תגלחת נשים - די היסטאריע, הלכה, און באדייט (וועקער #16)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען

Re: תגלחת נשים - די היסטאריע, הלכה, און באדייט (וועקער #16)

הודעהדורך פאליטיקאנט » דינסטאג מאי 19, 2020 11:15 pm

אמת, אבער לדעתי איז עס נישט ממש אזוי נאר די עקסטרעמע וואלטן ממילא ארויס שארף קעגן אזא ספר אפגעזען וואס ס'טוט דורך, די עצם זאך אז מ'קען מפקפק זיין אין דעם מנהג, גייט זיי ארויסנעמען פון די כלים.
קען זיין אז יעצט נאכ'ן ארטיקל אינעם וועקער וועלן זיי האבן א שטערקערע אויער ביי בינונים וואס מ'קען אויפהערן.......

אבער למסקנה גלייב איך אז די וועקער האט מער אויפגעטון אויף למעשה, וויל איינער וואס גייט קויפן און דורכליינען זיין ספר, גייט למעשה נישט מאכן דעם טויש נישט קיין חילוק ווי איבערצייגנד ער איז אין דעם (בדרך כלל), אנדערש איז מיט די וועקער ליינער שאפט.....
די בעסטע און שנעלסטע בראוזער מיט אן אריינגעבויטע עד בלאקירער!
https://brave.com
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 313
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

תגלחת נשים - די היסטאריע, הלכה, און באדייט (וועקער #16)

הודעהדורך אמת וצדק » דינסטאג מאי 19, 2020 11:39 pm

איך וויל דא אויסקלארן אפאר נקודות לגבי סטאלינער רבי שליט״א, ערשטענס האט דער רבי נישט מבטל געווען די ירושלימער קאפ צודעק פאר פרויען.
צווייטענס שערט מען זיך ״יא״ אין סטאלין, אזוי איז עס אלץ געווען, און אזוי וויל דער היינטיגע רבי אויך, נאר ער האלט אז דער פרוי דארף דאס וועלן טוהן, נישט אז מען זאל דאס ארויפצווינגען אויף איר.
און צום לעצט פירט ער נישט שבת מיטאג טיש נאר כדי מען זאל קומען לערנען, נאר עס איז א ענין אין סטאלין אז מען זאל שבת בענטשען צוזאמען אין שול.

Sent from my iPhone using Tapatalk
אמת מארץ תצמח וצדק משמים נשקף
באניצער אוואטאר
אמת וצדק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 53
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 4:28 pm
האט שוין געלייקט: 169 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל

הודעהדורך כרם זית » מיטוואך מאי 20, 2020 9:29 am

אזוי ווי ''פאליטיקאנט'' און ''חוקר ודורש'' האבן מיר גע'איש'יט אז די לינק קיין איי וועלט ארבעט נישט, און איך ווייס נישט ווי אזוי עס צו פארעכטן וועל איך ציטירן די שטיקל פונעם איי וועלט אשכול, ''ר' יחיאל גולדהאבר ספריו ומאמריו'' (אין די ערשטע שטיקל) :
א צווייטע ספר אויף וואס ער ארבעט יעצט איז אלע הלכות ומנהגים ארום שערות נשים, וואס האלט שוין אויך ביי אירע לעצטע פאזעס, און וועט אי"ה ערשיינען לאור עולם אין די נאנטע תקופה. ר' יחיאל זאגט אונז א אינטערעסאנטע זאך, ער האט אנגעהויבן לערנען די סוגי' ביום חופתו, און ער האט געזעהן דעם שטארקן חסרון וואס איז דא אין עולם הספרים ארום די סוגי' האט ער זיך אונטערגענומען צו דורכטאן דעם ענין, און ארויסגעבן א דבר נאה ומתוקן אויף דיזן הלכות.

בדרך אגב דון יצחק אברבנל (צורת קדשו של חוקר ודורש) איז געווען א פאליטיקאנט...
לשקר אין רגלים. ולאמת אין כנפים.
באניצער אוואטאר
כרם זית
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מאי 20, 2020 2:57 pm

הרב יחיאל גולדהבר זעלבסט איז גארנישט דער מאדערנע וואס מ'קען קלערן. זיין שרייב ארבעט אויף ירושלים בארעכטיגט שטארק די קנאישע צד, לויט וואס איך האב געליינט. ער זאגט בעיסיקעלי אז כולל ווילנא זענען געווען די ערשטע דזשוליקעס, ועל דאטפת אטפוך.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9137
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3153 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8601 מאל

הודעהדורך כרם זית » מיטוואך מאי 20, 2020 4:32 pm

בעזרת עושה הר''ים
מענין לענין באותו ענין.
דורכטוענדיג די ענין פון תגלחת נשים איז מיר איינגעפאלן א געדאנק וועלכע איך וויל מיט טיילן מיט די חשובע קאווע טרונקער'ס.
כולי עלמא מודה אז בזמן התנ''ך, תלמוד, גאונים און אפילו ראשונים איז נישט געווען אזא מין געדאנק אז א אידנע זאל ארפנעמען אירע האר. זיכער נישט בתורת מנהג (אותיות הגמון - מלשון שררה דאין אשה מסכים לדבר הזה מעצמה, כמבואר בספר 'חומש' תחלת פרשת כי תצא, ע''ש).
אויך וועט יעדער מודה זיין אז די היתר פון גיין מיט פאה נכרית (שייטל בל''א), איז גאנץ א שוואכע, און אז אונזער באבעס בזמן תנ''ך, תלמוד, וכו' זענען קלאר נישט געגאנגן דערמיט (אפשר בביתה צי גאר בחצר או במבוי און עכ''פ אויסגעזען האט עס נישט אזוי אייגנס ווי די היינטיגע). אויף אזוי ווייט אז יעדע ירא''ש שמים טרעפט זיך אין א מינוט פון חשבון הנפש טרראכטנדיג, "ווי קען זיין אז מיר חסידישע אידן, וועלכע אויף דברים אשר אפשר להקל עליהם בקל, טוען מיר מחמיר זיין, און דא ווען סקומט צו פאה נכרית נעמען מיר גאר אן די דעת המתירים?".
ס''ה אונזערע באבעס בזמנים הנ''ל זענען געגאנגן מיט אייגנע האר (פארבינדן פאשטייט זיך), און ח''ו נישט מיט קיין שייטל (אויפן גאס). טא ווי קומט עס אז מיר האבן פארטוישט די יוצרת?
די תירץ איז לפע''ד א מוראדיגע דערהער. במשנתו של אותו צדיק מורינו החתם סופר זצ''ל, אז חדש אסור מן התורה בכל מקום, אפילו במקום חומרא ווי ער שרייבט קלאר אין שו''ת שלו או''ח סימן קפא, ע''ש.
אויב אזוי איינמאל עס איז געווארן איינגעפירט זיך אראפצונעמען די האר, האט זיך אנטוויקילט א פסיכילאגישע דראונג צו ערזעצן די חסרון פון איר נאטורליכע שיינקייט, סיי ביי דער מאן און סיי ביי זען פלג גופא. אלזא כאטש זיי זענען געווען אפגעהיטנע אידן (והא ראיה זיי האבן מוותר געווען, כמיין זיך געשערט...) אבער ווען עס האט זיך גענומען פארשפרייטן די נייע מאדע פון שייטלעך האבן זיי זיך ארויפגעכאפט דערויף מיט ביידע הענט. און ווען די רבנים האבן זיך געגעבן א כאפ איז שוין געווען צו שפעט.
ודוק היטב, בעזרת הטוב והמטיב. הטוב לה ביפיה, והמיטב לבעלה.
לשקר אין רגלים. ולאמת אין כנפים.
באניצער אוואטאר
כרם זית
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

הודעהדורך חיים שיש בהם » מיטוואך מאי 20, 2020 6:17 pm

כרם זית האט געשריבן:בעזרת עושה הר''ים

זייער א שיינע געדאנק, הגם היסטאריש ווייס איך נישט אויב עס שטומט...
איך וואל געזאגט אביסל אן אנדערע ווארט, אז "את אשר התרת אסרתי ואשר אסרת התרתי" איז איין זאך, ווייל די רבש"ע האט געגעבן פאר א מענטש כוחות הנפש פאר תרי"ג מצוות, און אויב ער איז מחמיר וואו ער דארף נישט, קומט ער אן צו מיקל זיין וואו מ'דארף מחמיר זיין.
חיים שיש בהם
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2018 5:28 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

הודעהדורך כרם זית » מיטוואך מאי 20, 2020 7:51 pm

די געדאנק איז נישט אזוי ווייט היסטאריש ווי פסיכיאלאגיש, עס שפילט זיך נאך ''היינט'' אפ. אדרבה זאל א רב בעטן א יונגערמאן ער זאל אויסטוען זייל ווייב'ס שייטל, וועט ער מסכים זיין? לכאורה נישט. אויב אבער זאל ער ווען וויסן אז זיין ווייב איז ''באמת'' שיין, דהיינו זי האט איר נאטורליכע קרוין דאן וואלט ער לכאורה שנעלער מסכים געווען (פארשטייט זיך אז בפועל איז דא אנדערע זאכן וואס מענטשן חשבונן ווי משפחה וכדומה אבער איך רעדט אויס די געדאנק).
לשקר אין רגלים. ולאמת אין כנפים.
באניצער אוואטאר
כרם זית
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

הודעהדורך פארשטאנד » מיטוואך מאי 20, 2020 9:07 pm

כרם זית האט געשריבן:אויך וועט יעדער מודה זיין אז די היתר פון גיין מיט פאה נכרית (שייטל בל''א), איז גאנץ א שוואכע, און אז אונזער באבעס בזמן תנ''ך, תלמוד, וכו' זענען קלאר נישט געגאנגן דערמיט (אפשר בביתה צי גאר בחצר או במבוי און עכ''פ אויסגעזען האט עס נישט אזוי אייגנס ווי די היינטיגע). אויף אזוי ווייט אז יעדע ירא''ש שמים טרעפט זיך אין א מינוט פון חשבון הנפש טרראכטנדיג, "ווי קען זיין אז מיר חסידישע אידן, וועלכע אויף דברים אשר אפשר להקל עליהם בקל, טוען מיר מחמיר זיין, און דא ווען סקומט צו פאה נכרית נעמען מיר גאר אן די דעת המתירים?".

האסט קענטליך נישט דורכ'געטוהן די נושא פון פאה נוכרית פאר דו האסט געשריבן די געדאנק, די היתר פון פאה נוכרית איז גאר שטארק באגרינדעד הלכה'דיג, די מציאות איז פונקט פארקערט ווי וואס דו שרייבסט, עס איז כמעט נישט דא קיין סיבה לאסור היינט צוטאג א פאה נוכרית.
טוה דורך די ענין, די עקסטרעמיסן האבן אין די פאל געמאכט א 'סופער זשאב' צו פארטושן דעת הקהל אפילו פון די וואס גייען דערמיט.

א לייק פארן געדאנק though...
די אמת מאכט נישט גליקלעך, און א גליקלעכע מענטש מיינט נישט אז ער האט דעם אמת.
פארשטאנד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 107
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 4:31 pm
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

הודעהדורך כרם זית » מיטוואך מאי 20, 2020 10:56 pm

האסט קענטליך נישט דורכ'געטוהן די נושא פון פאה נוכרית פאר דו האסט געשריבן די געדאנק, די היתר פון פאה נוכרית איז גאר שטארק באגרינדעד הלכה'דיג, די מציאות איז פונקט פארקערט ווי וואס דו שרייבסט, עס איז כמעט נישט דא קיין סיבה לאסור היינט צוטאג א פאה נוכרית.
טוה דורך די ענין, די עקסטרעמיסן האבן אין די פאל געמאכט א 'סופער זשאב' צו פארטושן דעת הקהל אפילו פון די וואס גייען דערמיט.

גראדע האב איך דוקא יא דורכגעטון די ענין (טאקע נישט שיעור עיון'דיג אבער א יון אין די ארמארי בין איך נישט), און אויב וועסטו צו לייגן אויג, האב איך מדייק געווען צו שרייבן אז מאיז נאר געגאנגן דערמיט בחצר וכדו' עיין לעיל און אז עס האט נישט אויסגעזען אזוי שיין (לאפוקי פון היינטיגע שייטלעך). ועוד מיין דיסקריפשן פון א אידנע בזמן התנ''ך והתלמוד איז זיכער גוט, גיין מיט א שייטל איז זיכער נישט געווען א נחלת הכלל ווי רש''י שרייבט (ערכין ז: ד''ה בפיאה נכרית) רגילות היו נשים כששערן מועט לקשור שיער נשים נכריות, זעט מען אז איז נישט געווען אן אפיציעלע מלבוש נאר אן ריפלעיסמינט (ממש ווי היינט ביי די וואס שערן כנ''ל...).
און אדרבה קום אריין מיט מקורות, מאך אונז לעכטיג די אויגן.
לשקר אין רגלים. ולאמת אין כנפים.
באניצער אוואטאר
כרם זית
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך מאי 20, 2020 11:41 pm

כ'האב געעפנט א נייע אשכול דן צו זיין איבער שייטלען, ליינט און האט (אדער נישט) הנאה, אבער ביטע האלט אייך נישט צוריק פון קאממענטירן.

viewtopic.php?f=13&t=13845#p449181
פרום = פיל רשעות ווייניג מצוות. .Frumkeit: The haunting fear that someone, somewhere, may be happy
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין בית שערים
האט שוין געלייקט: 3137 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2302 מאל

הודעהדורך פארשטאנד » זונטאג מאי 31, 2020 2:20 pm

ספר צרור המור בערך אין די צייט פון גירוש שפאניע
cc.png

א הונדערט יאהר שפעטער אין ספר מנחה בלולה דאסמאל אין איטאליע
cc1.png

(קען זיין אז ביידע ווערן שוין דערמאנט אינעם וועקער, ביטע אנטשולדיגן).
די אמת מאכט נישט גליקלעך, און א גליקלעכע מענטש מיינט נישט אז ער האט דעם אמת.
פארשטאנד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 107
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 4:31 pm
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק דער וועקער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Trendictionbot [Bot] און 3 געסט