דער שבת אין שבת'דיג (וועקער 17)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
אמירה רכה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 08, 2019 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 71 מאל

דער שבת אין שבת'דיג (וועקער 17)

שליחה דורך אמירה רכה »

איך האב געשריבן מיינע אבזערוואציעס איבער דעם "שבת'דיג" אלבום אין דעם נייעם וועקער. מער ווי כ'האב געזוכט צו צענעמען דעם שבת'דיג אלבום, האב איך געזוכט אנצוהויבן א נייע שמועס מיט אבזערוואציעס און קריטיק אויף חרדישער קונסט.

דער שמועס האט עטוואס אנגערירט אויך פארשידענע זייטיגע ענפים, ווי די וועלט פון חרדישע מוזיק אין אלגעמיין און געוויסע אספעקטן פון אונזער היימישן עולם המארקעטינג והמסתעף. אומבאמערקט האב איך מיך געטראפן בארירן געוויסע טעאלאגישע געדאנקען ארום שבת.

אריינשיקנדיג מיין ארטיקל האט מיך דער רעדאקטאר געפרעגט פארוואס איך געב דעם אלבום פינף שטערנס ווען איך שטרייך אונטער אויף אזויפיל פראבלעמען? דער תירוץ איז אז איך בין נישט קיין רעיטער וועלכער קומט קובע זיין וויפיל שטערנס עס קומט זיך פער אלבום, איך בין דא זיך צו באציען צו א געוויסע אספעקט פון דעם אלבום וואס דעזערווד פינף שטערנס. טאקע ארויסצוהייבן די נקודה נוץ איך די פינף שטערנס אלס א קעפל.

טאמער האט איר געהערט דעם אלבום אדער געליינט אונזער רעצענזיע קענט איר דא איבערלאזן קאמענטארן און הגהות.

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר