הרב הפלאי געט ארויס שטארקע אינדארסירונג פאר "דער וועקער"

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען

הרב הפלאי געט ארויס שטארקע אינדארסירונג פאר "דער וועקער"

הודעהדורך שיטה מקובצת » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 8:36 pm

מיר האבן שוין געשריבן וועגן הגאון הנפלא הרב הפלאי שליט"א וואס ניצט זיין כח התורה צו רעדן צו אידן און אויפהייטערן אידן מיט עכטע תורה און יראת שמים. טייל פון זיין השפעה איז פון תורת מו"ר הגה"ח רבי אביגדור מיללער זצוק"ל.

אין א לעצטיגע שמועס איז הרב הפלאי אנגעפרעגט געווארן וועגן די אויסגאבע "דער וועקער", און דער רב האט געענטפערט מיט א שטארקע רעקאמענדאציע. פאלגענד זענען זיינע ווערטער:

הרב הפלאי האט געשריבן:מענטשן האבן מיך שוין אסאך מאל געפרעגט וועגן דעם וועקער – וואס איך האלט דערוועגן און וואס נישט. קודם כל וויל איך אנווייזן וואס איינער האט מיר אריינגעשיקט, אז אינעם יעצטיגן וועקער ווערט באהאנדלט די ענין פון תגלחת נשים, וחזקה על ידם. כ'ווייס נישט צו זיי קומען צו א מסקנא וואס מ'דארף טון למעשה, אבער אויף אזויפיל איז זיכער אז זיי וועלן אראפברענגען אלע ריכטיגע צדדים, און עפעס א קלארקייט וועט מען קענען ארויסנעמען.
בילד


טו איך רעקאמענדירן דעם "וועקער" בלינדערהייט. הגם געווענטליך האב איך נישט ליב צו רעקאמענדירן בלינדערהייט, אבער אזויפיל האב איך שוין יא געטאן אז כ'האב שוין אליינס דורכגעלייענט צוויי דריי מאל דעם וועקער, און קודאס פאר זיי. זיי זענען זייער פאזיטיוו, זיי פארן אויפ'ן גוטן ריכטונג, צום ביישפיל דאס אליין אז מ'לופטערט אויס זאכן פון אלע צדדים, און זיי האבן נישט מורא צו זאגן אז מ'מעג ארויסלייגן בילדער פון פרויען, און אזוי ווייטער. ממילא טו איך רעקאמענדירן אז יא, דער וועקער איז א גוטע אויסגאבע. כה לחי!
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.

--שיטה מקובצת
שיטה מקובצת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 556
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:03 am
האט שוין געלייקט: 501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

Re: הרב הפלאי געט ארויס שטארקע אינדארסירונג פאר "דער וועקער"

הודעהדורך יהודי פשוט » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 9:07 pm

אינטערעסאנט צו וויסן וואס שפאטיווקא רבי האלט בנוגע דעם וועקער, אויך אויב איינער קען מברר זיין דעת קדשו פונעם בארדיטשוב'ער וואלט עס געוועהן א שטארקע טובה

Sent from my SM-G975U using Tapatalk
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 656
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:00 pm
האט שוין געלייקט: 416 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 419 מאל


גיי צוריק דער וועקער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט