בלאט 1 פון 1

א פארלוירענע יוגנט – וועקער נומער 17

הודעהפורסם: פרייטאג אפריל 03, 2020 10:59 am
דורך דער וועקער
אינעם נייעם וועקער איז פאראן א גאר רינדער ארטיקל געשריבן דורך א קרבן פון אביוז. אין דעם קוראזשפולן ארטיקל גיט אונז דער שרייבער א בליק אריין אין וואס ער האט מיטגעמאכט סיי בשעת מעשה, און סיי נאכדעם.

אינעם פארווארט פונעם וועקער האבן מיר געשריבן:
צו דער ענדע וועט איר פארגיסן א טרער אויף דער מיטמאכעניש און קוראזש פון דעם שרייבער פונעם ארטיקל "א פארלוירענע יוגנט". עס איז אונז א זכות אז מיר קענען אים געבן א פלאטפארמע אין אונזערע בלעטער, אז ער זאל אינספירירן אנדערע.

הודעהפורסם: דינסטאג אפריל 28, 2020 11:15 am
דורך דער וועקער
א בריוו וואס איז אריינגעקומען צו דער רעדאקציע:

איך האב פארגאסן טייכן טרערן לייענענדיג דעם ארטיקל "א פארלוירענע יוגנט". ליידער האב איך מיטגעמאכט אן ענליכע פרשה, און די יסורי הנפש וואס דער שרייבער האט געשילדערט זענען זייער קענטיג פאר מיר. אין מיין פאל האב איך נאך פאר קיין נברא אין דער וועלט נישט דערציילט דערוועגן, אבער דער שרייבער האט געהאט דעם קוראזש נישט נאר צו דערציילן, נאר אפילו צו קאנפראנטירן דעם רשע.

טייערער צדיק, איך ווייס נישט ווער דו ביסט, אבער דו האסט אין מיר אריינגעבלאזן א שטארקקייט. שכרך הרבה מאוד. און א דאנק פאר'ן וועקער פאר'ן דרוקן אזא וויכטיגן ארטיקל.