חכמות חיצוניות חלק ד': וועקער 16

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען

חכמות חיצוניות חלק ד': וועקער 16

הודעהדורך מיימון » מוצ"ש אקטאבער 05, 2019 10:09 pm

א גוטן טייערע חברים. עס איז מיר א גרויס פארגעניגן צו האבן פאר אייך פארגעשטעלט אין די לעצטע תקופה פיר ארטיקלען פון דעם מאמר "חכמות חיצוניות אין די אידישע היסטאריע". פון איין זייט גלייבט זיך נישט אז פיר ארטיקלען זענען שוין געדרוקט געווארן, פון די אנדערע זייט איז א ווייטאג אז עס דויערט אזוי לאנג. דעם איצטיגן ארטיקל האב איך שוין געשריבן אזוי לאנג צוריק אז איך געדענק שוין נישט ווען. ווען ראובן האט עס מיר צוריקגעשיקט נאך הגהה האב איך שוין נישט געדענקט וואס איך האב געשריבן, און די קומענדיגע צוויי ארטיקלען זענען שוין אויך כמעט גרייט פאר גאר א לאנגע צייט, און ווערן נישט פערטיג פשוט ווייל עס איז נישט דא פארוואס. איך קלער אז מען דארף ווען מאכן א "קליינעם" וועקער פאר די צווישן תקופות ביז דער געהעריגער וועקער קומט ארויס. אפילו יעדן חודש ווי דער אריגינעלער פלאן פון שש משזר בערך א מיליאן יאר צוריק. מען קען דאס מאכן זייער פשוט, צוזאמנעמען עטליכע גוטע ארטיקלען, אלטע און נייע, און אויסשטעלן אויף א פי די עף שיין ראוי לקריאה און שוין. מען קען דארט אריינשטעלן הערות אויף ארטיקלען און דיסקוסיעס, א בחינה פון א קאווע שטיבל בדפוס. עס איז א שאד אז אלעס זאל פרירן פאר חדשים ביז דער וועקער גיט זיך א ריר. וויסן אז א ארטיקל וועט געליינט ווערן וועט געבן אינספיראציע צו שרייבן און מחדש זיין.

שוין, בנוגע צום ארטיקל האב איך באמערקט א וויכטיגן טעות אין א הערה, ר' יוסף טוב עלם בעל צפנת פענח איז נישט דער מחבר פון חסל סידור פסח, יענער האט געלעבט 300 יאר פריער און רש"י ברענגט אים נאך. די הערה איז פונעם רעדאקטאר און איז א טעות. א צווייטע פלאץ וואו דער עורך האט נישט גוט פארשטאנען איז ביים שטיקל וואס שטייט: "אזוי אויך זענען דא וואס זעען אין דעם א שטארקן דגוש אויף כסדרדיגע תשובה מיט סיגופים און תעניתים - א אפשפיגלונג פון די קריסטליכע רעליגיע" איז געשטאנען: אזוי אויך זענען דא וואס זעען אין דעם שטארקן דגוש אויף כסדרדיגע תשובה מיט סיגופים און תעניתים א אפשפיגלונג פון די קריסטליכע רעליגיע. וכוונתי אז אין ספר חסידים והרוקח זעט מען א שטארקן דגוש אויף תשובה, און יש אומרים אז דער מקור צו דעם איז פון די נוצרים וואו redemption איז א וויכטיגער חלק פון די רעליגיע וואס איז געבויט אויף די אמונה אין חטא קדמון פון אדם הראשון, און אז ישוע הנוצרי האט אויסגעלייזט די מענטשהייט במותו, דארט איז תשובה א שטארקער טייל פון דעם דת וי''א אז די אויפוואכונג צו תשובה פון די חסידי אשכנז (וואס האט אנגעהאלטן ביי אידן במשך אלע דורות פון דאן אין פארעם פון די מוסר ספרים, שפעטער דורך תיקוני תשובה און סיגופים וכו' ואכמ''ל) איז מקורו משם, ויש חולקין כמבואר במקורות שציינתי עיי''ש.

עס איז אינטערעסאנט אנצומערקן וואס דער מאירי שרייבט אין זיין הקדמה צום "חיבור התשובה" אז ער איז נתעורר געווארן צו שרייבן איבער תשובה נאכדעם וואס ער איז נתעורר געווארן דורך א קריסט איבער דעם וואס דער ענין פון תשובה איז נזנח ביי די אידן, דאס געהער שוין צו א אנדערע תקופה און פלאץ, און אין יענע תקופה (פון ה''א ביזן גירוש ספרד) זענען געווען אסאך השפעות ביי די אידן פון די קריסטליכע סקאלאסטישע פילאזאפן ווי עס וועט ווערן אביסל בארירט אין קומענדיגן קאפיטל. ר' חסדאי קרשקש דערמאנט אויך דעם קאנצעפט פון חטא קדמון און טייל ווילן דאס מייחס זיין צו קריסטליכע השפעות. יעצט אין די עשרת ימי תשובה איז אינטערעסאנט צו טראכטן דערוועגן.

אין דעם ארטיקל באריר איך דעם באקאנטן פולמוס הרמב"ם אויפן שפיץ גאפל, עס קען אפשר פילן ווי איך לאז די ליינער הענגען מיט האלבע אינפארמאציע, אבער די סיבה איז וויבאלד איך בין זייער ענג אין פלאץ, למען האמת וואלט מען געקענט (און מען האט פאקטיש אזוי געטון) שרייבן גאנצע ביכער איבער יעדע פאראגראף וואס איך דערמאן, מיין ציל איז צו דעקן די נושא פון יעדן וויכטיגן ווינקל און דעריבער מוז איך קארגן וויפיל פלאץ איך גיב אוועק פאר איין נושא, אפילו אויב ראובן וואלט מיר אוועקגעגעבן דעם גאנצן וועקער וואלט נאך געווען מיט וואס אנצופילן און נאך אלץ שרייבן נאר בקיצור נמרץ, יעדן ארטיקל מוז איך באשליסן ווער עס פאלט ארויס און ווער גייט אריין (צב"ש ביי די חכמי פרובינציה האב איך אויסגעלאזט דעם חכם ליאון יוסף מקראקסון א דאקטער און פילאזאף, לויט א מאמר פון גד פרוידנטל וואס איך לעצטנס געטראפן איז ער געווען פון די ערשטע אידישע סטודענטן אינעם אוניווערזיטעט אין מונטפלייר וואס איך האב דערמאנט). איך שטרענג זיך דעריבער אן צו שרייבן די נעמען פון די דערמאנטע חכמים מיטן אויסלייג וואס ווערט באנוצט דורך די אקאדעמיקער און שרייבער אין עברית און ענגליש כדי צו ערמעגליכן גרינגערהייט נאכצוזוכן מער פרטים איבער זיי דורך גוגל, און איך זאג אייך רבותי טוט עס! עס איז פארהאן אזויפיל אינטערעסאנטע זאכן איבער יעדן פון זיי, אפילו די וואס ווערן דערמאנט נאר בדרך העברה בעלמא.

בדרך כלל איז ביי מיר א חשיבות פון די ערשטע קלאס א גדול בתורה וואס איז באקאנט אלס זיין גדלות בתורה אפילו אויב ער האט נאר געהאט א שוואכן שייכות מיט חכמות חיצוניות איז דאס א שטארקן חשיבות פאר מיין טעזע, וואס איז אנצואווייזן אז ביי אסאך גדולי ישראל איז געווען א פאזיטיווע מיינונג דערויף, אנדערש ווי די אנגענומענע דעת הקהל היינט. אזוי אויך וועל איך שטארק הנאה האבן פון איינער וואס איז געווען באקאנט אין די וועלט ווצב"ש זיינע ביכער זענען געווארן איבער געטייטשט אדער א ערפינדער וכדומה. אדער א רופא המלך וכדומה. אזוי אויך האב איך מקדיש געווען אין דעם איצטיגן ארטיקל פלאץ פאר די "ראדיקאלע" עקסטרעמע ראציאנאליסטן כאטש זיי זענען נישט געווען רעלאטיוו אסאך, כדי צו באלאנסירן דאס בילד וואס טייל ווילן אראפלייגן כאילו עס זענען טאקע געווען געוויסע רבנים וואס האבן עוסק געווען בחכמות חיצוניות אבער זיי זענען געווען א שוואכע מינאריטעט און דער קאנצענזוס איז געווען דערקעגן. מיטן באטראכטן דעם גאנצן בילד שטעלט זיך ארויס אז כלל ישראל איז גאר קאלירפול און פארשידנארטיג מיט פארשידענע שטרעמונגען פון איין עקסטרעם ביזן אנדערן און עס איז פאלש אפצומאלן א גלאטן פאראייניגטן בילד אויף קיין שום זייט.

נאך א הערה וואס איך האב. דער ערשטער אונטער קעפל ליינט זיך "די רעאקציע צו חכמות בחיי הרמב"ם" אריגינעל איז געשטאנען התגובה בחיי הרמב"ם וכוונתי די רעאקציע צום רמב"ם וספריו. דער ארטיקל איז במקור געשריבן געווארן אינאיינעם מיטן פריערדיגן ארטיקל און דארף זיך ליינען ווי א המשך ווען די ספרי הרמב"ם האבן געגרייכט אייראפע און צושפרייט געווארן דורך דעם תרגום פון ר''ש תיבון. דערנאך קומט די רעאקציע וואס איז איינגעטיילט אין חלקים, דער שטורעם בחייו, דער גרויסער פולמוס פון רבינו יונה, די קלענערע פולמוסים דערנאך.

עס איז איבריג צו דערמאנען אז די אלע קליינע הערות ווייזן נאר אויפן גרויסן בילד, אויסער די קלייניגקייטן האט @ראובן אראפגעלייגט א מאסיווע ארבעט ארויפצוברענגען דעם ארטיקל צו א הערליכן פארנעם, שוין אפגערעדט פון די בילדער וואס איז אינגאנצן זיין ארבעט. ווען איר ליינט און האט הנאה פון דער וועקער געדענקט אז אונטער "יעדן" ארטיקל שטייען דער שרייבער דערפון און אינאיינעם מיט אים ידידינו דער חשובער אימערמידליכער רעדאקטאר.

אויב איר האט הערות ביטע לאזט אייך הערן און איך וועל פרובירן צו ענטפערן ווען עס וועט זיין צייט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך מיימון אום זונטאג אקטאבער 06, 2019 10:34 am, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 1:17 am
האט שוין געלייקט: 224 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1185 מאל

הודעהדורך כוכב » מוצ"ש אקטאבער 05, 2019 10:29 pm

אדאנק פאר די הערליכע סעריע.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2501
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 5265 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7116 מאל

הודעהדורך מיימון » זונטאג מערץ 29, 2020 3:56 pm

אין דעם נייעם וועקער איז דא מיין פינפטער ארטיקל אין די סעריע. חכמות חיצוניות בספרד הנוצרית, מיט דעם ארטיקל בין איך ספעציעל שטאלץ, זייענדיג דער ערשטער וואס בשעת'ן אנהייבן האב איך ממש גאר ווייניג געוואוסט איבער די אלע מענטשן. עס איז ממש געווען נייע אינפארמאציע וואס איך האב מיט גרויס מי און פלאג אפירגעגראבן און אויסגעקראצט שעות על גבי שעות. עס איז מיר א געוואלדיגע שמחה און הנאה.

די דאזיגע ארבעט איז מיר א ספעציעלע הנאה און תענוג און שאפט א קורת רוח וואס איר קענט זיך נישט פארשטעלן. אקארשט נישט לאנג צוריק ביים ארבעטן אויף חלק ז' פאר חכמי טורקיה האב איך אנטדעקט אז דער גרויסער פוסק ומקובל רבי יוסף טאייטאצק איז גאר געווען א שיינער פילאזאף! איר ווייסט ווי געשמאק דאס איז? אך, איר פארשטייט נישט.

שוין, דאס איז מיין פריוואטער פראיעקט, און איך האף אז איר האט הנאה דערפון. אין דעם ארטיקל האב איך ב"ה נישט קיין שום טענות אויפ'ן רעדאקטאר. ראובן האט זיך דערשראקן פון מיין קריטיק און האט זיך צוגעשטעלט צו אלע מיינע קאפריזן מיט א געוואלדיגע מאס. יזכר לו לטובה. איין זאך איז אז די ענגלישע ווערטער זענען אויסגעקומען פארקערט. די פארקערטע שרייבעריי פון אידיש און ענגליש איז א צרה וואס וועט נאכלויפן יעדן שרייבער נאך אסאך יארן...

די איינציגסטע הערות וואס איך האב איז אויף מיר אליין. עטליכע זאכן וואלט איך צוגעלייגט. ביי חכמי אלג'יר צום סוף האב איך פארפאסט נאך א געשמאקן נאמען. ר' סעדיה שוראקי האט געשריבן א חיבור מונה מספר אויף מאטעמאטיק, און ברענגט אסאך חכמי הפילוסופים אין זיינע ספרים. די משפחת אלאשקר פון אלג'יריה ווערן דערמאנט אבער כ'וואלט געדארפט דעמאנען ביים נאמען ר' יוסף אלאשקר א רב ודיין, רופא ופילוסוף וועמענ'ס פירוש אויף אבות ווערט געברענגט אין מדרש שמואל. ביי ר' יהושע ן' שועיב אנפאנג וואלט איך דעמאנט אין א הערה זיין קרוב ר' יואל ן' שועיב וועלכער ברענגט אויך אסאך די פילאזאפן אין זיינע ספרים. איך האב נישט געוואלט סתם אריינווארפן נאך א נאמען וואס זאגט גארנישט און צומישן מיט צופיל נעמען אבער למעשה איז ער נאך גענוג וויכטיג אים צו דעמאנען כאטש בקיצור. אזוי גייט עס, יעדעס מאל דערמאנט מען זיך נאך זאכן נאך א מזל דער וועקער האט א דעדליין און מען מוז עפעס אריינשיקן..
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 1:17 am
האט שוין געלייקט: 224 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1185 מאל

הודעהדורך וואלווי » זונטאג מערץ 29, 2020 4:34 pm

פיינע נייעס, @מיימון האלט שוין ביי חלק ז'...
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2468
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3445 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3227 מאל

הודעהדורך מאך זיכער » מאנטאג מערץ 30, 2020 5:25 am

מיימון, בריטע ידיעות באגלייט מיט קלארקייט מילא, אבער דאס איבערגעבן אזוי קלאר איז ממש א טאלאנט וואס געציילטע האבן געקריגן, כ'שפיר אז דו ביסט צווישן זיי...

א ריזיגן יישר כח פאר דיינע טיפע ארטיקלען, עפנסט אויף אונזערע אויגן.
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 429
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 263 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 495 מאל

הודעהדורך כוכב » מאנטאג מערץ 30, 2020 9:16 am

מימונס ארבעט איז ממש וואונדערווערק און איך קען מיך נישט פארשטעלן וויפיל צענדליגער צי אפשר הונדערטער שעות פון פארש ארבעט איז אריינגעגאנגען אין שרייבן אזא מאמר. דער ארטיקל קומט באגלייט מיט מסתמא זעכציג פוטנוטס וואס יעדע איינס נאכקוקן און צוצייכענען איז ענדלאזע און אויסמאטערנדע ארבעט וחכמה ומלאכה יש כאן.

ליינענדיג איז מיר נולד געווארן א שאלה איבער די כללות'דיגע קאנצענזוס וואס דער ארטיקל דארף ארויסברענגען, איבער דער ראלע און פארשפרייטקייט פון חכמת חיצוניות ביים אידישן פאלק. ערלויבט מיר צו שרייבן א מאמר פון החכם ר' מיימון זשוניאר פון שנת תתתש"פ אין דער תרדימה אויסגאבע וואס ווערט געפרינט אויף די פיורעל וועבזייט (כידוע נאך מחלת הקאראנע האט פיורעל אויסגעקויפט אמאזאן ואכמ"ל), וזה החלי:

אין די יאר הונדערט נאך דער צווייטער וועלט מלחמה האט חכמת חיצוניות אנגענומען גאר א נייע ראלע ביים אידישן פאלק. מ'טרעפט אזעלכע חכמים ווי איינשטיין וועלכע איז באצייכנט געווארן ווי דער מאן פון יאר הונדערט. אויך זעט מען ווי ריזיגע פראצענטן פון נאבל פרייז געווינער זענען געווען אידן.
אין קעניגליכן הויף אין ניו יארק האבן זיך געדרייט פילע הויף אידן, א שטייגער ווי יאנקל פאטאקי, וואס לויט געוויסע גירסאות איז ער גערופן געווארן פאטאקי צוליב זיין געוואלדיגע קירבא מיט א פירשט וואס האט געהייסן פאטאקי. אויך דער אידישער פירער רבינו דוד מסקווירא האט זיך געטראפן אין ווייסן הויז וואס איז דעמאלט געווען די הויפט רעגירונגס געביידע אין אמעריקע (איידער כינע האט איר אנעקסירט) און ווי באקאנט האט ער גאר שטארק אויסגענומען ביים דעמאלטיגן קייזער קלינטאן.
שפעטער טרעפט מען אזעלכע אידישע שרים ווי שמחה פעלדער און דוב הייקינד (אויך זיין זון יוני איז פאר א קורצער צייט געווען א שר) און שמחה אייכנשטיין און קלמן יעגער וועלכע זענען אלע געווען גרויסע אדל לייט אין מדינת ניו יארק. אין קעניגליכן הויף האט זיך געדרייט באראן קושנער און זשעיסאן גרינבלאט. ווייטער אין די ראקלענד געגענט טרעפט מען אידישע שרים ווי בנציון ווידער. יאסי געשטעטנער איז געווען א באקאנטער חכם פון יענער תקופה וועלכער איז אפילו אמאל רעטוויטעד געווארן דורכ'ן קעניג'ס זון.
די דעמאלטיגע רבנישע פאראיין, התאחדות הרבנים, האט ארויסגעגעבן מעדיצינישע אנווייזונגען אין דער צייט פון א מגיפה, וואס ווייזט אויף די קענטעניסן פון דער רבנישער וועלט אין מעדיצין. באזונדער זענען געווען באקאנט די צוויי רבנים בנימין לאנדא און אליעזר האגער, וועלכער זענען געווען גאר גרויס אין חכמת הרפואה.
אנדערע חכמים וואס מ'טרעפט פון יענער תקופה איז דער בארימטער אסטראנאמער יהושע גליק, די בארימטע זינגערין בארבארא סטרייסענד (סדא וואס זאגן אז איר עכטע נאמען איז יענטל און פאר א שטיק צייט איז זי געווען א בחור אין ישיבה). אפילו דער בקי אין חכמת המוזיקה דרעיק האט אין זיין יוגנט געהאט א בר מצוה און שפעטער געשריבן שירי חשק דערוועגן. דער באקאנטער פילאזאף און פרעדיגער פאר פרייהייט פון ווארט מארק צוקערבערג איז אויך געווען א איד. אויך איז געווען א אידישער פירשט מיט'ן נאמען מיכאל בלומבערג וועלכער איז אפילו געווען א קאנדידאט פאר קעניג און האט דעמאלט פארלוירן א גאנצע ביליאן דאלאר.

אין קומענדיגן קאפיטעל וועלן מיר אי"ה מסביר זיין פארוואס די אלע זאכן זענען נישט נוגע, און זענען קליינע ברעקלעך פון היסטארישע אנעקדאטן וועלכע ווערן אראפגעלייגט אין אן אומריכטיגן קאנטעקסט און זאגן גארנישט איבער דעם מצב פון דלת העם ווען סתם א חסידיש קינד האט נישט געקענט שרייבן א גאנצע זאץ אין אידיש ענגליש אדער לשון קודש, דער ציבור האט נישט געקענט אויסלעבן א וואך אן רעגירונגס שטיצע און ווען די שולעס זענען געווען פארמאכט איז מען געשטאנען אין דער ליניע פאר ברויט און קאטעדזש טשיס ווי דורכאויס די גרויסע רעסעסיע און דער מצב פון חכמת חיצוניות איז געווען בבחינת שהכל אויף א רעטעך.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2501
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 5265 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7116 מאל

הודעהדורך מיימון » מאנטאג מערץ 30, 2020 3:53 pm

שאלה גדולה שאלת. דו לייגסט אראפ אזוי הומאריסטיש די היינטיגע היסטאריע ווער זאגט דיר אז איך גיי עס טאקע נישט באשרייבן?... אבער לאז מיר אביסל מסביר זיין מיין מהלך.

באופן כללי פרוביר איך זיך זייער שטארק זיך אפצוהאלטן פון פרשנות. דער ארטיקל דארף פארן אויף אן אופן פון ירא הקהל וישפוט, איך גיב אייך טרוקענע פאקטן און איר טוט דערמיט וואס איר ווילט. פון ערפארונג ווייס איך אז אויפווייזן סיי וואס און בפרט אזא קאנטראווערסיאלע זאך איז קיינמאל נישט מעגליך, אלזא איך פארצייל א מעשה מיט נעמען און פרטים און יעצט קענט איר זאגן אלע תירוצים, צב"ש ס'איז נאר געווען א מיעוט, זיי האבן זיך טאקע גע'שמד'ט, גדולי ישראל האבן דאס באקעמפט, ס'איז דעמאלטס געווען אנדערש וכולי וכולי כיד ה' הטובה. איך בין נישט מחולק מיט קיינעם אדרבה זאל ווערן א דיסקוסיע דערוועגן, זאל מען רעדן און אויסשמועסן, על כרחך וועט זיין עפעס וואס מען וועט מוזן נאכלאזן, סוכ''ס אסאך גדולים האבן געקענט עפעס. (אפילו דער שטיקל אנפאנג פון דעם לעצטן ארטיקל וואס זאגט אז כאטש דער רשב''א איז געווען א לוחם קעגן פילאזאפיע איז דאס נאר די חקירה וכו' האט ראובן צוגעלייגט, איך פרוביר אוועקצושטיין פון יעדע ארויסגעזאגטע פרשנות). איך רעכן זיך בשעת'ן שרייבן מיט מיין קעגנער. יעדעס ווארט טראכט איך וואס מיין בעל דין וועט גלייך אויפשפרינגען און שרייען דאס איז ליגנט, גרעץ'ס בויך סברות, דעריבער שרייב איך נאר וואס לדעתי איז קלאר מפורש און וואס איך וועל קענען פארטיידיגן ביום הדין.

דער צוועק פון דעם ארטיקל איז אויפצואווייזן אז הונדערטער גדולי ישראל במשך הדורות האבן נישט געהאט קיין פראבלעם צו עוסק זיין בספרי חכמות, חקירה, פילוסופיה, רפואה, אדער ספרי גוים. עס זענען פארשטענדליך דא פילע מדריגות פון פול-פלעדזשד פראפעסארן און סייענטיסטן ביז איינער וואס האט אין בית הכסא אריינגעקוקט אין א גוי'איש ביכל. הצד השוה אז די אלע שטעלן זיך צוזאם צו א הויפן אינפארמאציע וואס ווערט ביי אונז פארשטעקט און באגראבן. יעדער ווייסט פונעם רמב''ם און אבן עזרא, עמיצער טרעפט אמאל אין אברבנאל ווי ער ברענגט פיתאגור''ש און ווערט בשמחה. א בקי ברמב''ן וועט וויסן אז דער רמב''ן אין פרשת תזריע ברענגט די ספרי הרפואה, שוין דער רמב''ן איז דאך גדול מאד מי ישוה לו. ווייניג ווייסן דעם ריזיגן מאס וואס דאס איז געווען פארשפרייט און האבן דאס אויף איין פלאץ טוט געבן א אנדערן נאראטיוו פון וואס מיר הערן כסדר.

לכתחילה איז מיין פלאן געווען בלויז צו מאכן א קורצע ליסטע מיט גדולי ישראל וואס האבן עוסק געווען בחכמות חיצוניות. כ'האב אליין נישט געוואוסט דאן ווי ווייט דאס גייט. כ'בין פשוט געווען פאסצינירט מיט די גדולי ישראל פון פולין וואס כ'האב ביים לערנען אנטדעקט אז זיי האבן געקענט פילוסופיה (ביניהם: רמ''א, לבוש, תוס' יו''ט, חות יאיר, מהר''ל, צמח דוד, חכמת מנוח, ועוד ועוד) וואס כ'האב געהאלטן אז דאס איז זייער ווייניג באקאנט און מיינט זייער אסאך. אנדערש ווי דאס וואס מען מאכט אוועק די יהודי ספרד וואס האבן נישט בייגעשטאנען דעם נסיון זענען דאס מסלתה ומשמנה פון די פוסקים פון יהדות אשכנז וועמענ'ס ווערטער מיר לערנען כסדר. דאס זאגט זייער אסאך. כאטש זייער צוטריט צו חכמה איז זייער געצוימט צוליב זייער פארווארפענעם פלאץ אין פוילן איז דער עצם פאקט אז זיי האבן פרובירט צו לערנען וויפיל זיי האבן געקענט א געוואלדיגע זאך וואס מען דארף אינאכט נעמען. (שפעטער האב איך שוין געטראפן פילע מאמרים דערוועגן).

איך האב באשלאסן צו מאכן א ליסטע פון אלע דורות, כ'האב געטראכט פון א מאקסימום צוויי ארטיקלען. כ'האב אליין נישט געהאט קיין השגה וואס עס איז אלץ פארהאנען. מיין לכתחילה'דיגער דרעפט האט אנטהאלטן צוויי זייטן. נאר וואס מער כ'קוק אריין טרעף איך מער נעמען, מער מענטשן. רבנים רופאים פילאזאפן אז מען קען ממש נישט נאכלויפן.

דער עיקר פריאריטעט האב איך געשטעלט אויף באקאנטע גדולי ישראל. אז דער ריטב''א ברענגט ספרי היוונים זאגט דאס גאר אסאך. דער הייליגער ריטב''א פון ישיבה. ספרי היוונים. ווייניגער באקאנטע רבנים היינט אבער בימיו גאר גרויס איז אויך וויכטיג כאטש אסאך ווייניגער. און אזוי ווייטער אפילו א ספר וואס ווערט ציטירט דורך די פוסקים און יענער ברענגט ספרי החוקרים זאגט עפעס. דער צדה לדרך וועם דער מגן אברהם ברענגט האט געקענט פילאזאפיע, אינטערעסאנט. דערנאך איז ביי מיר א גרויסע פריאריטעט א קעניגליכער דאקטער, יעדער האט א רעספעקט פאר'ן רמב''ם פאר'ן זיין א קעניגליכער דאקטער, דאס זאגט עפעס, ער איז נישט געווען סתם עפעס אבי ווער, דער קעניג פון לאנד האט אים אויסגעקליבן פאר זיין פערזענליכן דאקטער פון יעדעם אנדערש, דאס איז א געוואלדיגע כבוד און זאגט עפעס. יעצט קענסטו טענה'ן אז זיי זענען געווען סתם מאדערנע מענטשן וואס זאגט גארנישט, איז איה''נ האב איך עס געשטעלט אין א עקסטערן אפטיילונג וואס איז מיוחד פאר דעם, קענסט עס אוועקמאכן אבער דער פאקט איז אז א גרויס טייל פון זיי זענען געווען נכבדי הקהילה און חשובע מענטשן ווי עס דערקענט זיך אין די תשובות הראשונים וואס ברענגען כסדר די מענטשן און זייער ראלע אין די קהילה. ר' בחיי אלקוסטנטיני'ס בריוו זיך אנצונעמען פאר'ן רמב''ם איז געדרוקט אין תשובות הרמב''ם, וכו'. איך פרוביר דאס אנצומערקן בקוצר אמרים ווען מעגליך, נאר מען מוז מקצר זיין ווי ווייט מעגליך, אבער יעדעס ווארט איז אויסגערעכנט. דון יצחק אברבנאל איז יא אין דעם אפטיילונג ארויסברענגען דעם כאראקטער פון די פרינצליכע אדעליגע משפחה וואס נישט בלויז דאס קענען חכמות חיצוניות איז די זאך, נאר די גאנצע הויף קולטור און הנהגה וואס די גאנצע משפחה זענען אלע געווען שרים ונגידים זיך געדרייט מיט קעניגן און פירשטן און געווען פון די אדללייט אין שטאט און ראשי הקהילה ביי די אידן.

איך האב נאר אויסגעקליבן אזעלכע וואס זאגן עפעס. איינער וואס האט געקענט רפואה אדער פילאזאפיע, און זיך אויסגעצייכנט דערמיט, ערפינדן עפעס, געשריבן א וויכטיגן חיבור, סתם שרים ונכבדים זענען געווען אן א שיעור מער, יועצים, פינאנץ מיניסטארן, וכדומה. זיי ווערן בכלל נישט דערמאנט. יעצט קענסט עס אוועקמאכן אבער עס איז וויכטיג אינעם נאראטיוו, דאס גיבט א בליק אויף דעם מצב ווען דאס איז געווען אזוי פארשפרייט און די מענטשן זענען נישט געווען אראפגעקוקט דערפאר, אדרבה זיי זענען געווען מקורב צו די רבני ישראל, עס זאגט אונז וויאזוי דער מצב איז געווען בכלליות.

יעדע נאמען ווערט געוואויגן לויט וויפיל משמעות עס האט, ר' יהודה ן' עבאס'ס פיוטים זענען געזאגט געווארן מיט גרויס התעוררות ביי די ספרדים אין די הייליגע טעג, זיין ספר אןיף חינוך איז זייער אינטערעסאנט, משא''כ ר' יוסף כספי כאטש עס איז דא אסאך אינטערעסאנטע זאכן צו זאגן אויף אים קען מען אים נישט געבן מער וואג וויפיל ער האט באמת געהאט און פאר די וואס וועלן אויפשפרינגען זאגן וואס ברענגסטו א ראיה פון אים ער איז געווען א קאנטראווערסיאלע מענטש, זאג איך דאס טאקע גלייך. איך לייב אלע קארטן אןיפן טיש, און מאך אליין דעם באשלוס. מ'קען נאר נישט מאריך זיין. מ'וואלט אןיף יעדן עקסטערן געדארפט שרייבן א גאנצע מאמר, און עס זענען דא אין עברית אסאך. איך צייכן נאר אן ברמז.

איך פרוביר צו געבן פערספעקטיוו מיטן ברענגען די קעגנערס אויך בקיצור, אבער מיין סטארי איז נישט די פולע בילד, מיין מעשה איז די אנדערע זייט וואס מען וועט אייך נישט פארציילן אין חדר, די פארקערטע נאראטיוו. אויב אין שולחן ערוך ווערט פארדאמט די אנאנימע ספרי חשק גיב איך אייך זייער זייט, זייערע נעמען און פרטים פון זייער לעבן. זיי האבן עקזיסטירט און געשריבן די ספרים, און געהאלטן אז מען מעג און אז מען הערט דעם פערספעקטיוו פארשטייט מען בעסער דעם גאנצן עסק.

א מענטש וואס האט געהאט א חלק אין וויכטיגע ערפינדונגען וועל איך אויך דערמאנען צו ערגענצן דעם בילד, סוכ''ס נוצן מיר די נעמען זיך אויפצוטון מיט אונזער עם חכם ונבון איז דאך נישט מער ווי רעכט זיי צו האבן אין די דיסקוסיע, יוסף וויזינו באקומט אבער טאקע נישט דעם פאוקוס ווי זיין רבי זכותא וואס איז געווען א שיינער גאון און זיין ספר יוחסין ווערט אסאך באנוצט דורך גדולי ישראל. ער איז זאגאר א בעל מסי''נ צוויי מאל אנטלויפנדיג פון שפאניע און פארטוגאל. און אזוי יעדע זאך.

אלזא דו טענה'סט וועגן היינטיגע היסטאריע, דארף מען אויך נעמען אין באטראכט, ר' בנימין לאנדא איז א געוואלדיגע זאך א גדול בישראל און אנגענומענער דיין ואס קען חכמות חיצוניות, אפילו ר' אליעזר האגער וואס דרייט זיך מיט דאקטירים און עוסק ברפואה. משא''כ דר. ווערצבעגער פון קרית יואל איז סתם א דאקטער, הגם אויב ס'דא פלאץ קען מען דערמאנען אז סאטמאר רבי האט אים אויפגענומען מיט כרויס חביבות. וכדומה וכדומה. מען פאובירט אלעס אריינצושטעלן אין פערספעקטיוו וויפיל עס איז מעגליך, און די מקורות גיבן אונז אסאך מעגליכקייטן

לגבי די טענה אז דאס מאלט נישט אראפ די ריכטיגע בילד ביים המון עם, איז אמת אז דער ארטיקל איז געפאוקעסט אויף די גדולי ישראל און איז בעצם מער א טעזע ווי איידער א פשוטע היסטארישע באשרייבונג, עס וויל ארויסברענגען דעם היתר און נחיצות דערפון. מיט דעם אלעם קען מען באקומען א שטיקל בילד, אויב אין שפאניע זענען דא אזוי סאך דאקטוירים און דענקער ווייזט דאס אויפ'ן המון עם. אין אשכנז קען מען זיי טאקע ציילן אויפ'ן פינגער. אביסל פרוביר איך אויך אריינצווארפן שטיקלעך איבער בעקגראונד צו געבן א ברייטערן בליק.
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 1:17 am
האט שוין געלייקט: 224 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1185 מאל

הודעהדורך תחכמוני » זונטאג אפריל 05, 2020 2:10 am

עס דערקענט זיך די שעות פון ארבעט וואס זענען אריין אין דעם ארטיקל און דער חומר איז עד להפליא. ערלויב מיר אבער צו געבן א ביסל קאנסטראקטיווע קריטיק.

כמו שהוא לייענט זיך דער ארטיקל ווי אן ענציקלאפעדיע, א שטייגער ווי דעם בוך "ראשונים" פון ארטסקרול. עס באשרייבט אסאך מענטשן מיט קורצע אויסצוגן פון זייערע לעבן. אזא ארבעט איז גוט פאר א רעפערענס. ווען איינער וויל נאכקוקן איבער די מענטשן וואס האבן געלעבט אין א געוויסער תקופה, קען ער אריינבליקן אין אן ענציקלאפעדיע צו געפונען א ליסטע פון מענטשן, און אויב טרעפט ער א מענטש וואס פאראינטערעסירט אים דאן קען ער זוכן א צווייטן בוך צו פארברייטערן זיין פארש.

פאר אן ארטיקל מיט א ברייטערן אוידיענץ אבער וואלט איך פארגעשלאגן צו בלויז אויסקלייבן צוויי-דריי אינטערעסאנטע מענטשן פון יענע תקופה און זיי באשרייבן מיט א לענגס און א ברייטס - זייערע היסטאריע און די אינטערעסאנטע מעשיות וואס האט פאסירט מיט זיי. רוב מענטשן וואלטן געווען פיל מער אינטערעסירט צו לייענען א שיינע היסטארישע מעשה, ווי איידער צו לייענען א טרוקענע ליסטע פון נעמען און פאקטן. איך פארשטיי אז די צוויי פערספעקטיוון זענען אנדערש און אפשר זוכסטו דייקא יא צו שרייבן א קאמפרעהענסיוון אנציקלאפעדיע. הנראה לעניות דעתי כתבתי.
"It is error only, and not truth, that shrinks from inquiry"

Thomas Paine -
תחכמוני
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 93
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2013 8:06 am
האט שוין געלייקט: 81 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 283 מאל

הודעהדורך מיימון » זונטאג אפריל 05, 2020 2:41 am

א דאנק.

ווי געשריבן שוין עטליכע מאל איז דער סעריע בעיקר א אפענטפער קעגן די אלגעמיינע אנגענומענע נאראטיוו פון חכמות חיצוניות ביי כלל ישראל. איך זוך אויפצואווייזן אז נישט בלויז געציילטע יחידים יוצאים מן הכלל האבן דאס געלערנט און בלויז בדיעבד און half hearted נאר צענדליגער און הונדערטער באקאנטע און אנגענומענע גדולים פון אלע שיכטן און קרייזן אין יעדן תקופה און יעדן פלאץ. איך האב מתחילה געוואלט מאכן בלויז א טרוקענע ליסטע מיט נעמען און ספרים אן קיין היסטארישע בעקגראונד נאר שפעטער איז דאס אויסגעוואקסן צו דאס. דעריבער איז דאס יא אביסל א אנציקלופדיה פאר חכמות חיצוניות. געשריבן ספעציעל מיט'ן ציל צו אויפווייזן דעם היתר און מיט דעם אין מיינד געפאקוסט אויף רבנים און באקאנטע נעמען ווי מער. איך בעט טאקע כסדר יעדער זאל נאכקוקן מער, עס איז דא אזוי סאך אינטערעסאנטע אנעקדאטן, ציטאטן און אינפארמאציע אויף יעדן איטליכן איך קען פשוט נישטאנפולן דאס פלאץ פאר יעדן נאמען.

איך ביו נישט קיין מעשה דערציילער און אויב זוך איך צו באשרייבן איינעם האב איך גענוג וועם, איך זוך דא אראפצושטעלן אן ארגומענט וואס דאס שפיר איך איז זייער וויכטיג צו געבן קאנטעקסט אין די היינטיגע טעג. מענטשן קענען נישט קיין היסטאריע און הייבן נישט אן צו וויסן די אלע זאכן (איך אליין האב נישט געוואוסט גאר אסאך דערפון ביים אנהייבן) און פאלן פאר טעותים און פראפאגאנדע. וויסן די נעמען און פרטים וועט צוהעלפן ביי א ויכוח. כאטש טייל קען מען אוועקמאכן, אפווענדן, פארענטפערן, אבער דאן האלטן מיר שוין אויף אסאך א ווייטערן שטאפל ווי איידער'ן וויסן בכלל.
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 1:17 am
האט שוין געלייקט: 224 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1185 מאל


גיי צוריק דער וועקער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט