אנקעטע: זאל דער "וועקער" גיין קאלירט?

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען

זאל דער "וועקער" גיין קאלירט פאר טייערער?

בלייבן שווארץ-און-ווייס פאר 8.99
קאלירט פאר 13.99
 
זע די רעזולטאטן

הודעהדורך פליישיג » מיטוואך יוני 05, 2019 10:26 am

ענדערשער זאל מען אנהייבן לייגן מער תוכן.
פליישיג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 41
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2018 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

Re: אנקעטע: זאל דער "וועקער" גיין קאלירט?

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » מיטוואך יוני 05, 2019 12:35 pm

אש שחורה על גבי אש לבנה

צו בליקן און קוקן בילדער איז טאקע קאליר זייער גוט, אבער אויף צו קונה זיין חכמה קען מען נאר דורך שווארץ אויף ווייס. אזוי האבן מיך מיינע רביס געלערענט.

כ'מיין אז קאלירטע בילדער וועט אראפ ברענגן די ווערט פונעם וועקער, מיר שטערט נישט צו באצאלן א טולער צוויי מער פאר שווארץ אויף ווייס ווי איידער די זעלבע פרייז פאר קאליר. ווען כ'נעם אריין אזא קאלירטע מאגאזין אינעם האנט שפיר איך נישט ווי כ'גיי יעצט קונה זיין ספעציעלע חכמה, משא"כ ווען כ'נעם דעם פשוטע וועקער וואסי געשריבן ווי די אמאליגע העפטליך וואס מ'האט געטיילט אין דעגראו סטריט שפיר ווי א שטיקל פילוסוף.
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 640
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 3276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1216 מאל

הודעהדורך וואלווי » מיטוואך יוני 05, 2019 1:06 pm

שווארץ אויף ווייס איז די זאך.

אזוי קען איך עס נעמען אין שוהל און דורך לייענען במשך דאווענען און קריאת התורה אן די קאליר'ן זאלען אויפוועקען די פגע'רישע בליקן פון די קוועטש-אריין-די-ברילן-מיט'ן-מיטעלסטען פגרים וואס קריכען ארום די שוהל גאנץ דאווענען, ברומען טיפע שבח קרעכצען בשעת זוכן שמוץ ביי יענעם.
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3021 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2799 מאל

הודעהדורך שושן פורים » מיטוואך יוני 05, 2019 1:51 pm

געשטימט פאר די קאלירט אויסוואל, אבער נאר אויב דאס מיינט אז עס ווערט געדריקט אויף די בעסערע קוואליטעט פאפיר כדוגמת דעם גע'אסר'טן שטערן, פשוט מיר איז גרינגער צו ליינען אויף אזא פארמאט.
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 649
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל

הודעהדורך וואלווי » מיטוואך יוני 05, 2019 3:38 pm

שושן פורים האט געשריבן:געשטימט פאר די קאלירט אויסוואל, אבער נאר אויב דאס מיינט אז עס ווערט געדריקט אויף די בעסערע קוואליטעט פאפיר כדוגמת דעם גע'אסר'טן שטערן, פשוט מיר איז גרינגער צו ליינען אויף אזא פארמאט.


אויב אזוי, ווי אזוי ווילסטו מ'זאל צוקוקען אויף דיין שושן פורים בילד, אז ס'איז בלויז שוורץ אויף ווייס...?
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3021 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2799 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » מיטוואך יוני 05, 2019 8:34 pm

שושן פורים האט געשריבן:געשטימט פאר די קאלירט אויסוואל, אבער נאר אויב דאס מיינט אז עס ווערט געדריקט אויף די בעסערע קוואליטעט פאפיר כדוגמת דעם גע'אסר'טן שטערן, פשוט מיר איז גרינגער צו ליינען אויף אזא פארמאט.

איך בין נישט איבערצייגט אז די פאפיר וועט זיך טוישן. דער איד לייגט אויך קאלירטע בילדער אין די צייטונג אפטיילונג.
איסר האטלקי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1964
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1002 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1192 מאל

Re: אנקעטע: זאל דער "וועקער" גיין קאלירט?

הודעהדורך חוקר ודורש » מיטוואך יוני 05, 2019 11:57 pm

סאיז נישט דא קיין עכטע סיבה צו טוישן און ארויף גיין מיט די פרייז צוליב דעם, חוץ אויב עס פעלט אויס פאר א געוויסע בילד צו זיין קאלירט מאיזה סיבה, קען מען דעם געוויסע בילד מאכן קאלירט


Sent from my iPhone using Tapatalk
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 224
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 4:01 pm
האט שוין געלייקט: 204 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 06, 2019 1:54 am

רויטע וואנצעס האט געשריבן:ביי אונז חסידים דארף מען גיין שווארץ און ווייס. אויב פרובירט איר ווערן קאלירט וועט איר באצאלן א טייערע פרייז...

רויטע וואנצעס: ווען מ'זאלל וועללן טון אלעס וואס מ'טוט ביי אונז חסידים וואלט נישט געטויגט...! ביי אונז חסידים (לכה"פ א טייל פון אונז) איז מען זיך נוהג אז מ'נעמט נישט קיין שויער צו אפט. נישט נאר אין די ניין טעג. און פון נוצן שעמפו איז דאך אפגערעדט. אויך. אין געוויסע קרייזן איז איינס פון די תקנות אז מ'טאר נישט בראשן די ציין. דאס געט דאך די עיקר פרנסה פאר די דענטיסטס אין אונזערע קרייזן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12978
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8285 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » דאנערשטאג יוני 06, 2019 6:31 am

חוקר ודורש האט געשריבן:סאיז נישט דא קיין עכטע סיבה צו טוישן און ארויף גיין מיט די פרייז צוליב דעם, חוץ אויב עס פעלט אויס פאר א געוויסע בילד צו זיין קאלירט מאיזה סיבה, קען מען דעם געוויסע בילד מאכן קאלירט


Sent from my iPhone using Tapatalk

איך מיין אז ס'ארבעט נישט אזוי, אויב מ'וויל א בילד קאלירט דארף מען פרינטן דעם גאנצן אפטיילונג קאלירט. מ'קאלירט עס נישט מיט קרעיאנס, ס'גייט אריין אין א קאלירטע פרינטינג מאשין.
איסר האטלקי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1964
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1002 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1192 מאל

הודעהדורך דער וועקער » דאנערשטאג יוני 06, 2019 8:59 am

דערווייל געווינט שווארץ-ווייס מיט א לענדסלייד. דא איז עס 72% קעגן 28%, און אויף טוויטער 66% קעגן 34%.
דער וועקער פאר אדר-ניסן תשע"ט איז שוין דא צו באקומען!
גיט א קליק: https://www.barnesandnoble.com/w/books/ ... 1934730966
באניצער אוואטאר
דער וועקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 165
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 115 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 554 מאל

הודעהדורך Instagram » דאנערשטאג יוני 06, 2019 9:55 am

אויף אינסטאגרעם.
7CB1185F-F3BC-4658-915F-4D21C15DB84E.jpeg
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך Instagram אום דאנערשטאג יוני 06, 2019 11:26 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
kaveshteibel@ אויף איסטעגרעם
kaveshteibel.instagram@gmail.com
באניצער אוואטאר
Instagram
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 4
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 11:30 am
האט שוין געלייקט: 103 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

Re: אנקעטע: זאל דער "וועקער" גיין קאלירט?

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג יוני 06, 2019 10:40 am

Instagram האט געשריבן:אויף אינסטערעם.
7CB1185F-F3BC-4658-915F-4D21C15DB84E.jpeg
ס'איז אינטערעסאנט צו זעהן די רעזולטאטן, פון דא אין שטיבל און פון טוויטער זענען רוב שווארץ אויף ווייס, און אינסטאגרעם זענען רוב קאליר, דאס הייסט אז נישט דער וואס רופט זיך אן איין פלאץ למשל דא אין שטיבל אדער טוויטער רופט זיך אן ערגעץ אנדערש. למשל איך האב נאר געוואויט דא אין שטיבל, און נישט די אנדערע צוויי פלעצער און די זעלבע איז מן הסתם נוגע צו אנדערע אויך. די סיבה פארוואס אויף אינסטאגרעם ווילן רוב קאליר איז מן הסתם ווייל די וואס קוקן כסדר אינסטאגרעם זענען אזעלעכע וואס האבן ליב שיינע בילדער.
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 640
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 3276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1216 מאל

Re: אנקעטע: זאל דער "וועקער" גיין קאלירט?

הודעהדורך צפור בודד » דינסטאג יוני 11, 2019 7:27 pm

איך האב געוועלט פאר קאלירט און נאך קלערן דעריבער דריי טעג יו"ט וויל איך צוריקציען. תוכן איז פיל וויכטיגער און כאטש אויסלייג איז וויכטיג איז קאליר א טפל. די אלע געפארבטע מאגאזינען מיט גדולים פארן און אפילו נישט גדולים זענען נישט קאנקורענטן פון דער וועקער. דער וועקער איז אוניקאל אין געבן חומר למחשבה און צו דעם קען די מוח צושטעלן די פארבן. דער פרייז וועט אויך פארלירן מער קונים ווי פארבן וועלן צוברענגען.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
צפור בודד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 44 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק דער וועקער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט