ברעיקינג: KDP קען שוין דרוקן ביכער אין אידיש און לשה"ק

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דער וועקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 343
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 5:51 pm
האט שוין געלייקט: 211 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

ברעיקינג: KDP קען שוין דרוקן ביכער אין אידיש און לשה"ק

שליחה דורך דער וועקער »

עס איז נאכנישט דורך א יאר זינט די רעדאקציע פונעם "וועקער" האט זיך ארויסגעלאזט אין א קאמפיין צו בעטן די KDP פירמע (וואס באלאנגט פאר עמעזאן) אז מ'זאל ערלויבן דאס דרוקן ביכער געשריבן אין אידיש (און לשה"ק), און היינט איז געקומען די פריידיגע בשורה אז אידיש און היברו זענען צוגעלייגט געווארן צו די ערלויבטע שפראכן צו דרוקן ביכער.

דאס וועט העלפן די רעדאקציע פונעם וועקער צוריקגיין צום דעם פריערדיגן פרינט-קוואליטעט, און וועט אונז אויך פארגרינגערן דאס דרוקן און דיסטריביושאן. דאס איז אויך א בשורה טובה פאר יעדן וואס וויל גרינג און צוטריטליך דרוקן א ספר אדער בוך אין אידיש אדער לשה"ק.

עס איז דא דאס פלאץ נאכאמאל צו דאנקען פאר אונזערע לייענער און שטיצער וועלכע האבן געשיקט הונדערטער בריוו פאר עמעזאן, וואס האט גאנץ זיכער געברענגט אז KDP זאל זיך צויאגן מיט'ן ערלויבן אונזערע שפראכן.
בייגעלייגטע פיילס
EJXc-LUX0AYRmaj.png

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר