איז שיין צו נוצן יעדע וואך די שבת בעל? איך גלייב נישט אז די נישט-אידישע שכנים זענען זייער פרייליך דערמיט.real fake news האט געשריבן:קיינער זאגט נישט אז זי האט נישט קיין רעכט, זי האט אלע רעכטן צו טוהן וואס איר שמעקט.
די שאלה איז צו סבאדערט פאר מענטשען און צו סאיז א שיינע זאך צו טוהן.
און ניין, ניצן די שבת בעל ווען מוויל די עולם זאל גיין צו א פראטעסט איז פונקט אזא גרויליגע אומעטישע זאך.
קל וחומר האט געשריבן:מ'קען נישט זיין היפאקריטיש, אויב מעגסטו מאכן א שבת בעל, רבי'שע חופות, הכנסת ספר תורה, פורים מאביל'ס וכדו' ווייל די גאס באלאנגט פאר יעדעם הגם וואס עס שטערט בלי ספק מענטשן אין די געגנט, דאן שטיי ווייט פון האבן טענות אויף עטליכע איידעלע אייראפעער וואס קומען אביסל באטראכטן דיין קולטור.
berlbalaguleh האט געשריבן:ראובן: ווען מ'טוט פארגלייכן דבורה פעלדמאן (נישט איהר עכטער נאמען. איהר עכטער נאמען איז שרה'לע בערקוביק.)
קל וחומר האט געשריבן:די טענה פון ווייעלעישען אוו פרייוועסי שיינט צו קומען פון איגנארענס.
אין די גאנצע וועלט ווערט טוריזם באטראכט ווי א פאזיטיווע זאך סיי פאר די טוריזם וואס קריגן א שאנס צו זעהן פון דער נאנט, פארשן און פארשטיין אן אנדערן קולטור און לעבנסשטייגער און סיי פאר די ארטיגע איינוואוינער וואס באקומען א שאנס צו צייגן זייערע הילוך החיים אויף א פאזיטיווע און אויפריכטיגע אופן און צו דער זייט גיבט עס אויך צו פארן עקאנאמיע.
אנדערש ווי מען לערנט אויס אין סאטמאר, געהערט די גאס פארן ציבור וואס דאס רעכנט אריין יעדער עובר ושב ווילאנג ער/זי טוט נישט עפעס קעגן די געזעץ. אויב איינער פיהלט אז ער האט באקומען אזא שוואכע חינוך אזש ווען א פרעמדער וועט אים באטראכטן די הלוך ילך אויפן גאס וועט ער האבן פון וואס צו שפעטן, קען ער מסתמא נעמען א לעקציע אויף עטיקס און זיך לערנען די בעיסיק דרך ארץ וסדר העולם.
ווארפן בייזע בליקן אויף א טוריסט וואס וויל בסך הכל זעהן און פארשטיין א צווייטע קולטור קען שאפן אומנויטיגע סטיריאוטייפס אויף א קאמיוניטי וואס וואלט געמעגט ארבעטן אויף צו ארויסשטעלן א בעסערע אימעדש פארן כלל.
הפנים, די גאס איז נישט פרייוועט, און דאס איז די שיינקייט דערפון, אז יעדער קען באטראכטן יעדעם אין זיך לערנען לטוב ולמוטב.
איך ווייס נישט ווי עטיש עס איז צו קריטיקירן אנדעם וואס מ'זאל בכלל אויסהערן א צווייטע צד, ספעציעל ווען ס'איז בנמצא גרינגערהייט.
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט