ארעלע ווישוואנאט איז א פרומער יונגערמאן, א בן תורה, וועלכער וואוינט אין וואשינגטאן הייטס, וועלכער האט עפ"י עצת זיין אשת חיל מחליט געווען איבערצוזעצן דעם ערשטן בוך פון הערי פאטער.
דער וועקער איז דא צו ברענגען חומר וואס איז פארקערט פון דעם "קלישעי", מיר זענען דא צו געבן אמת'ע חידושים וועלכע איר קענט נישט געפונען ערגעץ אנדערש. און איך קלער אז ווישוואנאט האט דעליווערט אן ארטיקל וואס איז מלא וגדוש מיט חידושים, פערל-ווערטער פאר יעדן פרומען איד, וועלכער האט ליב צו הערן און שמעקן פון אנדערע חלקים פון דער וועלט, און איבער דעם לעבן און מאטיוואציעס פון אנדערע פרומע אידן.
אפילו איר האט קיינמאל נישט געהערט וועגן הערי פאטער, און איר וועט קיינמאל נישט לייענען הערי פאטער, אויף אידיש אדער אויף ענגליש, וועט אייך דער אינטערוויו געבן א רייכן בליק אויף דער וועלט פון ליטעראטור, די אידישע שפראך, און דאס אידישקייט פון א פרומען אייניקל פון איינער פון די גרעסטע סעקולערע יידישיסטן פון פריערדיגן דור.
און אז איר ווילט יא לייענען הערי פאטער אויף אידיש, האבן די ארויסגעבער געמאכט א ספעציעלע הנחה פאר די "וועקער" לייענער.
גיט א קליק דא:
https://harrypotter.olniansky.com/veker/
*
און אז מ'רעדט פון הערי פאטער דארף מען דערמאנען דעם ארטיקל פון הרב משה ראזענבערג, רב קהל עץ חיים - קיו-גארדנס הילס, ניו יארק, און מלמד בישיבת סער - ריווערדעיל, ניו יארק, וואס ער האט געשריבן ספעציעל פאר'ן "וועקער". אינעם ארטיקל דערציילט ער וויאזוי ער נוצט "הערי פאטער" צו בארייכערן דעם חינוך פון זיינע תלמידים, און וויאזוי גוטער ליטעראטור איז דער בעסטער געצייג צו נוצן פאר חינוך. ווי ער פירט אויס דעם מאמר: "ווען עס איז פאראן א געצייג צו מקשר זיין דעם הארץ פון דעם אויבערשטנ'ס קינדער מיט אונזער טאטן אין הימל, דארפן מיר, אלס מחנכים, אלס עלטערן, און אלס אידן, דאס אויסנוצן פאר אט דעם הייליגן צוועק."