מאך זיכער האט געשריבן:ווי ערווענט אינעם ארטיקל איז ער נישט זיכער איבער סיי וועלכע ניק וואס איז באמת אינעם קולט, אבער איך האב געמאכט מיין אייגענע ריסיורטש און געוואויר געווארן אז חכמת שלמה איז יואל העלבראנץ, שלמה'ס יונגסטער זון.
מאך זיכער האט געשריבן:ווי ערווענט אינעם ארטיקל איז ער נישט זיכער איבער סיי וועלכע ניק וואס איז באמת אינעם קולט, אבער איך האב געמאכט מיין אייגענע ריסיורטש און געוואויר געווארן אז **** איז ***.
לבי ובשרי האט געשריבן:פאר א לענגערע צייט צוריק האב איך געזען דעם לענגערן קליפ פון ישראל מאיר'ס גאנצע היסטאריע אנגעהויבן נאך פון ארץ ישראל, לב טהור און דערנאך צוריק קיין ארץ ישראל.
אויך האט מען טאקע געזען דעם פארכאפונג, און כ'דענק ווי אלע וואס זענען אים געקומען ראטעווען זענען געווארן צעביילט און צעבלוטיגט.
אויך זעט מען דארט ווי 'אורית' רעדט צום ארטיגן פרעסע וכו'.
עס איז היפש אינטערעסאנט געווען. דענק איך אבער נישט וואו כ'האב עס געזען
מאך זיכער האט געשריבן:אנטשולדיגט כרפס, אבער דיינע אלע תגובות אויפן ארטיקל און אויפן פילם ברענגען ארויס אז דו ביסט זייער נישט קלאר בכלל אין עניני לב טהור און אלעס מוז שטימען מיט די באגרעניצטע אינפארמאציע וואס דו האסט יא.
עס זעט זיך פשוט אויס אז דו ביסט אומוויסנד, לדוגמא, לייגסט אראפ א הנחה אז זיי זענען דומע איזרעילי'ס און דעריבער האבן זיי נישט געברענגט קיין געווער, האו עבאוט זיי האבן נישט געהאט קיין הווא אמינא אז זיי גייען כאפן קלעפ, און נאך מער, פארוואס אין די וועלט זאלן זיי גיין מיט געווער?
קענסט נישט אראפלייגן א אומגעדעקטע ארגומענט און אויף דעם בויען א שיטה אדער קאנספיראציע.
אדער ביסטו זייער נאאיוו וואס איך וואלט דיר דעריבער געראטן צו רעדן מיט א יוצא פון לב טהור, אדער ביסטו א ספינער וואס זוכט צו מאכן נויז, עניהאו האב אלעס גוטס און נעם נישט פערזענליך.
באניצער וואס לייענען דעם פארום: opensiteexplorer dotbot [Bot] און איין גאסט