דורך פיקאסא » דינסטאג פעברואר 09, 2021 11:23 am
רבותי! עס קומט בס"ד א וועקער אזאנס און אזעלעכס.
איך בין זיכער אז וועקער נומער 18 וועט לאנג געדענקט ווערן אין די קומענדיגע יארן.
ווען היסטאריקער וועלן זיכן מיט ליכט וויאזוי די חרדי'שע מידיע האט געדעקט דער ********, און וועלן זיך וואונדערן וואס היימישע אידן האבן געטוהן דערצו און פארוואס עס איז געשען וואס איז געשען, וועלן זיי קענען ווייזן מיט די פינגער בלויז אויפן וועקער וואס דעקט אויף די פאקטן, ציפערן און ווארפט א שטיקל ליכט אויף די כלליות'דיגע מצב וכו'.
בנוגע אנפילן בלעטער, איך קען נאר מעיד זיין אז מיר האבן געטן בייהאל אסאך מער בלעטער פון וואס עס גייט צום פרינט, אבער מען האט געמוזט שניידן. אי"ה עוד חזון למועד.
וכאן המקום להזכיר לשבח די מערכת פונעם וועקער וואס לייגן אריין כח מיט מח צו ארויסגעבן דעם הערליכן דזשורנאל. חזקו ואמצו! יא, עס איז שווער, עס קומט נישט אהן לייכט, ובפרט אז די "מערכת" באשטייט נישט פון אזויפיל מיטגלידער...
אן עקסטערן דאנק פאר אלע טאלאנטפולע שרייבער'ס כל אחד בשמו הטוב יבורך. כלל ישראל שיקט אייך א הערצליכן דאנק.
ידידכם
פיקאסא