פינף שטערנדלעך פאר וועקער

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען

פינף שטערנדלעך פאר וועקער

הודעהדורך כוכב » דאנערשטאג מאי 07, 2020 5:31 pm

מיינע פריינט פעלאו געטרייע לייענערס פונעם וועקער שיחי',

יעדער פארשטייט די וויכטיגקייט פון אויסדרוקן הכרת הטוב פאר די ארויסגעבער פון אונזער באליבטן וועקער וואס איז די איינציגסטע ערליכע אידישע אויסגאבע עפ''י דרך התורה והאמת. דער עולם געט לייקס, מ'שיקט בריוון, און מ'שרייבט תגובות.

מ'קען אבער אויך טון איין קלייניגקייט וואס איז א בחינה פון מתן בסתר, פשוט ארויפגיין אויפן עמעזאן פעידזש וואו מ'האט געקויפט דעם וועקער, און אריינלייגן פינף שטערנדלעך, מיט דעם צו לאזן וויסן סיי פאר די עמעזאן באהערדע און סיי פאר די וועקער רעדאקציע אז איר האט הנאה פון די אויסגאבע. ליתר שאת קען מען צושרייבן א ווארט אויסצולויבן דעם וועקער.

דאס קאסט נישט קיין געלט און איז א שיינע אויסדרוק פון דאנקבארקייט, און אזוי אויך איז עס גוט פאר די עמעזאן אלגאריטם ווען זיי זעען אז מ'געט גוטע רעוויוס פאר א ביכל.

מיינע פריינט, קומט ארויף צום לינק פונעם לעצטן וועקער דא

https://www.amazon.com/dp/B0863RTDHW/

און לאמיר אפגעבן די פארדינטע פינף שטערנדלעך!

א דאנק.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2557
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 5468 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7335 מאל

Re: פינף שטערנדלעך פאר וועקער

הודעהדורך פאליטיקאנט » דאנערשטאג מאי 07, 2020 5:51 pm

איך האב שוין אפאר מאל געוואלט דעס זאגן אבער איך האב מיך קיינמאל גענומען די מי.


איך האלט עס איז א שאד אז די וועקער מאכט א יעדעס מאל א פרישע ליסטינג, מ'הייבט אלץ אן פון פריש און מ'האט גארנישט פון די אלטע רעוויוס.

איך האלט עס וואלט בעסער געווען אויב געמאכט איין ליסטינג און מ'לייגט צו וועריעישענס (variations) פאר יעדע נייע וועקער אזוי איז עס אלץ איין לינק, און מ'בלייבט מיט די ריוויוס און ראנג.



נ.ב. מ'קען ארומשיקן א לינק צום ספעציפישן וועריעישען, ווי אויך קען מען סעטן א דיפאולט וועריעשען.
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 916
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 441 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 891 מאל

הודעהדורך פליישיג » דאנערשטאג מאי 07, 2020 7:21 pm

איך פערזענליך האב געטראכט דערפון, אבער למעשה בין איך נישט באגייסטערט מיט דער אויסגאבע.
ווילט איר וואקסן אין תורה ויראת שמים?
האנדלט אייך שיעורים פון כבוד הגה''צ הרב מאיר צוויבעל שליט''א

כדאי הוא רבי מאיר לסמוך עליו
פליישיג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 80
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2018 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

הודעהדורך המלוכה והממשלה » דאנערשטאג מאי 07, 2020 7:27 pm

פליישיג האט געשריבן:איך פערזענליך האב געטראכט דערפון, אבער למעשה בין איך נישט באגייסטערט מיט דער אויסגאבע.

אמת. די האסט דאך שוין יסודות אויסגאבע מיט די השגחה פון ר' בנציון לאוב שליט"א ,
במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלעסטעישן
נאר מייקל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדוקעישען
נאר די סעקולער געריכטן טוען עפעס פאר יושר און צדק
המלוכה והממשלה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1018
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 7:38 pm
האט שוין געלייקט: 1174 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1641 מאל

הודעהדורך דער וועקער » מאנטאג מאי 11, 2020 3:02 pm

א גרויסן דאנק פאר די 12 ליינערס וואס האבן געלייגט פאזיטיווע רעוויוס אויף עמעזאן אויף @כוכב'ס רוף. דאס איז א ריכטיגע חסד ואמת שאינו מצפה לתשלום גמול. א גרויסן יישר כוח.
באניצער אוואטאר
דער וועקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 250
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 155 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל


גיי צוריק דער וועקער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט