בלאט 1 פון 1

שיקט א "וועקער" פאר אייער טאטן אדער זיידן - אומזיסט!

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2020 4:31 pm
דורך דער וועקער
אין ליכט פון דעם יעצטיגן מצב וואס מ'איז כלוא בבית זיך צו שיצן פון קאראנא, וואס בפרט איז דאס שווער פאר די עלטערע פון העכער 60 וועלכע קענען ניטאמאל האבן באזוכער, האט א חשוב'ער נדבן באוויליגט צו שיקן א וועקער פאר אידן וואס זענען העכער 60 און וועלן הנאה האבן פון לייענען די הערליכע אקטועלע ארטיקלען.

אז איר האלט אז ער וועט הנאה האבן פונעם "וועקער", שיקט אונז אריין דא אין אישי דעם נאמען און פולן אדרעס פון אייער טאטן / זיידן / באבן / מומע / חבר / וואס איז העכער די 60 (אדער אפילו אייך אליין אויב זענט איר אין דעם יארגאנג), און מיר וועלן אפשיקן א וועקער גענצליך אומזיסט!

דער נאמען און אדרעס זאל זיין גענוי ווי עס ערשיינט אין דעם "ביזנעס דירעקטארי" טעלעפאן בוך.

איר קענט אויך אריינשיקן די אינפארמאציע אויף אונזער אימעיל אדרעס vekerjournal@gmail.com.



לע"נ פייגא רחל בת ר' פינחס ע"ה
*limited supply