די אנטלויף אקציע פון לב טהור'ס נעגל - וועקער 17

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען

הודעהדורך מאך זיכער » דינסטאג מערץ 31, 2020 5:08 pm

דיינע שאלות זענען פארשטענדליך און איך נעם חלילה נישט קיין זאכן פערזענליך, אבער די סגנון וואס דו שרייבסט זעט אויס ווי דיין אמביציע איז צו לייקענען די געשיכטע, א אזך וואס איז אמת, אויב האסטו שאלות איז עס א חיסרון אין דיין אינפארמאציע.

יעצט צוריק צו דיין שאלה, פארוואס זאלן זיי מיטנעמען סעקיוריטי? זיי האבן געפלאנט צו פאטאגריפירן סעיף און קולטיסטן האבן זיי געכאפט אינדרויסן.
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 465
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 288 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 534 מאל

הודעהדורך כרפס » דינסטאג מערץ 31, 2020 5:24 pm

לאמיר דיר מגלה זיין מיין שטאנד.
איך האב שוין אסאך געהערט און געליינט וועגן דעם קולט, און כ'בין היבש נאנט מיט רפאל קעניג - דער ערשטער נימול אינעם קולט, און אסאך - צו סאך - געהערט וואס כ'בין נישט געווען נייגעריג צו הערן, און וואס כ'בין געווען נייגעריג האב איך נישט געקענט פון עהם ארויסבאקומען.
און יעצט ווען כ'האב געליינט דיינע שורות, האב איך מדייק געווען יעדעס ווארט, כדי צו דערשניפן די אמת וואס כ'וויל וויסן, די שאלות און ספיקות אינעם געשיכטע.
איך האב נישט קיין ספק אז ס'איז אמת אסאך בארבארישע מעשים דארט, אבער פון זאגן מ'האט יענעם כמעט געהארגעט, ביז מ'האט עהם אנגעהארגעט איז א גרויסע חילוק. צו זאגן מ'האט עהם געשמיסן און מ'האט עהם פשוט צעריסן איז א חילוק. צו זאגן מ'האט געפאטשקעט מיט קינדער און זאגן מ'האט באגעוואלדיגט נשים איז א חילוק, און נאך און נאך חילוקים.

איך דארף נישט גלייבן אז דארט איז נישט קיין גן עדן, ווייל ס'איז א פאקט, אבער אז דו האסט יא געהאט א ערשטהאנטיגע אינפארמאציע זאגער, האב איך געוואלט הערן קראנטע דיבורים אנע קעקעץ. וואס פארשטייסטו נישט, אז די ספיקות שרייען דרשינו! ס'טוט זיך דא סתירות אין זאכן וואס מאכט נישט קיין סענס. און דא זענען 'דערווייל' באהאלטן פאקטן.

כ'האב מיך נישט געפוילט, און פראבירט טרעפן דעם 'ישראל מאיר' און דערווייל עהם נאכנישט געטראפן, אבער יגעתי ומצאתי תאמין, כ'האב זיך פארבינדן מיט מרת אורית כהן מאיר, און זי האט שוין יא צוגעגעבן מער תשובות, אבער אויך זי ''וויל'' נישט רעדן אלעס. פארוואס? פארוואס??
כ'האב איר געפרעגט אפען, עטליכע שאלות וואס כ'האב דיר געפרעגט, און עטליכע וואס כ'האב געפרעגט פון ראפי קעניג וואס רעדט אסאך... אבער זי ענטפערט מיר פונקט ווי ראפי; כ'ווייס אסאך, ס'ביטער... ס'גוט! מ'קען נישט אלעס פארשטיין...

איך וויל יא וויסן.

לויט אירע ווערטער גרייט זי זיך שוין יארן פארדעם צו דעם אבלאווע, און זי איז דארט געווען אפאר מאל.. און מיטגעברענגט באוואפענטע חברה מיט קאמערעס, און פונקט יעצט נישט? און זיי זענען נישט געקומען צו פארן פון מאנסי צו קווינס.. זיי זענען געפלויגן 18 שעה, אליינס? מיט א פאטאגראפער און סעלצער??
כרפס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 94
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 26, 2020 1:16 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

הודעהדורך וואלווי » דינסטאג מערץ 31, 2020 5:34 pm

כרפס האט געשריבן:מיר איז קלאר, אז לב טהור איז א נארמאלע תוצאה פון די ברעסלעווע שיטה, וואס רבים חללים הפילה! ס'נישטא קיין איין נארמאלע ברעסלעווע תנועה וואס איז גאנץ נארמאל, איינער חצי נזק א צווייטער מזיק שלם, און דער דריטער צעפראסקעט פאר זיך. אבער די לב טהור גרופע איז באזירט אויפ'ן הענגער פון נחמן נתן התבודדות און נאך.


וואס פונקטליך מיינט דאס? וועלעכע פון די אלע זעהסטו זיך אין? נזק שלם? חצי נזק? צופראסקעט פאר זיך?

נישט זיכער אז לב טהור וואלט דיך געקענט ראטעווען, אבער ברעסלב אפשר יא, עכ"פ שרייב אראפ זייער נאמבער, אפשר וועט דיר עס צו ניץ קומען איין טאג...

מאך זיכער אז ס'נישט צו שפעט...
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2492
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3485 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3262 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » זונטאג אפריל 05, 2020 12:26 am

איז עס טאקע אזוי אז ס'איז נישט דא קיין חומשים און גמרא'ס ?
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1640
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 896 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 842 מאל

הודעהדורך תחכמוני » זונטאג אפריל 05, 2020 1:00 am

איך האב זייער הנאה געהאט פונעם ארטיקל. שיין געשריבן און זייער שפאנענד.

אזוי ווי כרפס האט שוין ערווענט דא, פעלט אסאך בעקגראונד פונעם קולט. איך האב זיך אויך געוואונדערט פון וואו ער האט באקומען דעם קלארינעט, פון וואו ער האט פארשאפט זיין סמארטפאון און וויאזוי ער האט זיך ארויסגעדרייט פון די "רוצחים" וואס זענען געווען עלול אים צו הרג'ענען אויב זיי וואלטן אים געפונען.

איך בין נישט מטיל ספק אינעם עצם סיפור. עס וואלט אבער געווען אינטערעסאנט צו הערן מער דעטאלן פונעם קולט. פונקטליך וויאזוי קאנטראלירט מען זיי? ווער ארבעט דארט און וויאזוי האלט מען אויס די ראשי הקולט? וויפיל געלט מעג יעדער האלטן פאר זיך? וואס איז געווען זיין רילעישאנשיפ מיט זיין אינגע פרוי? וואס איז געווען זיין רילעישאנשיפ מיט זיין טאטע, מאמע און געשוויסטער?

איך גלייב אז געוויסע מענטשן - קען זיין נאר א קליינע מיעוט - האבן יא הנאה דארט אינעם קולט, אז נישט וואלט דאך יעדער אנטרינען. וואספארא בענעפיטן נעמען זיי ארויס פון דעם קולט? וויאזוי האלט מען זיי ווייטער געשפאנט דארט? ער שרייבט אז דער עולם וויל נישט וויי טוהן דעם רבי'ן, אבער וואס טוט דער רבי פאר זיי אז מען איז אים אזוי מעריץ? וכהנה וכהנה זענען מיינע שאלות. איך וואלט הנאה געהאט אויב איינער קען מיר ערקלערן אביסל מער איבער דער הלוך ילך דארט.
"It is error only, and not truth, that shrinks from inquiry"

Thomas Paine -
תחכמוני
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 93
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2013 8:06 am
האט שוין געלייקט: 81 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 283 מאל

Re: די אנטלויף אקציע פון לב טהור'ס נעגל - וועקער 17

הודעהדורך יהודי פשוט » זונטאג אפריל 05, 2020 3:03 pm

אזוי ווי יעדע באשרייבונג אויף לב טהור, זענען פארהאן דא זאכן וואס זענען נישט אמת.

א דוגמא צו דעם איז דאס אז ס'ווערן נישט אריין געלאזט קיין שום ספרים, אויסער די וואס זענען געשריבן דורך הלברנס, דער שרייבער האט אפילו ספעציעל באטאנט אז ס'זענען נישט פארהאן דארט קיין חומשים.

פאלגאנד איז 3 סקרין שאטס פון א 16x9 דאקיומאנטערי אויף לב טהור, ווי מ'זעהט חומשים, א מקראות גדולות נ"ך, און קיצור שולחן ערוך...

איך גלייב אז אין א שיין חלק פון דעם דאקיומענטערי האט לב טהור זיך אהער געשטעלט בעסער ווי זיי זענען למעשה, אבער ס'איז מיר שווער צו גלייבן אז זיי האבן געברענגט חומשים און קיצור שולחן ערוך צו געפעלן פאר 16x9בילדבילדבילד
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 633
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:00 pm
האט שוין געלייקט: 396 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 384 מאל

הודעהדורך כרפס » זונטאג אפריל 05, 2020 3:25 pm

ווען איינער פרעגט קשיות, און מ'רעגט זיך אויף עהם פאר'ן פרעגן, שמעקט עס נישט גוט...
פונקט אונז וואס שטייען די אנדערע זייט פון לב טהור, וואלטן געדארפט האבן די תירוצים קליפ און קלאר, און אויב נישט, עס ארויסקוועטשן ווי פון א סוטה, און זיי אויסלייגן על פני השמש.
כרפס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 94
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 26, 2020 1:16 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

הודעהדורך מאך זיכער » זונטאג אפריל 05, 2020 3:56 pm

כרפס האט געשריבן:ווען איינער פרעגט קשיות, און מ'רעגט זיך אויף עהם פאר'ן פרעגן, שמעקט עס נישט גוט..

כרפס, קיינער האט נישט קיין אישו אז דו פרעגסט, אבער אז א נייע ניק זעצט זיך ארויף אויף קאווע שטיבל און הייבט אן פרעגן קושיות אויף א ספעציפישער ארטיקל און גרינטעוועט דורך יעדע זאך וואס עס איז אים אומפארשטענדליך באגלייט מיט אן הנחה קדומה אז דער שרייבער און דער באשריבענער זענען שקרנים דאן פארגיייט דאס אפעטיט פון אים ענטפערן, און עס הייבט ברעמען מיט נייגער וואס זיינע מאטיוון זענען.

רוב פון דיינע קשיות זענען אינעם ארטיקל, דו קענסט עס דורכליינען א צווייטן מאל וועסטו קלארער ווערן, טעכנישע חלקים ווי 'פון וואו האט ער השגות/ספרי חב"ד/קלארינעט' וועסטו מוזן אליינס אויספיגערן, נישט ווייל איך קען דיר נישט ענטפערן, נאר ווייל מיין טאג באשטייט נישט פון קוקן אויף קאווע שטיבל אויב איינער רופט מיר.

איך זעה אז אין גענעראל פעלט אסאך בעיסיק אינפארמאציע אויף לב טהור פאר אונזער געמיינדע, און עס וועט זיין זייער שווער צו פארענטפערן יעדנס פריוואטע שאלות, אבער לאמיר נעמען א ביישפיל, די סקרינשאטס פון די ספרים, דו מיינסט טאקע אז זיי האבן עס נישט ספעציעל אונטערגעלייגט? דו ווילסט זען דעם בריוו פון סקווערע דיין פאללאק קעגן העלבראנץ נאך ווען ער האט געוואוינט אין מאנסי, אז ער טאר נישט פרעדיגן קעגן פירוש רש"י?

לב טהור איז א קולט וואס האט זיך יעדע פאר חדשים געטוישט, איינמאל עקסטרעם, און איינמאל מער עקסטרעם, און טיילמאל איז עס צוריקגעפאלן, אבער איינע פון די הויפט זאכן וואס זיי האבן אלס אויסגעארבעט איז אז די חסידישע גאס זאל נישט געוואויר ווערן פון זייערע זאכן, ווייל זיי האבן געקריגן געלט פון היימישע אידן פון לאנדאן, מאנטשעסטער, וויליאמסבורג, מאנטריאל און טאהש!

עוז והדר פלעגט ביי זיי פרינטן גמרות א שטיק צייט, און אויך האבן עטליכע פון זיי פארקויפט קאקאין אין גואטאמאללא, זיי האבן זיך אלס מסדר געווען בכדי אז זיי זאלן נישט ברויכן צוקומען צו שטיצע פון קהילות, אבער פון יחידים האבן זיי אלס גענומען, א שליח מיטן נאמען אליהו קאין פלעגט ארומגיין יארן אין וויליאמסבורג נאכגעלט, ווייל ער איז געווען אין גלות לויטן קולט (היינט איז ער אינדרויסן פונעם קולט און איר קענט אים אלע גיין פרעגן, ער איז טויט משוגע אבער אויב כאפט איר א שפראך מיט אים וועט איר אסאך דערשנאפן פון אים).

נאכאמאל, טעכנישע שאלות פרובירט אליין צו געוואויר ווערן ווייל עס איז נישט ביכולתי צו פגע'ן א מענטש וועם כ'האב באשריבן... ער האט בסך הכל מסכים געווען מיר צו לאזן אים באשרייבן ווייל ער האט געוואלט אויפטרייבן געלט פאר זיין קאמפיין צו ראטעווען זיין קינד (וואס ווען דער וועקער איז געגאנגען צום דרוק איז שוין נישט געווען אינטערסאנט צו לייגן דעם לינק ווייל ער שפארט שוין דעם קאמפיין).

הצלחה און א דאנק פאר אלע קאמענטירער (אויך כרפס, כ'בין נישט ברוגז... כ'האב נישט אזויפיל צייט).
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 465
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 288 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 534 מאל

הודעהדורך כרפס » זונטאג אפריל 05, 2020 4:29 pm

חלילה אז דו ביסט געווען בייז פאר'ן פרעגן, מיין כוונה איז געווען אז 'אורית כהן' האט זיך גערעגט אויף מיר פאר'ן פרעגן. דאס האב איך געמיינט, און כ'האב דאס געשריבן אין פריערדיגע קאמענטס. סליחה.
אויב איינער קען מיר אבער ענטפערן, וויאזוי האלטן זיי זי נאך, אויב עטליכע גרויסע זענען אין טורמע וכו' וכו'. און ס'וואלט שוין געדארפט זיין צעפאלן לויט'ן חשבון.
כרפס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 94
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 26, 2020 1:16 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

הודעהדורך חכמת שלמה » מאנטאג אפריל 06, 2020 3:22 pm

ווען איינער דא זאל ווען קענען דעם בחור הבורח...

א לץ שבלצים, א טמא'נער יונג און כ'וויל נישט זאגן וואס נאך.
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
חכמת שלמה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 107
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 11:56 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל

הודעהדורך מאך זיכער » מאנטאג אפריל 06, 2020 3:25 pm

וועלקאם אבאורד מוטער קראצער, וואס האסטו צו דערציילן איבער דעם בחור הבורח?
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 465
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 288 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 534 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג אפריל 06, 2020 3:43 pm

חכמת שלמה האט געשריבן:ווען איינער דא זאל ווען קענען דעם בחור הבורח...

א לץ שבלצים, א טמא'נער יונג און כ'וויל נישט זאגן וואס נאך.

בחור הבורח? פון וואו אנטלויפט מען? פון ברוקלין? פון פאפא? פון וואו אנטלויפט מען? מען אנטלויפט פון א פארשאלטענע קולט!

א טמא'נער יונג? די ערשטע זאך וואס אנשי רשע שמירן אן אויף איינעם וועלכע גייט נישט אין שפאן איז - אז ער לויפט נאך קינדער.... דו קולטישער בהמה! קיינער קויפט שוין נישט היינט די דאזיגע מיטל-אלטער קרעפלעך!

לץ שבלצים? פון וועם מאכט ער ליצנות? פונעם גרעסטן גלאבאלער ליצנות זעלבסט? פון דעם שגץ טמא דער ארז הנגדע ימ''ש? וואס האקסטו א טשייניק?

פארמאכט ענקער פארשאלטענעם טמא'נעם קולט, און גלידערט אייך איין צוווישן די אלגעמיינע מענטשהייט! כלל ישראל האט שוין גענוג געליטן פון אייך!

אז מ'רעדט שוין, דער שגץ ענקערע דער בעל פעור נתן שר''י, שמאכט נאך אין טורמע? אז נישט לאז אונז וויסן! מיר וועלן דארפן מאכן א יום תפילה אז דער שגץ זאל צוריק אנקומען אין טורמע דאס שנעלסטע וואס מעגליך!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך קאך_לעפל אום מאנטאג אפריל 06, 2020 4:09 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1919
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 217 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2183 מאל

הודעהדורך חכמת שלמה » מאנטאג אפריל 06, 2020 3:46 pm

מאך זיכער האט געשריבן:וואס האסטו צו דערציילן איבער דעם בחור הבורח?


איך בין מסופק וואס צו דערציילן. מען האט מיר געהאט באפוילן מער נישט צו שרייבן דא (געהאט א גאנצע געשיכטע נאך וואס מען האט זיך דערוויסט...), שפעטער האב איך באקומען א מעסעדזש פון אנדערע אז איך זאל דווקא יא שרייבן, האב איך פראבירט איבערצופרעגן דעם ערשטן, אבער נישט אנגעקומען געהעריג צו אים. יעצט נאכן זען אז ער ענטפערט נישט, האב איך געשריבן דא אפאר ווערטער, אז יענער זאל באמערקן, און איך וועל באקומען דער מעסעדזש וויפיל און וואס עס איז דער רצון אז מען זאל שרייבן. וכו', וד"ל, ודו"ק, עיי"ש.

איבער דער פריעדיגער מעסעדזש, איינער העכער מיר; ווילסט סתם שרייען און שעלטן? - מיר קענען זיך פארמעסטן מיט דעם אויך, אבער איך גלייך ענדערש צו רעדן מיט אנדערע ווי מענטשן, אזוי ווי איך האב געטאן אין אלע פריעדיגע תגובות.
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
חכמת שלמה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 107
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 11:56 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל

הודעהדורך מאך זיכער » מאנטאג אפריל 06, 2020 4:11 pm

אין אלע פריערדיגע תגובות האסטו געבלאפט דעם ציבור און זיי געפיטערט מיט פאלשע אינפארמאציע, איך ווייס נישט אויב דו האסט געכאפט אבער דו שרייבסט אזוי בא'טעמ'ט אז מען האט דיר געפאקט ביים שרייבן אין קאווע שטיבל ווי כאילו דו לעבסט אין א פרייע וועלט.

ווילסט גיין פאקטן? כ'קען מיט דיר גיין פאקטן, ווילסט רעדן אין טעאריע? קען איך אויך אזויווי דיר זיך טענה'ן, דער וואס איז אנטלאפן איז א העלד און דו (אויב דו ביסט בכלל דארט) ביסט א נאר.

און זיי נישט מוציא שם רע אויף מענטשן, נאכדעם וועסטו מיר נאך קומען זאגן אז איך בין דער וואס שרייבט נישט זאכליך, ליין איבער דיין ערשטע תגובה.
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 465
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 288 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 534 מאל

הודעהדורך כרפס » מאנטאג אפריל 06, 2020 9:09 pm

חכמת שלמה האט געשריבן:ווען איינער דא זאל ווען קענען דעם בחור הבורח...

א לץ שבלצים, א טמא'נער יונג און כ'וויל נישט זאגן וואס נאך.

וועם גייט אן אז ער איז א לץ שבלצים.. וועמען גייט אן אז ער איז טמא.. און וועמען גייט אן וואס דו ווילסט נישט זאגן כאילו...
כלל ישראל חלישט אוודאי צוזיין אין לב טהור, און יענער האט פארלוירן די זכיה... וואס?
כ'מוז מודה זיין אז העלבראנץ באטשי האט געמאכט א גוטע מוח וועשעריי.. אז ראזנער וואס איז גארנישט קיין מפיל קינד, האט עהם געדינט ווי א געטריבענע עבד.
כרפס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 94
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 26, 2020 1:16 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

הודעהדורך אינגערמאנטשיקל » מאנטאג אפריל 06, 2020 10:36 pm

כ'האב נאכנישט געליינט דער ארטיקל אינעם וועקער, אבער כ'האב יא געזעהן די ישראלישע המקור.
מיין מחשבה איז דעמאלטס געווען אז די מעסעדזש וואלט ווען געווען אזויפיהל שטערקער ווען אזא איינער נעמט נישט אראפ די קאפל און פיאות זאפארט נאכ'ן ארויסקומען פין דאס פארשאלטן מקום. הגם כפי הנראה איז עס פארשטענדליך.
ווען איינער קומט ווען "ארויס פין בבל" און ווערט א נארמאלער (כ'האב נישט געזאגט אמת'ער איד אדער ריכטיגער איד, כ'סטרעס נארמאל - איש בין אנשים כפי הנהוג) איד וואלט די מעסעדזש געווען שטערקער און בארירט א ברייטערען ציבור.
אבער דער ישראל מאיר איז א העלד און מען קען איהם בכלל נישט דן זיין. און ווי @כרפס ערקלערט
כרפס האט געשריבן:וועם גייט אן אז ער איז א לץ שבלצים.. וועמען גייט אן אז ער איז טמא.. און וועמען גייט אן וואס דו ווילסט נישט זאגן כאילו...
אינגערמאנטשיקל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 139
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל

הודעהדורך ביבער » מאנטאג אפריל 06, 2020 11:48 pm

איך פרוביר צו פארשטיין די סיבה פארוואס טייל ניקים באנעמען זיך זייער אגרעסיוו צו (אנגעגעבענע) לב טהור ניקים. זאכן ווי גילוי און פערזענליכע אטאקעס וואס געווענליך וועט מען עס נישט טרעפן ביי זיי, אבער דא ווערט עס מיטאמאל א לכתחלה, ניטאמאל פרובירן זיי מיט שיינעם.

כ'טראכט, ס'האט מיט אינסעקיוריטי, טיף אינעווייניג ווייסן זיי אז קיין גרויסער חילוק איז נישט פארהאן צווישן זייער קולט און די לב טהור קולט. די רעאקציע אין אזא פאל איז שנאה און אגרעסיוונעס כידוע ליודעי תכונת הנפש. ואדרבה, אויב איינער האט אפשר א בעסער טעאריע זאל ער פליז שרייבן.

בכל אופן בעט איך אז יעדער זאל זיך האלטן אין די ראמען. סקען קיין קאנסטרוקטיוו שמועס נישט ארויסקומען אזוי. און ווער וויל דען נישט הערן ביידע זייטן?
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 753
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 4:12 pm
האט שוין געלייקט: 746 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 793 מאל

הודעהדורך מיסטעריע » דינסטאג אפריל 07, 2020 8:53 pm

איך וויל זייער שטארק קויפן דער וועקער, ווי קען מען עס באקומען, צוליב די געווענליכע News stand פלעצער, זענען פארמאכט צוליב די קאראונע וויירוס.

איך פלעג עס איינהאנדלען אויף 13x49
מיסטעריע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 5
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2017 12:35 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

הודעהדורך חוקר ודורש » מאנטאג אפריל 13, 2020 1:58 pm

אין בארא פארק נישט, נאר דורך עמאזאן.
שוב יום אחד לפני מיתתך
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 4:01 pm
האט שוין געלייקט: 806 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 333 מאל

הודעהדורך דער וועקער » מיטוואך מאי 13, 2020 12:30 pm

מארגן אינדערפרי וועלן מיר אי"ה ארויפשטעלן אויף אונזער טעלעגראם טשענעל דעם ארטיקל "ארויס פון לב טהור'ס נעגל".

זייט פון די ערשטע צו באקומען מודעות און ארטיקלען דורך זיך איינשרייבן אויף אונזער טעלעגראם טשענעל:
https://t.me/derveker
דער וועקער פון פסח תש"פ איז שוין דא!
https://www.amazon.com/dp/B0863RTDHW/
באניצער אוואטאר
דער וועקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 236
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל

הודעהדורך דער וועקער » דאנערשטאג מאי 14, 2020 1:26 pm

מ'קען יעצט לייענען דעם גאנצן ארטיקל אויף אונזער טעלעגראם טשענעל: https://t.me/derveker/209

זייט פון די ערשטע צו באקומען מודעות און ארטיקלען דורך זיך סובסקרייבן צו אונזער טעלעגראם טשענעל.
דער וועקער פון פסח תש"פ איז שוין דא!
https://www.amazon.com/dp/B0863RTDHW/
באניצער אוואטאר
דער וועקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 236
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל

הודעהדורך cictim » פרייטאג מאי 15, 2020 12:36 am

חיים גולדברג
@haim_goldberg
· May 14
נערה בת 14 בכת לב טהור בגאוטמלה שנשואה לבחור בן 18, ילדה לפני מספר ימים בחדר מוזנח במתחם הכת. הלידה מסתבכת, הילוד - מת. מפחיד

חיים גולדברג
@haim_goldberg
הסיפור הזה מעורר סערה בכת.
הסיבה: אחד מבני המשפחה טוען שמנעו מהיולדת לנסוע לבית חולים גם אחרי שידעו שזו לידה רגישה

חיים גולדברג
@haim_goldberg
מה שמעניין, שמהיום שרומפלר נעצר בארץ (עד עכשיו הוא בארץ), מתחיל לצאת מהכת יותר ויותר חומר
cictim
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 235
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל

הודעהדורך אישתישבי » זונטאג מאי 17, 2020 2:19 pm

ליינענדיג דער ארטיקעל, עס איז גאר אינטערעסאנט. אבער רובא דרובא איז שוין מבואר (אדער קומט) פין דער דאקומענטירט אויף דעם.

אגב אויף בלאט 132 שטייט אז נאכדעם וואס שלמה העלבראנץ אויב געשטארבן זענען זיי אנטלאפען קיין גואטאמאלא.
לפי זכרוני זענען זיי דארט געוועהן ווען ער האט געלעבט.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2362
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 90 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1255 מאל

הודעהדורך דער וועקער » זונטאג מאי 17, 2020 6:20 pm

אישתישבי האט געשריבן:ליינענדיג דער ארטיקעל, עס איז גאר אינטערעסאנט. אבער רובא דרובא איז שוין מבואר (אדער קומט) פין דער דאקומענטירט אויף דעם.

דער ארטיקל איז אן אינטערוויו מיט ישראל מאיר אליין. ער איז אויך אינטערוויואירט געווארן אויף דעם דאקומענטאר, און נאטירליך וועלן די פאקטן זיין ענליך. אינעם ארטיקל זענען דא פילע פרטים וועלכע זענען נישט פאראן אינעם דאקומענטאר, און אזוי אויך בילדער. צב"ש, דער גאנצער בריוו וואס הרב העלבראנץ האט אים געשריבן איז עקסקלוסיוו פאר'ן וועקער.
דער וועקער פון פסח תש"פ איז שוין דא!
https://www.amazon.com/dp/B0863RTDHW/
באניצער אוואטאר
דער וועקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 236
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל

הודעהדורך אישתישבי » זונטאג מאי 17, 2020 8:58 pm

יישר כח.

אױב דער ווערטער רעדאקטאר האט אפגעטייפט דער בריוו פין העלבראנץ, וואלט געוועהן א טובה עס צו פאסטען דא. עס קומט מיר אהן שווער צו ליינען זיין כתב יד.

און אינטרעסאנטע שאלה וואלט געוועהן, אױב דער וועקער האט פארשטאנען בעסער פין ישראל זיינע סטראגעלס און זיינע קשיות ווי דער ארץ־ישׂראל'דיגע דאקומענטרי, ווייל זיי האבן נישט דער אינערליכע בליק ווי דער וועקער.

עס איז גאר אינטערעסאנט אז דווקא א ספר פין חב"ד, אמונה ודעות האט אין אים מעורר געווען קשיות. וואס האט ער שוין דארט געקענט זעהן וואס זאל אים מאכן האלטען אז דער סיסטעם איז א שטיפת מוח.

חומש לאזן זיי אויך נישט לערנען, נאר דאס וואס האט א פירוש פין דער פירער, טאמער זאל איינער לערנען חומש דירעקט וואלט ער אויך אפשר אפגעפארן?

למשל ביי חסידים לאזט מען נישט לערנען נ"ך, טאמער א בחור'ל זאל לערנען נ"ך קען זיין ער וואלט געהאט אפאר קשיות אויף די מאדנע מעשיות דארט, אבער פין דארט ביז אפפארען איז א ווייטע וועג.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2362
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 90 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1255 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק דער וועקער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט