איש חזון האט געשריבן:איך האף אז עס ווערט געברענגט דברי רבן של ישראל החזו"א: "עס עקלט" (זיך צו שערן)
הוגה האט געשריבן:קודם כל, קודאס פארן האבן די באליס צו שרייבן אויף דער נושא, וואס איז געווארן ווי א 'יהרג ואל יעבור' אין אונזערע געמיינדע. פאר א שטיק צייט צוריק האט דער גרויסע חוקר, שמעון שטיינמעטץ, בעל הבלאג 'אן די מעין ליין' ומכותבי ה'וועקער, געגעבן א שיעור מקיף אויף דער נושא. ער האט ביי יענע שיעור אראפ געברענגט א זאך אומבאקאנטע חומר אויף דער נושא, אינקלאדינג אויסצוגן פון אלטע אייראפעאישע צייטונגען און ביכער פון יענע צייטן.
הוגה האט געשריבן:קודם כל, קודאס פארן האבן די באליס
ריכטיג האט געשריבן:וואו קען מען הערן דעם שיעור?
כוכב האט געשריבן:פארוואס שטעלסטו עס נישט ארויף דא?
(אויב איז עס צו גרויס קען מען נוצן דרייוו אדער טעלעגראם וכו')
כוכב האט געשריבן:אפשר גיסטו עס פאר גראדעמעכעלע באופן פנימי און ער מיט זיין שטאב וואס האט געארבעט אויף דעם פראיעקט זאלן עס איבערגיין און דערנאך איבערגעבן די עיקרי דברים שנתחדשו.
דאס איז א מלחמת מצוה מיין פריינט.
הוגה האט געשריבן:ריכטיג האט געשריבן:וואו קען מען הערן דעם שיעור?
איך האב אראנדזשירט און אויך רעקארדירט יענע שיעור. איך האב אלץ געהאט א פלאן צו (העלפן) מאכן דערפון אן ארטיקל פאר ק"ש אדער פארן וועקער אבער דערווייל לא אסתייעא מילתא. עמיר אהיים גיין און ליינען דעם רבין רבי מעכעלע'ס ארטיקל. הו קנאוס? אפשר האט ער שוין אינקלודעד זאכן פון יענע שיעור.
.
אלא למ"ד פרצוף מאי ויבן לכדר"ש בן מנסיא דדרש ר"ש בן מנסיא מאי דכתיב ויבן ה' את הצלע מלמד שקלעה הקב"ה לחוה והביאה לאדם הראשון.
אבל בתגלחת הטומאה יפר שהוא יכול לומר אי אפשי באשה מנוולת רבי (מאיר) אומר אף בתגלחת הטהרה יפר שהוא יכול לומר אי אפשי באשה מגלחת:
ות"ק אמר לך אפשר בפאה נכרית ור"מ סבר בפאה נכרית איידי דזוהמא לא ניחא ליה:
איידי דזוהמא. בהם זוהמא ואינו מגופה מגני לבעל ולא ניחא ליה:
ור' [מאיר] סבר דמזוהם בעיני הבעל שתתן אשתו על ראשה שערה אשה נכרית:
chosen people האט געשריבן:קודם א יישר כח פאר נעמען אייער צייט און אייער טאלאנט צו זיך אפּגעבן פאר אזא וויכטיגע נושא - אסאך שלום בית טוהט עס למעשה אריינרייבן, און אפילו פארווען וואס גייט נישט אזוי ווייט, למעשה בארויבט מען די מאן פון אזאך וואס לפי די תורה וואלט ער געקענט געניסן דערפון. אדער אסאך מאל פארקערט די ווייב פיהלט אז מען האט איהר באצווינגן אז זי זאל זיך אראפנעמען א חלק פון איהר דמות און מען האט איהר בארויבט, וואס האט גארנישט קיין מקור אין הלכה.
איך האב געהאט אין פלאן אוועקצולייגן די וועקער פאר חודש תשרי, אבער למעשה האב איך זיך נישט געקענט איינהאלטן און איך האב זיך יעצט געזעצט און אנגעפאנגען צו לייענען די ארטיקל.
אזוי ווי איך שטעל זיך פאהר אז די ארטיקל וועט מסתמא ווערן איבערגעדריקט, עס וועט מסתמא זיין הערות פון די ליינער, וויל איך צולייגן צוויי קלייניגקייטן וואס איך האב באמערקט גלייך ביים אנפאנג, און אפשר פאר די צוויטע מהדורא קען מען עס פארעכטן אויב די הערות זענען גערעכט.
די ערשטע עס פאנגט זיך אָן מיט די מדרש שוחר טוב, די זעלבע זאך שטייט אין גמרא ברכות דף ס''א ע''א,אלא למ"ד פרצוף מאי ויבן לכדר"ש בן מנסיא דדרש ר"ש בן מנסיא מאי דכתיב ויבן ה' את הצלע מלמד שקלעה הקב"ה לחוה והביאה לאדם הראשון.
chosen people האט געשריבן:נאך אן הערה מען ברענגט די גמרא מסכת נזיר דף כ''ח, איך מיין אז עס איז אביסל גרייזיג. דאס איז די לשון פון די משנה,אבל בתגלחת הטומאה יפר שהוא יכול לומר אי אפשי באשה מנוולת רבי (מאיר) אומר אף בתגלחת הטהרה יפר שהוא יכול לומר אי אפשי באשה מגלחת:
און אנדערע ווערטער עס איז א מחלוקות ת''ק מיט ר''מ ווען די מאן קען צושטערן די נזירות פון די פרוי לויט ת''ק נאר אויב זי האלט נאך אינמיטן ציילן ווייל דעמאלט קען די מאן טענה'ן אז אי אפשר באשה מנוולת דאס הייסט איך וויל נישט א פרוי וואס איז זיך מצער און טרינקט נישט קיין וויין אדער אז זי איז נישט סאשעל און זי גייט זיך נישט באטייליגן אין קיין לוויות (יא די משנה ריפט אָן א מנוולת א פרוי וואס טרינקט נישט קיין וויין - גיי זיי עס מסביר פאר די היינטיגע פרויען, די מענער טרינקען אָן די ווייבער וואסארע טעם האט עס). און ר''מ קריגט זיך אין זאגט אפילו זי האלט שוין נאכ'ן ציילן אין זי האלט יעצט שוין ביי די דרייסיגסטער טאג און אפאר מינוט קען זי שוין געהעריג טרינקען, האט די מאן א רעכט צושטערן ווייל אי אפשר באשה תגלחת. אז מען רעדט שוין וועל איך שוין נאכברענגן די גמרא וואס איז די סברא פון ת''ק,
ות"ק אמר לך אפשר בפאה נכרית ור"מ סבר בפאה נכרית איידי דזוהמא לא ניחא ליה:
תוס' איז מפרשאיידי דזוהמא. בהם זוהמא ואינו מגופה מגני לבעל ולא ניחא ליה:
אדער די רא''שור' [מאיר] סבר דמזוהם בעיני הבעל שתתן אשתו על ראשה שערה אשה נכרית:
קימט אויס אז פאר אינזער ארטיקל דארף מען אראפברענגן שיטת ר''מ אז אי אפשר באשה תגלחת.
נאכאמאל א ריזיגן יישר כח פאר די ארטיקל, און יעצט גייט מען צוריק ליינען/לערנען די ארטיקל..
גראדעמעכעלע האט געשריבן:עס איז ריכטיג אז די מאמר חז"ל ווערט דערמאנט אין מסכת ברכות אויך. אבער אין מדרש שוחר טוב שטייט קלארער אז דאס וואס דער באשעפער האט געפלאכטן די האר איז געווען צו באשיינען חוה, א קישוט פאר איר.
ויביאה אל האדם א"ר ירמיה בן אלעזר מלמד שנעשה הקב"ה שושבין לאדם הראשון מכאן למדה תורה דרך ארץ שיחזור גדול עם קטן בשושבינות ואל ירע לו
שושבינות. שנשתדל בחיתונו לשמחו ולהתעסק בצרכי סעודת חופה:
רימון האט געשריבן:פארלערנענדיג דעם אריינפיר פון דעם ארטיקל נעכטן נאכט פאר מיין פרוי, האב איך איר געזאגט, מיין האניג, איך וויל נישט דו זאלסטעך לאזן וואקסן די האר ווייל כ'האב נישט קיין כח פאר די קאנפראנטאציע און ס'איז מיר נישט ווערד.
כ'וויל אבער זאלסט וויסן אז ס'איז בעלושעס בלע"ז און זאלסט אלס געדענקען אז אויטאריטעט קען פארקויפן בעלושעס און נוצן די שטערקסטע וואפן אין זאפאס דאס צו אינפארסירן ביז עוברת על דת אליין.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ייש"כ פאר׳ן ארטיקל, איך האב עס נאר אנגעהויבען, ביזדערווייל.
לכאורה איז חוה נישט קיין ראיה, ווייל ווער אין דער וועלט מעג נישט זען איהר האר? פון וועמען דארף זי עס באהאלטען?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
chosen people האט געשריבן: (יא די משנה ריפט אָן א מנוולת א פרוי וואס טרינקט נישט קיין וויין - גיי זיי עס מסביר פאר די היינטיגע פרויען, די מענער טרינקען אָן די ווייבער וואסארע טעם האט עס).
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ייש"כ פאר׳ן ארטיקל, איך האב עס נאר אנגעהויבען, ביזדערווייל.
לכאורה איז חוה נישט קיין ראיה, ווייל ווער אין דער וועלט מעג נישט זען איהר האר? פון וועמען דארף זי עס באהאלטען?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט