אך טו"ב לישראל! "וועקער" #17 -- ניסן-אייר תש"פ

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען

אך טו"ב לישראל! "וועקער" #17 -- ניסן-אייר תש"פ

הודעהדורך דער וועקער » דאנערשטאג מערץ 19, 2020 9:19 pm

דער וועקער נומער 17 לכבוד פסח תש"פ וועט אי"ה ערשיינען קומענדיגע וואך, אנגעפאקט מיט דער שענסטער חומר וואס איר האט נאר אמאל געזען אין אידיש.

צווישן אנדערע האבן זיך משתתף געווען:
@ונבנתה העיר
@כוכב
@לאשיצער
@מאך זיכער
@מיימון
@עקפערימענטירער
@פיקאסא
@פראפעסאר
@פרייוויליג
@קאווע קריטיק
@קאך_לעפל
@קטלא קניא
@ראובן
@רויטע וואנצעס
@שלום בערגער
און נאך פיל...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך דער וועקער אום דאנערשטאג מערץ 19, 2020 11:09 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דער וועקער פון פסח תש"פ איז שוין דא!
https://www.amazon.com/dp/B0863RTDHW/
באניצער אוואטאר
דער וועקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 236
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 794 מאל

הודעהדורך כוכב » דאנערשטאג מערץ 19, 2020 10:46 pm

איינער טעגט מיך דא און שיקט מיך מעסעדזשעס אזוי אינמיטן די קאראנע פרענזי כאילו כ'וואלט געווען זיין חבר, האלא, איך בין געגאנגען מיט דיר אין חדר צי וואס? איך קען דיר פון ערגעץ? דו האלטעך מיט דיינע טעגס און איך העל מיך האלטן מיט מיינע טעגס, עניוועיס, דו האסט בכלל געוואשן דיינע הענט?

קיצור המעשה, מ'קען מיינען כ'בין דא א הויפט מחותן אבער כ'האב יא געגעבן אומגעבעטענע עצות און אריינגעשטיפט די נאניע ווי טיפער אין טאביק פושקעלע ממילא בין איך א שטיקל קרוב וואס מעג קומען דא צו דער חתונה.

איז אזויפיל קען איך אייך זאגן, חברה חברה, וועיק אפ ענד סמעל די קאפי, כ'ווייס ס'גייט זיך הערן קארני און נאכאמאל ווי כוכב וויל אווערפראמיסען, אבער ס'קומט א וועקער וואס כמוה לא נהיה!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

רייך, פראוואקראצעריש, באלערנד, טיף, הארצרייסנד, חומר למחשבה, סקופס, אויגן עפענערס, טראלערייען, קונסט שטיקעס, היסטאריע, תורה, שפיצלעך, אלץ אלץ, און כ'רעדט שוין נישט פון דעם אויסוואל נאר פון דעם ניווא, מ'קען זאגן אז יעדן איינציגן ארטיקל איז פון ניו יארקער מאגאזין קאליבער, פון העכסטן שטייסל אין זשורנאליזם און ליטעראטור, כ'ווייס אפילו נישט צי דער דעקל קען ריכטיג אילוסטרירן איר רייכן געהאלט און דאס וועט מען דארפן פארזוכן און דורכבלעטערן צו עומד זיין אויף דעם אוצר הגדול.

איי האב איך דיר שוין געזאגט פאריגעס מאל די זעלבע זאך, אייך כ'האב שוין כמה פעמים געזאגט אז די קומענדיגע וועקער איז איינס און אזעלכעס, זאגט דאך שוין דער רבי ר' זושא אז כ'האב עס דעמאלט געמיינט אמת'דיג און יעצט מיין איך עס נאכאמאל אמת'דיג, וועקער ווייסט נאר דעם וועג ארויף.

כ'האב פונקט גערעדט מיט ראובנ'ען אז איך ווייס נישט צי דער דור איז ראוי פאר'ן קומענדיגן וועקער און צי ס'איז דא גענוג א גרויסע אוידיענץ לויט די כוחות, די הויכע קוואליטעט סחורה און מאסיווע ארבעט ס'איז אריינגעגאנגען. כ'האב געזאגט פאר ראובנ'ען אז וועקער ווערט געשריבן פאר דער היסטאריע, פאר'ן צוקונפט, ווען חוקרי הדורות וועלן זיך שטיין און וואונדערן אויף דעם אומגלויבליכן וועקער פענאמען און וועלן נישט קענען מאכן סענס דערפון און זען וויאזוי עס טרעפט זיין פלאץ אין גאנצן חרדישן פאזל.

אלנפאלס, כ'וועל אייך זאגן דעם אמת די כוונה פון מיין מעסעדזש, איך פיל באמת אז דער חומר פון קומענדיגן וועקער פאדערט אנערקענונג, מ'קען עס נישט אזוי ערווארטן בדרך אגב, און עס נעמען פאר גרענטעד, די עמל און בלוט פון די ארויסגעבער וועלכער האבן ממש אוועקגעגעבן דעם דם התמצית דערפאר פאר חדשים לאנג דארף ארויסגעהויבן ווערן, אפלאדירט ווערן, אפרישיעטעד ווערן מיט די העכסטע טענער. אונטער יעדן קעפשאן און אונטער יעדן בילדל ליגט בלוט און שווייס, גארנישט פאלט נישט פון ארבל, כאשר עיניכם תחזינה מישירים.

ממילא, בעט איך אייך מיינע טייערע ברידער אין אמעריקע, דאס מוז מען ענטפאנגען מיט א הכנסת ספר תורה טראק ווי א חתן וואס האט חתונה די טעג אין פלעטבוש, יעדער זאל ארויסלייגן א ספיקער פארנט פון זיין הויז און שיקן א קליפ צו מלך הדרייווערס, כ'וויל יעדער זאל זיך בוקמארקן דעם אשכול און געדענקען צו קויפן ווי נאר ס'קומט ארויס, רעדן פון די טעמעס און די ארטיקלען אין די פאלישער (אוי אלעס איז פארשפארט) און די ווירטועלע וואטסעפפ בתי מדרשים, שיק איינס פאר דיין חבר וואס איז אין איזאלירונג אדער סתם אזוי ארבעטס לאז, לאז איינס איבער ביי דיין טאטן אינדערהיים ווי די משפחה דרייט זיך נאך אביסל, זע אז דער וועקער אור זאל נישט זיין גנוז נאר זאל ארויסגיין וווי ווייטער און ווי ברייטער ומלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2534
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 5357 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7202 מאל

הודעהדורך קאווע קריטיק » דאנערשטאג מערץ 19, 2020 10:51 pm

פון @קאווע קריטיק האט מען פארגעסן. אבער אויך איך האב ב"ה זיך משתתף געווען מיט אן ארטיקל לכבוד דעם וועקער.
קאווע קריטיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 8:10 pm
האט שוין געלייקט: 139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 270 מאל

הודעהדורך כוכב » דאנערשטאג מערץ 19, 2020 11:13 pm

אויך וויל איך דערמאנען לטובה די וואן ענד אנלי @פיקאסא וואס מאכט די גראפיקס מיט אזויפיל טאלאנט, הארץ און נשמה.
ווען מ'זעט די געענדיגטע פראדוקט קען מען זיך ניטאמאל חלומ'ען וויפיל פלאג איז אריינגעגאנגען אין יעדן עלעמענט, אין יעדן שטיקל ארט, אבער ווען מ'דרייט זיך בעקסטעידזש קען מען פשוט נישט גלייבן אז ס'איז דא אזעלכע מסירת נפש מענטשן למען הציבור און מיטצוהאלטן די געטריישאפט פון פיקאסא איז פשוט אן אינספיראציע. ס'איז דא שטיקלעך גראפיקס וואס גייען דורך "צענדליגער" ווערסיעס בלי גוזמא ביז מ'קומט אן צום שענסטן און בעסטן.
גאטס אלע א סטענדיג אוועישאן פאר אונזער באליבטן מייסטער ארטיסט.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2534
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 5357 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7202 מאל

הודעהדורך רימון » פרייטאג מערץ 20, 2020 9:42 am

אדאנק אייך אלע כותבים, עורכים און מגיהים. די בשורה טובה איבער דעם נייעם וועקער דערפרייט מיין הארץ. ביי מיר איז דער וועקער א טייל פון דער הבטחה פון שלא תשכח מפי זרעו און עס איז מיר פערזענליך מחזק אין מיין אידישקייט און עבודת ה'.

כ'זע דא אויבן אויף דער ליסטע דער נאמען פון @עקפערימענטירער... בין איך שוין נייגעריג וואס דער צדיקל האט ווידעראמאל אנגעדרייט. פאר ווער ס'געדענקט. ס'לעצטע מאל דער איד האט זיך געלאזט הערן האט דער אינטערנעט עקספלאדירט און קאווע שטיבל האט געבראכן סיי וועלכן באזוכן רעקארד פון פריער.
רימון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 256
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1114 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 711 מאל

Re: אך טו"ב לישראל! "וועקער" #17 וועט אי"ה ערשיינען בקרוב

הודעהדורך אמת וצדק » פרייטאג מערץ 20, 2020 11:18 am

ברוך השם עס דערפרייעט דאס הארץ אז די וועקער גייט אן ביתר שאת וביתר עוז!


Sent from my iPhone using Tapatalk
אמת מארץ תצמח וצדק משמים נשקף
הגדה של פסח ״מדרש הגדה״ ווער איז די מחבר
באניצער אוואטאר
אמת וצדק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 75
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 4:28 pm
האט שוין געלייקט: 260 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 163 מאל

Re: אך טו"ב לישראל! "וועקער" #17 וועט אי"ה ערשיינען בקרוב

הודעהדורך נעגעל וואסער » פרייטאג מערץ 20, 2020 11:42 am

געוואלדיגע נייעס! חזקה על ראובן צו דערליווערן אזוי ווי שטענדיג. בפרט אין די טעג ווען אזוי פיל יודן זיצן אין שטוב, וועט דאס זיי דערלייכטן אויף א פארנעם ווי קיינמאל פריער. א דאנק פאר אלע עוסקים במלאכת הקודש.

Sent from my SAMSUNG-SM-G930A using Tapatalk
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:44 pm
האט שוין געלייקט: 1703 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 751 מאל

Re: אך טו"ב לישראל! "וועקער" #17 וועט אי"ה ערשיינען בקרוב

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » פרייטאג מערץ 20, 2020 12:11 pm

כ'האב שוין אן אלטן כלל, ווען @ראובן איז שטיל מיינט אז ס'קומט א גוטס! און כ'בין נאך אייביג גערעכט געווען דערמיט
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 827
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 3981 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1531 מאל

הודעהדורך מ גפני » פרייטאג מערץ 20, 2020 12:30 pm

וועט זיין צובאקומען אויף עמעזאן?
באניצער אוואטאר
מ גפני
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 978
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1191 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 464 מאל

הודעהדורך דער וועקער » פרייטאג מערץ 20, 2020 12:37 pm

יא, אי"ה.
דער וועקער פון פסח תש"פ איז שוין דא!
https://www.amazon.com/dp/B0863RTDHW/
באניצער אוואטאר
דער וועקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 236
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 794 מאל

Re: אך טו"ב לישראל! "וועקער" #17 וועט אי"ה ערשיינען בקרוב

הודעהדורך חוקר ודורש » פרייטאג מערץ 20, 2020 1:00 pm

וועלן מיר נאך זוכה זיין פאר שבת צו זעהן א בילד פונעם דעקל?


Sent from my iPhone using Tapatalk
שוב יום אחד לפני מיתתך
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 4:01 pm
האט שוין געלייקט: 810 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 336 מאל

הודעהדורך כוכב » פרייטאג מערץ 20, 2020 1:52 pm

א שטיקל אריינבליק אין וועקער החדש המשמש ובא לשמחת לב כל בית ישראל וכל אשר דת ישראל נוגע ללבבו:

דריי קאווער סטאריס. יעדע איינס פון זיי אינטערוויוס מיט פערזענליכקייטן איבער אנדערע נושאים. איינס איז א ליטערארישע שמועס מיט אינטערוויוס מיט צוויי פערזענליכקייטן; צוויי איז א סאציאלאגישע שמועס וואס דעקט א געוויסע קאנטראווערסיע און אן אריינקריכונג תוך תוך פון חרדישן לעבן; דריי איז א דראמאטישע שמועס איבער אן אנגייענדע געשיכטע וואס האלט די חרדישע וועלט געשפאנט. יעדע איינס פון די דריי ארטיקלען וואלט קובע געווען ברכה לעצמו.

ברייטע דעקונג אויף קאראנע דורך דאקטאר שלום בערגער און מלך הכותבים בדורינו קטלא קניא.

דריי נייע קאלומס וואס דעקן אנדערע טעמעס.

א רייכער היסטארישער אפהאנדלונג פון הלל בן שחר ווי נאר ער קען.

חומר למחשבה פון אליהו אדמדם ווי נאר ער קען.

א שפראך ארטיקל פון פראפעסאר אייזיק בלימאן

א היסטארישע אפהאנדלונג אויף חסידות פון פראפעסאר לואיס.

אן אומגלויבליכע אפהאנדלונג און עקספערימענט איבער אונזער היימישער פרעסע דורך די וואן ענד אנלי עקפערימענטירער.

א פערזענליכע געשיכטע פון פארגוואלטונג און פארשטימונג דורך די קאמיוניטי.

צוויי גאונישע ארטיקלען פון מיימון.

צוויי רעצענזיעס אויף היימישע קונסט און ליטעראטור.

אן אפהאנדלונג אויף דעם כח היחיד באוועגונג.

דעקונג אויף פרשת ר' שמואל ניימאן.

בליצן, מאזאאיק, פאעזיע, און נאך, און נאך.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2534
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 5357 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7202 מאל

הודעהדורך לבי ובשרי » זונטאג מערץ 22, 2020 5:03 am

בלי שום ספק טוט דער בשורה טובה אונזער דערפרייען ביים הארצן.

איין זאך נאר, באגאאבטער גראפיקער @פיקאסא, אויב ווילסטו מיר פאלגן, איך בעט איידל: די פילע בריוו וואס ווערן געדרוקט אין וועקער זענען זייער באלערנד, און עס עגבערט מיר פארוואס אלעמאל זענען די בריוון אזוי צעשטופט מיט פיצעלע אותיות און קוים ריווח צווישן די שורות.
עס איז ממש א שאד אז די בריוו זאלן האבן אזא פנים. נעם ביטע שיין ערלויבעניש פון די באאערדע און זיי מקדיש נאך א בלאט צוויי פאר די בריוון עס זאל זיין שיין אויסגעלייגט און בא'טעמ'ט צום ליינען.

ווי אלל עפרישיעט יור גוד ווארק.

און יישר כח @דער וועקער פאר די אך טוב לישראל'דיקע בשורה טובה, און ביטע אויב מעגליך, א בערך'דיקער דאטום ווען עס איז צום ערווארטן דער ערשיינונג פונעם זיבעצנטן וועקער.
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
לבי ובשרי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 563
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 11:02 pm
האט שוין געלייקט: 386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 249 מאל

הודעהדורך דער וועקער » זונטאג מערץ 22, 2020 2:07 pm

לבי ובשרי האט געשריבן:און יישר כח @דער וועקער פאר די אך טוב לישראל'דיקע בשורה טובה, און ביטע אויב מעגליך, א בערך'דיקער דאטום ווען עס איז צום ערווארטן דער ערשיינונג פונעם זיבעצנטן וועקער.

מיר האפן נאך מארגן, מעגליך דינסטאג.
דער וועקער פון פסח תש"פ איז שוין דא!
https://www.amazon.com/dp/B0863RTDHW/
באניצער אוואטאר
דער וועקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 236
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 794 מאל

הודעהדורך דער וועקער » זונטאג מערץ 22, 2020 2:09 pm

זיי דער ערשטער צו זען דעם דעקל פונעם נייעם וועקער. סיינט דיך ארויף אויף אונזער טעלעגראם טשענעל:
https://t.me/derveker
דער וועקער פון פסח תש"פ איז שוין דא!
https://www.amazon.com/dp/B0863RTDHW/
באניצער אוואטאר
דער וועקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 236
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 794 מאל

הודעהדורך אספקלריה » זונטאג מערץ 22, 2020 2:57 pm

H
אספקלריה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 181
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 10:21 am
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 245 מאל

הודעהדורך דער וועקער » זונטאג מערץ 22, 2020 4:06 pm

דער וועקער, פסח תש"פ
בייגעלייגטע פיילס
Cover 17.jpg
דער וועקער פון פסח תש"פ איז שוין דא!
https://www.amazon.com/dp/B0863RTDHW/
באניצער אוואטאר
דער וועקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 236
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 794 מאל

הודעהדורך דער וועקער » זונטאג מערץ 22, 2020 4:45 pm

דער וועקער איז דא צו באקומען!
לויפט און קויפט!

https://www.amazon.com/dp/B0863RTDHW/
דער וועקער פון פסח תש"פ איז שוין דא!
https://www.amazon.com/dp/B0863RTDHW/
באניצער אוואטאר
דער וועקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 236
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 794 מאל

הודעהדורך רימון » זונטאג מערץ 22, 2020 4:47 pm

זייער א שיינער קאווער און זעט אויס ווי הערליכע ארטיקלען.
יעצט ווען מיר זיצן ליידער כלוי בבית אינאיינעם מיט גאנץ כלל ישראל, וועט זיך גרינגער טרייבערן די צייט.
רימון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 256
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1114 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 711 מאל

הודעהדורך לבי ובשרי » זונטאג מערץ 22, 2020 5:01 pm

דער וועקער האט געשריבן:דער וועקער איז דא צו באקומען!
לויפט און קויפט!

https://www.amazon.com/dp/B0863RTDHW/

שטייט אז ס'וועט ערשט אנקומען פרייטאג
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
לבי ובשרי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 563
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 11:02 pm
האט שוין געלייקט: 386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 249 מאל

Re: אך טו"ב לישראל! "וועקער" #17 וועט אי"ה ערשיינען בקרוב

הודעהדורך מי אני » זונטאג מערץ 22, 2020 5:57 pm

נעגעל וואסער האט געשריבן:געוואלדיגע נייעס! חזקה על ראובן צו דערליווערן אזוי ווי שטענדיג. בפרט אין די טעג ווען אזוי פיל יודן זיצן אין שטוב, וועט דאס זיי דערלייכטן אויף א פארנעם ווי קיינמאל פריער. א דאנק פאר אלע עוסקים במלאכת הקודש.

Sent from my SAMSUNG-SM-G930A using Tapatalk
״וועקער״ גימטריא ״לקאָראָנע״.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1401
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6593 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1042 מאל

Re: אך טו"ב לישראל! "וועקער" #17 וועט אי"ה ערשיינען בקרוב

הודעהדורך מארמאראשער » זונטאג מערץ 22, 2020 6:03 pm

אויף amazon.ca שרייבן זיי עסטימעט דעליווערי אפריל 22 קען מיר איינער העלפן עס נאך צו האבן אויף פסח?

Sent from my SM-G1650 using Tapatalk
מארמאראשער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 82
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 4:35 am
האט שוין געלייקט: 134 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

הודעהדורך דער וועקער » זונטאג מערץ 22, 2020 6:07 pm

מארמאראשער האט געשריבן:אויף amazon.ca שרייבן זיי עסטימעט דעליווערי אפריל 22 קען מיר איינער העלפן עס נאך צו האבן אויף פסח?

Sent from my SM-G1650 using Tapatalk

עס וועט לכאורה זיין היבש פריער. עס נעמט עטליכע טעג ביז עמעזאן אינדרויסן פון אמעריקע באקומט דעם ריכטיגן דעליווערי דאטום.
דער וועקער פון פסח תש"פ איז שוין דא!
https://www.amazon.com/dp/B0863RTDHW/
באניצער אוואטאר
דער וועקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 236
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 794 מאל

Re: אך טו"ב לישראל! "וועקער" #17 וועט אי"ה ערשיינען בקרוב

הודעהדורך גמליאל » זונטאג מערץ 22, 2020 8:13 pm

וועט מען עס דאסמאל אויך קענען קויפן אין די היימישע געגנטער, אדער צוליב די קאראנא קריזיס וועט מען דאס בלויז קענען קויפן אויף עמעזאן?
גמליאל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 27
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 5:13 pm
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

הודעהדורך דער וועקער » מאנטאג מערץ 23, 2020 10:51 am

.
בייגעלייגטע פיילס
IMG_20200323_105121_484.jpg
IMG_20200323_105123_838.jpg
דער וועקער פון פסח תש"פ איז שוין דא!
https://www.amazon.com/dp/B0863RTDHW/
באניצער אוואטאר
דער וועקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 236
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 794 מאל

נעקסט

גיי צוריק דער וועקער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Majestic-12 [Bot] און 3 געסט