מי אני האט געשריבן:ולגופו של ענין קען מען אפשר זאגן אז לכאורה די ענליכע פחד וואס האט געטריבען רעגירונגען (בכלל, וטראמפ בפרט) אנצונעמען זיכערהייטס מאסנאמען נאר אין די לעצטע מינוט (ווען עס איז אפשר שוין אפילו געווען צו שפעט), דאס האט אויך געטריבען די רביס וכו׳ זיך נישט אזוי זיך צו טוהן צו מאכן און דאס אננעמען ערענסט. דהיינו, מ׳קען טענה׳ן אז די רעגירונגען האבן זיך נישט געוואלט אזוי צו טוהן מאכן דערפון ביז ס׳האט זיי געפאטשט אין פנים, מכח דאס פחד פון צושטערן דעם סאציאלן סדר און די (בעיקר עקאנאמישע) שטארקע נאכווייען דערפון. ענליך קען מען זאגן איז געווען די (נישט בארעכטיגטע) געדאנקענגאנג פון די רבנים. זיי האבן נישט געוואלט צושטערן די סאציאלן ארדער פון חרדים, וואס איז געקניפט און געבינדן מיט גאר נאנטע סאציאלע באציאונגן (וממילא קאנפארמיטי וכל המסתעף וכו׳). זיי ווילן דאס נישט צושטערן, ווייל מ׳האט מורא פאר די נאכווייען וואס קענען ארויסקומען דערפון פונ׳ם צושטערטן חרדי׳שן סאציאלע ארדער [ווייל מ׳קען טענה׳ן אז חרדי׳שקייט קען נאר האבן א קיום דורך סאציאלע נאָרמס מאָרס וכו׳, מער ווי סתם א סאסייעטי, וכבר נשנית הרבה פעמים בהשטיבל], ביז זיי זענען ממש געצוואונגן דערצו.
והאיש משה האט געשריבן:
און דאס וויל איך צולייגן אלס תוספת נקודה (וואס בעצם האסטו נאך נישט געקענט האבן געשריבן און דעם דאטום פון דיין ארטיקל יום ב' ויק"פ) צו די טענה היתכן פארוואס זענען די מנהיגים אליין נישט פארנומען צו ווארענען פארוואס זעט מען נישט קיין בילדער אז זיי דאווענען ביחידות אא"וו, פארשטיי איך אויך נישט פארוואס הערט מען נישט פון זיי גארנישט קיין חיזוק? פארוואס שיקן זיי נישט ארויס טעגליך קיין קליפס פון חיזוק אדער עכ"פ אויף א טעלעפאן ליין, דערעוילעם איז צושמעטערט, מענטשן זיינען צוקנאקט און צובראכן צו מכח געזונט אדער פרנסה און מ'זיצט אינדערהיים מיט אלע קינדער, אבער די אלע האבן איינגענומען א מין שטילקייט שא שטיל מ'הערט מער נישט פון זיי, האבן זיי שוין געעפנט קרנות פאר משפחות וואס האבן נישט? רופן זיי אהן די צובראכענע משפחות? רעדן זיי צום ציבור מ'זאל זיך מחזק זיין? ווי און אויף וועם האבן זיי אונז איבערגעלאזט??? זיי האבן זייער מקוואות און מנינים אין דערהיים ואני את נפשי הצלתי און דער עולם זאל זיך אויפהענגען... דאס דערמאנט כנ"ל אביסל ביים קריג, פארדעם עה בעזהי"ת וועט נישט שאטן פאר קיין שום יוד, און אלעס וועט זיין און דערארדענונג און פלוצלינג ווען די צרה איז דא, ששש שא שטיל, והוא רחום יכפר.
ווי קען מען ליינען מער וועגן די אויפפירונג פון די אזויגערופענע מנהיגים געפארן קריג?????קטלא קניא האט געשריבן:והאיש, איר זענען גערעכט מיט יעדער ווארט. איך האב מיך איינגעהאלטן מיט קייטן צו מאכן א פארגלייך מיט די רבי'ס פאר דער שואה אבער ס'שרייט ארויס פון יעדן פרישן קבר און פון דער קדיש פון יעדן פרישן יתום. אומגלויבליך און שוידערליך.
פאליטיקאנט האט געשריבן:ווי קען מען ליינען מער וועגן די אויפפירונג פון די אזויגערופענע מנהיגים געפארן קריג?????קטלא קניא האט געשריבן:והאיש, איר זענען גערעכט מיט יעדער ווארט. איך האב מיך איינגעהאלטן מיט קייטן צו מאכן א פארגלייך מיט די רבי'ס פאר דער שואה אבער ס'שרייט ארויס פון יעדן פרישן קבר און פון דער קדיש פון יעדן פרישן יתום. אומגלויבליך און שוידערליך.
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט