חכמות חיצוניות חלק ד': וועקער 16

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
האט שוין געלייקט: 298 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1512 מאל

חכמות חיצוניות חלק ד': וועקער 16

שליחה דורך מיימון »

א גוטן טייערע חברים. עס איז מיר א גרויס פארגעניגן צו האבן פאר אייך פארגעשטעלט אין די לעצטע תקופה פיר ארטיקלען פון דעם מאמר "חכמות חיצוניות אין די אידישע היסטאריע". פון איין זייט גלייבט זיך נישט אז פיר ארטיקלען זענען שוין געדרוקט געווארן, פון די אנדערע זייט איז א ווייטאג אז עס דויערט אזוי לאנג. דעם איצטיגן ארטיקל האב איך שוין געשריבן אזוי לאנג צוריק אז איך געדענק שוין נישט ווען. ווען ראובן האט עס מיר צוריקגעשיקט נאך הגהה האב איך שוין נישט געדענקט וואס איך האב געשריבן, און די קומענדיגע צוויי ארטיקלען זענען שוין אויך כמעט גרייט פאר גאר א לאנגע צייט, און ווערן נישט פערטיג פשוט ווייל עס איז נישט דא פארוואס. איך קלער אז מען דארף ווען מאכן א "קליינעם" וועקער פאר די צווישן תקופות ביז דער געהעריגער וועקער קומט ארויס. אפילו יעדן חודש ווי דער אריגינעלער פלאן פון אדנירם בערך א מיליאן יאר צוריק. מען קען דאס מאכן זייער פשוט, צוזאמנעמען עטליכע גוטע ארטיקלען, אלטע און נייע, און אויסשטעלן אויף א פי די עף שיין ראוי לקריאה און שוין. מען קען דארט אריינשטעלן הערות אויף ארטיקלען און דיסקוסיעס, א בחינה פון א קאווע שטיבל בדפוס. עס איז א שאד אז אלעס זאל פרירן פאר חדשים ביז דער וועקער גיט זיך א ריר. וויסן אז א ארטיקל וועט געליינט ווערן וועט געבן אינספיראציע צו שרייבן און מחדש זיין.

שוין, בנוגע צום ארטיקל האב איך באמערקט א וויכטיגן טעות אין א הערה, ר' יוסף טוב עלם בעל צפנת פענח איז נישט דער מחבר פון חסל סידור פסח, יענער האט געלעבט 300 יאר פריער און רש"י ברענגט אים נאך. די הערה איז פונעם רעדאקטאר און איז א טעות. א צווייטע פלאץ וואו דער עורך האט נישט גוט פארשטאנען איז ביים שטיקל וואס שטייט: "אזוי אויך זענען דא וואס זעען אין דעם א שטארקן דגוש אויף כסדרדיגע תשובה מיט סיגופים און תעניתים - א אפשפיגלונג פון די קריסטליכע רעליגיע" איז געשטאנען: אזוי אויך זענען דא וואס זעען אין דעם שטארקן דגוש אויף כסדרדיגע תשובה מיט סיגופים און תעניתים א אפשפיגלונג פון די קריסטליכע רעליגיע. וכוונתי אז אין ספר חסידים והרוקח זעט מען א שטארקן דגוש אויף תשובה, און יש אומרים אז דער מקור צו דעם איז פון די נוצרים וואו redemption איז א וויכטיגער חלק פון די רעליגיע וואס איז געבויט אויף די אמונה אין חטא קדמון פון אדם הראשון, און אז ישוע הנוצרי האט אויסגעלייזט די מענטשהייט במותו, דארט איז תשובה א שטארקער טייל פון דעם דת וי''א אז די אויפוואכונג צו תשובה פון די חסידי אשכנז (וואס האט אנגעהאלטן ביי אידן במשך אלע דורות פון דאן אין פארעם פון די מוסר ספרים, שפעטער דורך תיקוני תשובה און סיגופים וכו' ואכמ''ל) איז מקורו משם, ויש חולקין כמבואר במקורות שציינתי עיי''ש.

עס איז אינטערעסאנט אנצומערקן וואס דער מאירי שרייבט אין זיין הקדמה צום "חיבור התשובה" אז ער איז נתעורר געווארן צו שרייבן איבער תשובה נאכדעם וואס ער איז נתעורר געווארן דורך א קריסט איבער דעם וואס דער ענין פון תשובה איז נזנח ביי די אידן, דאס געהער שוין צו א אנדערע תקופה און פלאץ, און אין יענע תקופה (פון ה''א ביזן גירוש ספרד) זענען געווען אסאך השפעות ביי די אידן פון די קריסטליכע סקאלאסטישע פילאזאפן ווי עס וועט ווערן אביסל בארירט אין קומענדיגן קאפיטל. ר' חסדאי קרשקש דערמאנט אויך דעם קאנצעפט פון חטא קדמון און טייל ווילן דאס מייחס זיין צו קריסטליכע השפעות. יעצט אין די עשרת ימי תשובה איז אינטערעסאנט צו טראכטן דערוועגן.

אין דעם ארטיקל באריר איך דעם באקאנטן פולמוס הרמב"ם אויפן שפיץ גאפל, עס קען אפשר פילן ווי איך לאז די ליינער הענגען מיט האלבע אינפארמאציע, אבער די סיבה איז וויבאלד איך בין זייער ענג אין פלאץ, למען האמת וואלט מען געקענט (און מען האט פאקטיש אזוי געטון) שרייבן גאנצע ביכער איבער יעדע פאראגראף וואס איך דערמאן, מיין ציל איז צו דעקן די נושא פון יעדן וויכטיגן ווינקל און דעריבער מוז איך קארגן וויפיל פלאץ איך גיב אוועק פאר איין נושא, אפילו אויב ראובן וואלט מיר אוועקגעגעבן דעם גאנצן וועקער וואלט נאך געווען מיט וואס אנצופילן און נאך אלץ שרייבן נאר בקיצור נמרץ, יעדן ארטיקל מוז איך באשליסן ווער עס פאלט ארויס און ווער גייט אריין (צב"ש ביי די חכמי פרובינציה האב איך אויסגעלאזט דעם חכם ליאון יוסף מקראקסון א דאקטער און פילאזאף, לויט א מאמר פון גד פרוידנטל וואס איך לעצטנס געטראפן איז ער געווען פון די ערשטע אידישע סטודענטן אינעם אוניווערזיטעט אין מונטפלייר וואס איך האב דערמאנט). איך שטרענג זיך דעריבער אן צו שרייבן די נעמען פון די דערמאנטע חכמים מיטן אויסלייג וואס ווערט באנוצט דורך די אקאדעמיקער און שרייבער אין עברית און ענגליש כדי צו ערמעגליכן גרינגערהייט נאכצוזוכן מער פרטים איבער זיי דורך גוגל, און איך זאג אייך רבותי טוט עס! עס איז פארהאן אזויפיל אינטערעסאנטע זאכן איבער יעדן פון זיי, אפילו די וואס ווערן דערמאנט נאר בדרך העברה בעלמא.

בדרך כלל איז ביי מיר א חשיבות פון די ערשטע קלאס א גדול בתורה וואס איז באקאנט אלס זיין גדלות בתורה אפילו אויב ער האט נאר געהאט א שוואכן שייכות מיט חכמות חיצוניות איז דאס א שטארקן חשיבות פאר מיין טעזע, וואס איז אנצואווייזן אז ביי אסאך גדולי ישראל איז געווען א פאזיטיווע מיינונג דערויף, אנדערש ווי די אנגענומענע דעת הקהל היינט. אזוי אויך וועל איך שטארק הנאה האבן פון איינער וואס איז געווען באקאנט אין די וועלט ווצב"ש זיינע ביכער זענען געווארן איבער געטייטשט אדער א ערפינדער וכדומה. אדער א רופא המלך וכדומה. אזוי אויך האב איך מקדיש געווען אין דעם איצטיגן ארטיקל פלאץ פאר די "ראדיקאלע" עקסטרעמע ראציאנאליסטן כאטש זיי זענען נישט געווען רעלאטיוו אסאך, כדי צו באלאנסירן דאס בילד וואס טייל ווילן אראפלייגן כאילו עס זענען טאקע געווען געוויסע רבנים וואס האבן עוסק געווען בחכמות חיצוניות אבער זיי זענען געווען א שוואכע מינאריטעט און דער קאנצענזוס איז געווען דערקעגן. מיטן באטראכטן דעם גאנצן בילד שטעלט זיך ארויס אז כלל ישראל איז גאר קאלירפול און פארשידנארטיג מיט פארשידענע שטרעמונגען פון איין עקסטרעם ביזן אנדערן און עס איז פאלש אפצומאלן א גלאטן פאראייניגטן בילד אויף קיין שום זייט.

נאך א הערה וואס איך האב. דער ערשטער אונטער קעפל ליינט זיך "די רעאקציע צו חכמות בחיי הרמב"ם" אריגינעל איז געשטאנען התגובה בחיי הרמב"ם וכוונתי די רעאקציע צום רמב"ם וספריו. דער ארטיקל איז במקור געשריבן געווארן אינאיינעם מיטן פריערדיגן ארטיקל און דארף זיך ליינען ווי א המשך ווען די ספרי הרמב"ם האבן געגרייכט אייראפע און צושפרייט געווארן דורך דעם תרגום פון ר''ש תיבון. דערנאך קומט די רעאקציע וואס איז איינגעטיילט אין חלקים, דער שטורעם בחייו, דער גרויסער פולמוס פון רבינו יונה, די קלענערע פולמוסים דערנאך.

עס איז איבריג צו דערמאנען אז די אלע קליינע הערות ווייזן נאר אויפן גרויסן בילד, אויסער די קלייניגקייטן האט [tag]אבטולמוס[/tag] אראפגעלייגט א מאסיווע ארבעט ארויפצוברענגען דעם ארטיקל צו א הערליכן פארנעם, שוין אפגערעדט פון די בילדער וואס איז אינגאנצן זיין ארבעט. ווען איר ליינט און האט הנאה פון דער וועקער געדענקט אז אונטער "יעדן" ארטיקל שטייען דער שרייבער דערפון און אינאיינעם מיט אים ידידינו דער חשובער אימערמידליכער רעדאקטאר.

אויב איר האט הערות ביטע לאזט אייך הערן און איך וועל פרובירן צו ענטפערן ווען עס וועט זיין צייט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום מיימון, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר