענען גרינגער פאסן א באשלוס, ווילן מיר הערן וואס דער ציבור האלט: צי וואלט איר ענדערש ווייטער געקויפט דעם וועקער שווארץ-ווייס פאר 8.99, אדער ענדערש קאלירט פאר 13.99?

ביטע גיט אפ אייער שטימע, און אויב איר ווילט, שרייבט א קאמענטאר וואס איז מסביר אייער שטעלונג. ביטע נישט שטימען וואס איר האלט איז בעסער פאר'ן וועקער -- נאר וואס איר פערזענליך וואלט בעסער געוואלט: ווילט איר באצאלן נאך עטליכע דאלאר פאר קאלירט, אדער נישט.

דער אשכול פארמאגט 37 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר