בלאט 1 פון 1

שיקט א "וועקער" פאר אייער טאטן אדער זיידן - אומזיסט!

הודעהפורסם: דינסטאג מערץ 24, 2020 4:31 pm
דורך דער וועקער
אין ליכט פון דעם יעצטיגן מצב וואס מ'איז כלוא בבית זיך צו שיצן פון קאראנא, וואס בפרט איז דאס שווער פאר די עלטערע פון העכער 60 וועלכע קענען ניטאמאל האבן באזוכער, האט א חשוב'ער נדבן באוויליגט צו שיקן א וועקער פאר אידן וואס זענען העכער 60 און וועלן הנאה האבן פון לייענען די הערליכע אקטועלע ארטיקלען.

אז איר האלט אז ער וועט הנאה האבן פונעם "וועקער", שיקט אונז אריין דא אין אישי דעם נאמען און פולן אדרעס פון אייער טאטן / זיידן / באבן / מומע / חבר / וואס איז העכער די 60 (אדער אפילו אייך אליין אויב זענט איר אין דעם יארגאנג), און מיר וועלן אפשיקן א וועקער גענצליך אומזיסט!

דער נאמען און אדרעס זאל זיין גענוי ווי עס ערשיינט אין דעם "ביזנעס דירעקטארי" טעלעפאן בוך.

איר קענט אויך אריינשיקן די אינפארמאציע אויף אונזער אימעיל אדרעס vekerjournal@gmail.com.



לע"נ פייגא רחל בת ר' פינחס ע"ה
*limited supply

הודעהפורסם: דינסטאג מערץ 24, 2020 5:09 pm
דורך ליפא
נישט מקנא די נשמה פון פיגא רחל...

Re: שיקט א "וועקער" פאר אייער טאטן אדער זיידן - אומזיסט!

הודעהפורסם: דינסטאג מערץ 24, 2020 7:37 pm
דורך מי אני
ליפא האט געשריבן:נישט מקנא די נשמה פון פיגא רחל...
פארקערט. ס׳איז דאך ידוע אז שיטתם של הרמב״ם והרלב״ג ועוד ראשונים (האריסטוטליים) בהישארת הנפש לאחר המות איז אז דאס איז תלוי אין די חכמה ומושכלות וואס די שכל האט קונה געווען בחיותה, וואס דאדורך קען עס זיך מתדבק זיין אינ׳ם שכל הפועל. יעצט, אזא אויסגאבע ווי דער וועקער איז בפרט נוגע לענין קנין חכמה ומושכלות אמתיות, ובפרט בשילוב תורה ומדע. נו, האט עס דאך זיכער א שייכות צו עליית נשמה.

פארשטייט זיך אז אין די נושא פון טוהן עפעס ״לעילוי נשמת״ איז מן הראוי לציין צו סליפקין׳ס שיעור אין די נושא.

הודעהפורסם: דינסטאג מערץ 24, 2020 8:51 pm
דורך דער וועקער
מיר האבן שוין ארויסגעשיקט 30 וועקערס צו אידן בני שישים. כאפט אריין ווי לאנג עס איז נאך דא!

געדענקט דריי תנאים:
1. זעכציג און העכער;
2. א איד וואס וועט הנאה האבן דערפון;
3. שיק אריין דעם נאמען און אדרעס גענוי ווי עס ערשיינט אינעם "ביזנעס דירעקטארי".

הודעהפורסם: מיטוואך מערץ 25, 2020 8:34 am
דורך דער וועקער
55 וועקערס פאר בני שישים ולמעלה ארויסגעשיקט. מיר וועלן גיין ביז 100.

הודעהפורסם: מיטוואך מערץ 25, 2020 5:24 pm
דורך דער וועקער
88 וועקערס געשיקט פאר בני שישים.
נאך 12 געבליבן. כאפט אריין!

Re: שיקט א "וועקער" פאר אייער טאטן אדער זיידן - אומזיסט!

הודעהפורסם: מיטוואך מערץ 25, 2020 5:33 pm
דורך צפור בודד
ענגלאנד אויך?

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

הודעהפורסם: מיטוואך מערץ 25, 2020 5:42 pm
דורך דער וועקער
נאר די פאראייניגטע שטאטן.

הודעהפורסם: דאנערשטאג מערץ 26, 2020 10:40 am
דורך 1111
ווי קען מען עס קויפט לאקאל ?

הודעהפורסם: דאנערשטאג מערץ 26, 2020 11:37 am
דורך דער וועקער
מיר האבן ארויסגעשיקט 100 קאפיעס ועוד אחד פאר אידן בני שישים ולמעלה. א גרויסן דאנק פאר'ן טייערן נדבן וואס האט דאס ערמעגליכט.