די השפעה פון חסידות אויף דער ברייטער וועלט (וועקער 17)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 5213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7045 מאל

די השפעה פון חסידות אויף דער ברייטער וועלט (וועקער 17)

שליחה דורך כוכב »

די סאמע ערשטע ארטיקל וואס כ'האב געליינט אין דעם וועקער איז דער הערליכער ארטיקל פון אונזער פריינט הער [tag]פראפעסאר[/tag] איבער די השפעה פון חסידות אריבער די גרעניצן פון דער חסידישער געזעלשאפט, אן ארטיקל פול מיט ווארעמקייט, פאזיטיוויטעט און אידיש-חסידישער שטאלץ.
כ'האב נישט קיין סך צוצולייגן צו דעם ארטיקל מער ווי זיך צו באדאנקען פאר'ן געערטן פראפעסאר ר' יעקב פאר דעם רייכן ארטיקל, כ'האב עס געליינט שבת און עס האט מיר פארשאפט אן עונג ושמחת שבת מיט יעדן פאראגראף.
כ'האב צווויי קליינע הערות:

1. דאס וואס ער שרייבט אויף "קום אהער דו פילאזאף" אז דאס איז "א ליד מיט נארישע ווערטער", ווייס איך נישט פארוואס. איך האב געליינט וועלוול זבארזשער'ס ליד מיט גרויס ערנסטקייט. וועלוול ברענגט ארויס א נקודה למחשבה, אז די מאדערנער און פארגעשריטענער וועלט, מיט אלע אירע איינריכטונגען און ערפינדונגען, וועלן קיינמאל נישט פארשטיין דעם טעם וואס דער חסיד שפירט ווען ער שטייט אויפ'ן העכסטן שטאק פארענטשע ביי שלש סעודות ביים רבי'ן און די גאנצע וועלט איז אים כקלופת השום און מער ווי א בליק אויפ'ן רבי'ן דארף ער גארנישט.

2. דאס וואס ער טענה'ט אז חסידים האבן געווינען ווייל א בילד פון א חסיד איז געווארן דער סימבאל פון א איד. יתכן אז די נקודה איז אמת און חסידים מיט זייער אייפער האבן איבערגענומען דעם פלאץ פון א כלל איד אבער דאס וואס מ'נוצט זיי אלס א סימבאל איז פשוט ווייל זיי זענען בולט'דיג אידיש, אנדערש איז מיט א מאדערנעם איד, וויאזוי גענוי זאל מען אילוסטרירן זיין אידישקייט, מיט א קעפ און נייקי סניקערס?

אונטערשטע שורה בין איך זיך מצרף מיט'ן כרוז פונעם פראפעסאר, אז חסידות פארמאגט אין זיך עלעמענטן וואס פאר'כישופ'ט די גאנצע וועלט און מיר וואס זענען געבוירן געווארן מיט'ן גאלדענעם לעפל אין מויל, דארפן פילעווען אין אור החסידות און געוויס שעצן איר געוואלדיגן אוצר רב וואס דערהייבט א מענטש צו א לעבן פון אור האורות ברוח וגשם.

דער אשכול פארמאגט 24 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר