גאט פון אברם -- אסיף תשע"ז

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען

גאט פון אברם -- אסיף תשע"ז

הודעהדורך קאווע קריטיק » דינסטאג יוני 11, 2019 5:26 pm

אין די ערב יו"ט טעג האב איך באשטעלט אויף אמאזאן דער "אסיף", דער שיינער זשורנאל וואס איז ערשינען דורך ידידנו הבלתי נשכח @שש משזר בעתו ובזמנו, מיט'ן פלאן דורכצוליינען דעם אסיף דורכאויס די דריי טאג יו"ט און געניסן פון דעם חציו לה' פון זיין רייכן אינהאלט.

איש בשורה אנוכי היום אז כ'בין ב"ה נישט געווען אנטוישט. די פאר צענט וואס מר. בעזאס האט געלייזט אויף מיין קעפעלע האט זיך שוין איינמאל אויסגעצאלט. אסיף האט געברענגט צו מיין טיר סחורה פון העכסטן און שענסטן קאליבער מפרי עתם פון די בעסטע פעדערס וואס ק"ש פארמאגט.

כ'בין נישטא אויסן צו מבקר זיין אדער שרייבן רעצענזיעס אויף די הערליכע ארטיקלען וואס זענען ערשינען אין דער אסיף אויפלאגע צוליב א מאנגל אין צייט, ועוד חזון לאסיף. אבער אזויפיל קען איך עדות זאגן אז דאס איז ממש א כרכא דכולי' בי', גאלדענע ארטיקלען איינס ביי איינס, ביניהם "אידיש אין אמעריקע" פון @ונבנתה העיר; א הערליכע ביאגראפיע איבער דעם שטורעמישן לעבן און שאפן פון דעם אידישן שרייבער חיים גראדע פון @גראדעמעכעלע (ממש א וואונדערווערק); ספרדישע אידנטום אין אמעריקע פון @ליטוואק פון בודאפעסט; פראיעקט מקום פון @רויטע וואנצעס, א הארצרייסנדע קאפיטל געשיכטע פון @הוגה, א פוליצער ארטיקל איבער שמחת החיים פון @שמעקעדיג ועוד ועוד, ממש א הערליכע זאמלונג פון ארטיקלען וואס ווער כמוני כמונכם האט עס נישט עספיעט צו ליינען בשעתו ובזמנו זאל נישט צעגערן און זיך איינהאנדלען א קאפיע און ער וועט קיין חרטה האבן.

הכלל, דער עיקר צו וועלכן איך וויל מיך באציען, ווי צווישן די בלעטער האב איך באגעגנט א פארשטיפט ארטיקל מיט'ן נאמען "גאט פון אברם" אפגעשריבן געווארן בשעתו דורך החכם @ראובן. דער ארטיקל מאכט נישט קיין גערודער און פארנעמט א ווינקל פאר ארט. זיין גראפיקס איז בלאס און זיין פנים איז שעמעוודיג-רויט ווי צו זאגן וואס זוך איך צנצנת'ל פון מן וואס האט ניטאמאל געמאכט דעם קאווער זיך צו פארלירן ערגעץ אין א דיקן ביכל פון צוויי הונדערט בלעטער.

אבער איך ליין און ליין און הענט און פיס ציטערן מיר פון איבערראשונג און באגייסטערונג. דער קעפל אליין איז שוין געניאל און העכסט קריעטיוו, ווי א ווערטערשפיל אויף די באקאנטע געבעט אום מוצאי שבת פון הייליגן בארדיטשובער. די געשריבענע ווערטער טראגן מיך אריין אין א טראנס פון איבערראשונג צו אנטדעקן אזא גאלדענעם ליטערארישן שטיקל פון העכסטן ניווא, געפלאכטן מיט דראמא און שפייז-פאר'ן-מח, און געשריבן אין דיאמאנט-געשלייפטע פאראגראפן, דורך א פעדער וואס שפריצט גאלד נישט טינט.

אריינקומענדיג מוצאי יו"ט האב איך מיך ארויסגעלאזט שנעל א זוך טון א וואו איז "דער גאט פון אברם" אשכול איבערצוגעבן מיין באגייסטערונג ואיננו, דער בחור איז נישטא. ווייזט אויס אז דער מאמר איז תורה פון א הויכן היכל וואס לאו כל אדם זוכה...

ס'איז ווייטאגליך צו זען אז אזא הערליכע געשריבענע ווערק זאל בשעתו נישט באקומען די פארדינטע אנערקענונג, און דערפאר בין איך דא אצינד עטוואס צו ערגענצן דעם חלל.

כ'האב אויך אסאך שאלות אויף פשוט'ע פירוש המילות פון ווערטער נאך וואס דער ארטיקל נוצט א פילפארביג רייכן שפראך און נישט יעדעס ווארט ווייס איך זיין באדייט.

דער ארטיקל שליסט זיך אינמיטן דער געשיכטע מיט א צוזאג אז פארזעצונג קומט אי"ה. איך בין דא היינט צו עפענען א הארציגע פעטיציע אז דער צוזאג זאל פארפולקאמט ווערן.
קאווע קריטיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 8:10 pm
האט שוין געלייקט: 84 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 148 מאל

Re: גאט פון אברם -- אסיף תשע"ז

הודעהדורך נעגעל וואסער » דינסטאג יוני 11, 2019 8:27 pm

גם אני מצטרף צו די פעטיציע, יאך האב שוין מער ווי איינמאל ג'איש'יד ראבון דינן צו פארזעצן. לאמיר האפן אז בין וועקער לוועקער וועט ער האבן צייט פאר די פארזעצונג.
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 652
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:44 pm
האט שוין געלייקט: 1512 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 702 מאל

הודעהדורך קאווע קריטיק » מיטוואך יוני 12, 2019 10:31 pm

מיין עיקר התפעלות אויף דעם ארטיקל איז צוליב די זעלטן שעפערישע אילוסטראציע און פאנטאזיע וואס שענקט דעם ליינער ווי א פילם צו דער געשיכטע פון אברהם אלס אברם ווי אויך די רייך-היסטארישע אונטערבעט אויף וועלכן דער ארטיקל איז באזירט, אין וועלכע ס'איז זיכער אריינגעגאנגען פיל ארבעט דאס נאכצופארשן.

ווערטער וואס איך ווייס נישט זייער באדייט און איך ווארט ערקלערונג פון ראובן:
מעסאפאטאמישע
פאלמען (תמרים?)
איריגאציע-קאנאלן
פארוואלטן
קוראטירט (קווארטירט?)
אקאדישע
קרייטעכצער
קוראטאר


און צום שלוס:
און דער קאנטראסט פון דער געלער ערד און דעם בלויען הימל האט איר ווי אריינגעצויגן ביים שפאלט צווישן די קאלירן,

@ראובן געב ארויס דעם סוד, פון וואו קומט צו דיר אזא שפראך?
קאווע קריטיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 8:10 pm
האט שוין געלייקט: 84 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 148 מאל

הודעהדורך מודה בטפל » מיטוואך יוני 12, 2019 10:37 pm

קאווע קריטיק האט געשריבן:מיין עיקר התפעלות אויף דעם ארטיקל איז צוליב די זעלטן שעפערישע אילוסטראציע און פאנטאזיע וואס שענקט דעם ליינער ווי א פילם צו דער געשיכטע פון אברהם אלס אברם ווי אויך די רייך-היסטארישע אונטערבעט אויף וועלכן דער ארטיקל איז באזירט, אין וועלכע ס'איז זיכער אריינגעגאנגען פיל ארבעט דאס נאכצופארשן.

ווערטער וואס איך ווייס נישט זייער באדייט און איך ווארט ערקלערונג פון ראובן:
מעסאפאטאמישע
פאלמען (תמרים?)
איריגאציע-קאנאלן
פארוואלטן
קוראטירט (קווארטירט?)
אקאדישע
קרייטעכצער
קוראטאר


און צום שלוס:
און דער קאנטראסט פון דער געלער ערד און דעם בלויען הימל האט איר ווי אריינגעצויגן ביים שפאלט צווישן די קאלירן,

@ראובן געב ארויס דעם סוד, פון וואו קומט צו דיר אזא שפראך?

לכאורה דיין ערשטע ווארט
Mesopotamia is a historical region of Western Asia situated within the Tigris–Euphrates river system, in the northern part of the Fertile Crescent, in modern days roughly corresponding to most of Iraq, Kuwait, the eastern parts of Syria, Southeastern Turkey, and regions along the Turkish–Syrian and Iran–Iraq borders
כ'בין נישט דא זיך צו טענה'ן מיט קיינעם, כ'זאג מיך אפ מיינס און געגאנגען ווייטער
מודה בטפל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2018 3:04 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 75 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך יוני 12, 2019 10:39 pm

קאווע קריטיק האט געשריבן:מעסאפאטאמישע = Mesopotamian
פאלמען (תמרים?) = palm trees
איריגאציע-קאנאלן = irrigation canals
פארוואלטן = manage
קוראטירט (קווארטירט?)
אקאדישע = Akkadian
קרייטעכצער
קוראטאר
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2362
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1416 מאל

הודעהדורך ראובן » דינסטאג יוני 18, 2019 9:13 am

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
קאווע קריטיק האט געשריבן:מעסאפאטאמישע = Mesopotamian
פאלמען (תמרים?) = palm trees
איריגאציע-קאנאלן = irrigation canals
פארוואלטן = manage
קוראטירט (קווארטירט?)
אקאדישע = Akkadian
קרייטעכצער
קוראטאר

@קאווע קריטיק, אנטשולדיגט אז כ'האב נישט באמערקט דיינע פראגעס ביז יעצט.
@רביה"ק זי"ע, א דאנק פאר'ן ענטפערן בטוב טעם ודעת.
לאמיך נאר מוסיף זיין:

מעסאפאטאמישע = Mesopotamian
פאלמען (תמרים?) = palm trees -- דער טייטלבוים איז בלויז איין מין בוים פון דער משפחה פון פאלמען, פון וועלכער עס זענען פאראן טויזנטער מינים.
איריגאציע-קאנאלן = irrigation canals
פארוואלטן = manage
קוראטירט = א curator איז איינער וואס איז דער פארוואלטער, אדער אפוטרופוס, אויף א מוזעאום.
אקאדישע = Akkadian
קרייטעכצער = מעדיצינישע בלעטער-געמיש. מ'נוצט געווענליך דעם ווארט פאר אמאליגע סארט רפואות, א שטייגער ווי די טראפן פון הרב גריינימאן.
קוראטאר = זע קוראטירט.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2922 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9261 מאל


גיי צוריק דער וועקער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט