וואס זאל מען טון למעשה וועגן פרויען בילדער? (א בריוו)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען

וואס זאל מען טון למעשה וועגן פרויען בילדער? (א בריוו)

הודעהדורך ראובן » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 12:01 pm

דער ארטיקל "פרויען פארבאטן" וואס איז ערשינען אינעם פאריגן וועקער, האט ב"ה געמאכט א גרויסן רושם, און מ'הערט צוריק אז די פאקטן וועלכע זענען אוועקגעשטעלט געווארן זענען גענומען געווארן מיט אן ערנסטקייט ביים ציבור.

פאלגנד איז א גאר באלערנדער בריוו וואס איז אריינגעקומען צו דער רעדאקציע, וואס איז מסביר דעם תכלית און תועלת פון רעדן פון דעם ענין, וואס עס איז דא צו טון למעשה. איך קען נישט מער ווי מיטשטימען מיט יעדן ווארט.


*

איך האב נישט קיין ווערטער אייך צו דאנקען פאר דעם פרעצעדענטלאזן ארטיקל אויף בילדער פון פרויען - וואס נישט נאר טוט עס דאקומענטירן א מיאוס'ע איינפירונג און וויאזוי זי האט זיך אנטוויקלט, נאר ווייזט אונז וויאזוי איינפירונגען און א.ג. "מנהגים" ווערן אנטוויקלט אן קיין שום מנהיג אדער השקפה ביים רודער. ס'געשעט פון זיך אליין, מיינסטנס דורך דעם שטופ פון עקסטרעמיסטן, און א דאנק די מעסיגע שוואכלונגען וועלכע האבן נישט קיין אינטערעסע אין האלטן אונזער געזעלשאפט נארמאל.

ביי אונז אין ביהמ"ד האט זיך אפגעשפילט א העפטיגע דעבאטע איבער דעם ארטיקל אינעם וועקער. עטליכע האבן גע'טענה'ט אז ס'איז נישט שייך עפעס צו טון דערוועגן. "וואס ווילסטו, אז 'מאמענט' זאל זיך נעמען דרוקן בילדער פון צניעות'דיגע פרויען? ער וועט זיך דארפן תיכף פארמאכן - און וואס וועסטו אויפטון?" די טענה איז אן אמת'ע, אבער כ'האב באוויזן צו איבערצייגן מיינע חברים וואס די ריכטיגע נקודה איז, און אלס אל תמנע טוב, וויל איך עס מיטטיילן מיט די לייענער פונעם וועקער.

אוודאי קען נישט "מאמענט" דרוקן בילדער פון פרויען, אויב זיי ווילן קענען עקזיסטירן אין א געזעלשאפט וואו די עקסטרעמיסטן זענען אין קאנטראל. וואס ס'פארלאנגט זיך אבער פון נארמאלע און מעסיגע שרייבער און רעדאקטארן, איז צו וויסן דעם אמת, און צו האבן אן אינטערעסע אויף נארמאלקייט. דער פחד פון עקסטרעמיסטן האט געברענגט אז רעדאקטארן זענען נאך "פויפסטליכער פונעם פויפסט" - זיי וועלן טון כל מיני צעדרייטע זאכן כדי אן עקסטרעמיסט זאל חלילה נישט האבן א קרום ווארט אויף זיי. "דער בלאט" וועט זיך מוזן פארשפארן אויב וועט ער נישט טוישן פון פרויען אויף מענער? דער "מאמענט" וועט זיך מוזן שפארן אויב וועט אמאל אריינפאלן א פרוי אין א האלאקאסט בילד?

אלעס קאכט זיך אויס צו פריאריטעטן. יא, אמת, האסט מורא פון די ראדיקאלן, אבער כאטש טו וואס אימער דו קענסט אין די ראמען פון דיין אויסגאבע. דאס וואס צייטונגען און אויסגאבעס טוען כסדר מיט טוישן פרויען אויף מענער, האט נישט קיין שום תירוץ בעולם. ס'איז נישט דא קיין שום פארלאנג אויף דעם, און ס'איז נישט קיין שום סכנה פאר אן אויסגאבע צו זיין אויפריכטיג און פשוט זאגן ווען עפעס האט פאסירט מיט א פרוי. דאס קומט פון לייכטזיניגע רעדאקטארן וואס קעירן נישט. פשוטו כמשמעו. און זענען בכלל נישט אינטערעסירט אין נארמאלקייט. אויב האבן זיי מורא פון די קיצונים, איז גענצליך ארויס מיט דעם עקזיסטענץ פון פרויען! צו וואס זאל איך מיך זוכן "פראבלעמען"?

מ'קען דאס גוט אילוסטרירן מיט'ן פארגלייכן די נושא פון פרויען-בילדער צו בילדער פון "גוים". א שטיק צייט איז געווען א מערכה פון ראדיקאלן קעגן דרוקן בילדער פון גוים. אין יענער צייט האבן אזעלכע אויסגאבעס ווי "דער שטערן", "דער בלאט" און "דער בליץ" אנגעפאנגען מטשטש זיין אלע פנימ'ער פון נישט-אידן. עס איז דורך א שטיק צייט, די נושא איז אביסל אראפ פון טיש, און די אלע אויסגאבעס האבן אויפגעהערט דעם טשטוש המוחין. פארוואס? ווייל זיי האבן אן אינטערעסע אין זיין א נארמאלע אויסגאבע וואו מ'קען זען נארמאלע בילדער, און זיי זענען גרייט צו נעמען די ריזיקע אז די ראדיקאלן וועלן זיך אויפוועקן און ווידער אנהייבן פארפירן. העכסטנס וועט מען דעמאלט ווידער אויפהערן לייגן בילדער פון נישט-אידן.

אבער ווען עס קומט צו דער נושא פון פרויען נעמען זיי נישט קיין שום ריזיקעס, ווי קליין די ריזיקע זאל נאר נישט זיין, ווייל זיי זענען בכלל נישט אינטערעסירט. אויב האט מען א פראבלעם מיט בילדער פון פרויען, וועלן זיי מוסיף זיין חומרא על גבי חומרא און משוגעת על גבי משוגעת - מ'וועט אינגאנצן אויסראטן דעם עקזיסטענץ פון פרויען כדי די חולי הנפש זאלן חלילה נישט אפשר טרעפן א זאך צו קריטיקירן.

פאראיאר פסח ביז איך געווען מיט מיינע קינדער ביי דעם "סאבאטאזש" שפיל. איך מוז זאגן אז איך האב זייער הנאה געהאט פון גרויסע חלקים פונעם שפיל (בפרט פון די אקטיארן אבראמאוויטש און ברוין). אבער וואס איז געווען ממש צעדרייט איז ווי מ'האט אויסגעריסן פרויען פאר גארנישט און פאר נישט, פשוט צוליב אומאינטערעסע און פוילקייט. כ'רעד שוין נישט פון דעם אז אמאליגע חסידישע שפילן האבן געהאט פרויען קערעקטערס (מענער פארשטעלט ווי פרויען). כ'אנערקען אז סאבאטאזש קען זיך עס נישט ערלויבן אין דער היינטיגער אטמאספערע. אבער פארוואס נישט נוצן אביסל שכל און קריעיטיוויטי וויאזוי צו קענען רעדן פון דעם עקזיסטענץ פון א מאמע פון א קינד?

דער שפיל איז געלאפן איבער איין טאטע וועמענ'ס קינד איז פארכאפט געווארן דורך די רוסן, און נאך א טאטע וועלכער האט פרובירט צו אנטלויפן קיין שוועדן, אבער נאר די קינדער האבן עס דורכגעמאכט און נישט ער. קיין איין ווארט איז נישט דערמאנט געווארן וועגן די מאמעס פון די פאמיליעס! גוט, כ'פארשטיי אז האסט מורא פון די עקסטרעמיסטן, און דו קענסט נישט ארויפברענגען א יונגערמאן פארשטעלט ווי א מאמע אויפ'ן סטעידזש. אבער פעלט דען וועגן וויאזוי צו רעדן וועגן א אידישער מאמע אן איר ארויפברענגען אויפ'ן סטעידזש? עס פעלט וועגן וויאזוי די צוקוקער זאלן באקומען א שטיקל ענטפער וואו די מאמע איז? זאג אז זי איז שוין נעבעך נפטר געווארן, זאג אז זי איז שוין אנטלאפן - כאטש ערקלער וואס דא גייט פאר! סתם איגנארירן דעם פאקט אז א משפחה קומט מיט א מאמע איז אבסורד און גראטעסק ביז גאר. דאס איז פשוט פוילקייט, לייכטזיניגקייט און חסרון פון קריעיטיוויטי - און דאס קומט פון נישט האבן קיין שום רצון פון לעבן אין א געזעלשאפט וואס האט נאך א פיצקעלע נארמאלקייט אין זיך. דאס קומט ווייל מ'קעירט נישט פאר יושר, אמת, חינוך, נארמאלקייט, און אפילו נאר פאר דעם אומנות פון פלעיס.

דאס איז אויך נוגע צו יעדן יחיד. ווען מ'מאכט א שמחה זענען פאראן ראדיקאלן וואס שרייבן נישט דעם נאמען פון דער כלה. עס איז נישטא קיין שום סיבה אז א נארמאלער מחותן זאל זיך צושטעלן דערצו, און נישט שרייבן די נאמען פון זיין אייגענע טאכטער אויף דעם צעטל וואו ער לאדנט צום תנאים. ניין, לייג נישט קיין בילד פון דער כלה, ווייל דא טרעטסטו שוין אריין אין טעריטאריע וואס קען דיר שאטן. דארפסט נישט זיין קיין רעבעל און ברענגען אז מ'זאל דיר באשמוצן. אבער בלויז שרייבן דיין טאכטער'ס נאמען איז פשוט דו זיך אויפפירן ווי א פשוט'ער מענטש וואס האט אן אינטערעסע פאר נארמאלקייט.

און אט דאס איז די נקודה. רעדאקטארן, שרייבערס, און יעדער יחיד פאר זיך, דארפן וויסן דעם אמת, און דארפן האבן אן אינטערעסע אין זיין נארמאל. דער תירוץ אז "מ'מוז עס טון צוליב די עקסטרעמיסטן" איז גילטיג נאר ביז א געוויסן גבול, פון דארט און ווייטער איז יעדער אחראי צו פרובירן צו זיין נארמאל אויף וויפיל ס'איז מעגליך אין דער היינטיגער אטמאספערע. און יא, מ'מעג אמאל נעמען א קליינע ריזיקע אויך.

א גרויסן יישר כוח פאר אייער הייליגער ארבעט,
ט. י. ל., קרית יואל
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2412
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2988 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9441 מאל

Re: וואס זאל מען טון למעשה וועגן פרויען בילדער? (א בריוו)

הודעהדורך יהודי פשוט » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 1:22 pm

אינטערעסאנט אז נישט ראובן און נישט דעם בריוו שרייבער און נישט קיינער פון די לוחמים בעד תמונות פון נשים האבן נישט באמערקט אז אינעם לבלר(תורה'דיגע אויסגאבע פונעם מאמענט) פון חודש אב איז געוועהן א בילד ווי מ'זעהט 2 פרויען...
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 594
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:00 pm
האט שוין געלייקט: 355 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 1:31 pm

ראובן איז א צופה ומביט, ער זעט באלד דעם התנצלות פון נעקסטן חודש.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2063
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1058 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1280 מאל

הודעהדורך ראובן » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 1:42 pm

יהודי פשוט האט געשריבן:אינטערעסאנט אז נישט ראובן און נישט דעם בריוו שרייבער און נישט קיינער פון די לוחמים בעד תמונות פון נשים האבן נישט באמערקט אז אינעם לבלר(תורה'דיגע אויסגאבע פונעם מאמענט) פון חודש אב איז געוועהן א בילד ווי מ'זעהט 2 פרויען...

עס זענען אבסאלוטלי פאראן שינויים לטובה א דאנק דעם ארטיקל. כ'קען נישט אלעס שרייבן ברבים, אבער כ'הער צוריק אז די פשוט'ע אמת'ע פאקטן אינעם ארטיקל האבן בארירט א סטרונע. סוף כל סוף באשטייט אונזער געזעלשאפט פון רוב מנין ובנין מענטשן וואס ווילן זיין שכל'דיג און נארמאל, און ווען מ'ווייזט קלאר דעם מציאות אז מיר גליטשן זיך אריין מער און מער אין פערווערטישער קראנקהייט, ווערן מענטשן אויפגעוועקט.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2412
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2988 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9441 מאל

הודעהדורך לבי ובשרי » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 4:28 pm

נישט פארפאסן די לעצטע צוויי ווערטער פונעם בריוו: קרית יואל.

אויפדעם האט דער רבי ז"ל געוויינט
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
לבי ובשרי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 462
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 11:02 pm
האט שוין געלייקט: 313 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 180 מאל


גיי צוריק דער וועקער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט