פון וועקער'ס פאסט קעסטל: מוסדות פינאנצן

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען

פון וועקער'ס פאסט קעסטל: מוסדות פינאנצן

הודעהדורך דער וועקער » זונטאג יוני 28, 2020 9:36 pm

עס איז היינט אנגעקומען א בריוו צום וועקער:

א גוטן, לכבוד די רעדאקציע פון דער גאר וועלט בארימטער "דער וועקער",

היות "דער וועקער" האט זיך איינגעגעבן אלס "דער וועקער" פונעם היימישן ציבור, וואס וועקט אויף דעם ציבור אויף פארשידענע טעמעס וואס מ'קען ביי אונז נישט טרעפן ערגעץ אנדערש,

ממילא וואלט איך געוואלט בעטן אויב דער חשובער רעדאקציע וואלט אפשר געקענט "אויפוועקן" דעם ציבור און מאכן א "ברעיקדאון" א סך הכל פון געלט מ'רעדט וואס די מוסדות באקומען פער קינד, און פארן זיין א מוסד (סקול) פון אלע פראגראמען סיי פעדעראלע און סטעיט און לאקאלע "פאנדינג", אנגעהויבן פון פלעי גרופעס סיי אינגלעך און סיי ביי די מיידלעך, און גענדיגט ביי די ישיבה גדולות און הויעך שולע, וואס דארטן איז דא קאלעדזש פאנדינג, אזוי וועט דער עולם וויסן טאמער דער מוסד דארף טאקע געלט פון שכר לימוד, אדער דאס איז נאר א געלט רייסעריי צי באקומען נאך געלט פון די עלטערן וואס מיטשענען זיך גענוג אויף די טאג טעגליכע הוצאות.

יישר כח און הצלחה אויף ווייטער!!!

א דאנק און מיט שעצונג
ד.א.ג.


מיר שטעלן עס דא ארויס פאר'ן עולם אז אויב איינער קען זיך אויס מיט די זאכן, און וויל נעמען אויף זיך דעם פראיעקט, איז זכות הרבים תלוי בו.
באניצער אוואטאר
דער וועקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 248
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 155 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 841 מאל

הודעהדורך קורקלענד » זונטאג יוני 28, 2020 10:14 pm

זייער א חשובע נושא, זייער וויכטיג. אבער נישט פארגעסן אויך צו מאכן א ברעיקדאון אויף די קאסטן וכו'...
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2264
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1928 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1379 מאל

הודעהדורך גדליה » זונטאג יוני 28, 2020 11:21 pm

לויט מיין השערה קען אלע קאסטן געדעקט ווערען פון די רעגירונג פראגראמען אינאיינעם מיט די ריזיגע שנאר אפאראט. העכסטענס קען מען אביסעל אראפציפן קוויטעל געלט.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 632 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1798 מאל

הודעהדורך מור וקציעה » זונטאג יוני 28, 2020 11:44 pm

רוב פראגראמען פאר מוסדות איז נישט אזוי ווי היעפ אדער פוד סטעמפס וואס סאיז דא חשבונות וויפיל א מענטש באקומט געוואנדען אין זיין אינקאום און ווי גרויס זיין משפחה, נאר סאיז ענדערש ווי מעדיקעיד מיט סעקשאן 8 ווי סווענדט זיך אין די קאנטראקט

איינס פון די גאר גרויסע גרענטס איז העד סטארט, העד סטארט איז א פעדעראלע גרענט וואס רוב מוסדות האבען נישט קיין אייגענע, נאר גייען אונטער אנדערע (א שטייגער ווי ילד וילדה און פראזשעקט סאושל קער) וואס ווערט שוין נאכמער קאמפלעצירט

סאטמאר וויליאמסבורג 82 האט א אייגענע גרענט פון העכער 13 מיליאן דולר
סקווירא האט אויך גאר גרויסע גרענט אין שיכון סקווירא
סאטמאר קרית יואל האט אויך א אייגענע גרענט אזוי אויך סאטמאר בארא פארק
אבער ווי געזאגט רוב מוסדות האבען נישט קיין אייגענע העד סטארט נאר קאנטראקטען מיט אנדערע וואס געבען בדרך כלל א סה"כ עווערעזש פון בערך 1000 פער חודש פער קינד

וואוטשערס ווענדט זיך וואספארא מהאט אבער זיי צאלען אין די געגענט פון טויזענט א חודש פער קינד אן קיין דירעקטע תנאים , מקען האבען וואוטשערס מיט א ארטיקעל 43 סקול (וואס מיינט טיעטשערס אן קיין שום דעגריעס, וואס קאסטען מער)

ווען דאס קינד ווערט 13 עקספייערט די וואוטשערס אין רוב פעלער (חוץ אויב סאיז דא א געזינטהייט פראבלעים) פאר יענע קינד

פרי קעי און 3 קעי ווענדט זיך אין די קאנטרעקט מיט די סיטי, גוטע קאנטרעקטס וועלען ברענגען איבער טויזענט פער קינד פער חודש


עסען איז דא צוויי מעין פראגראמען איינס איז די לאנטש פראגראם די אנדערע איז סי עי סי עף פי , סאיז אויך גאר קאמפלעצירט וויאזוי מרעכענט עס, נישט פאר מיינע נערווען יעצט

סאיז אויך דא טרענספארטעישאן פאנדס , אטענדענס , לייברערי/בוקס , סעקיוריטי גרענטס, אינטערנעט קאנעקשאן, פאר עלטערע איז דא קאלעזש פראגראמען ועוד

די מוסד וואס האט היינט זונטאג געשטעלט גארדס באקומט לויט מיינע חשבונות עט ליעסט 40 מיליאן דולר א יאר פון די רעגירונג (אן רעכענען זייער ישיבה גדולה) און ווארשיינליך אסאך אסאך מער

דאס איז אויסער די אינקאום פון זייערע פילע חתונה און שבע ברכות זאלן, בוטשער [און פיש] סטאורס, באזאר, לעידיעס עקזילערי, דינערס כא כסלו און סתם שנארען

שכר לימוד וואלט באמת געדארפט זיין בחינם
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך מור וקציעה אום זונטאג יוני 28, 2020 11:58 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אמר לה ינאי מלכא לדביתהו [=לאשתו], אל תתיראי מן הפרושים ולא ממי שאינם פרושים, אלא מן הצבועים, הדומין לפרושים ואינם פרושים, שמעשיהם כזמרי ומבקשים שכר כפינחס.
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
מור וקציעה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 441
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 01, 2015 11:07 pm
האט שוין געלייקט: 526 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל

הודעהדורך קורקלענד » זונטאג יוני 28, 2020 11:56 pm

פּעל גרענטס פאר דרייצן און העכער.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2264
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1928 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1379 מאל

הודעהדורך מור וקציעה » מאנטאג יוני 29, 2020 3:01 am

ארגאנאזירטע מוסדות ווייסען וויאזוי זיך מסדר זיין אז כמעט אלע פרי סקול קינדער (ביז 5 אדער 5.8 געוואנדען אין די חודש דאס קינד איז געבוירען) זאלען זיין אונטער איינע פון די 3 פראגראמען

פרי קעי /3 קעי (וואס איז געמאכט פאר יעדע אינקאום אפילו רייכע)

העד סטארט (מיסודו פאר ארומע אבער מקען אריינשטופען אביסעל רייכע אויכעט (ביז 10% אפיציעל, און סדא נאך פארשידענע קינצען אנצופילען סלאטס) ,

וואוטשערס איז נאר פאר ארומע (דא אין ניו יארק)



א קינד וואס האט פרי קעי אדער העד סטארט קען אויך האבען וואוטשערס (כלומרשט פאר עפטער סקול), דאן באקומט מען צוויי מאל בערך טויזענט א חודש (סאיז 100% לעגאל)


פאר אן עקזעמפעל ווי ווירקזאם די פראגראמען זענען אויפען בודזשעט ברויך מען געבען א קוק אויף הרב נחום קליין

ווי באקאנט איז דא אין בארא פארק א סקול וואס הייסט בית שרה, עס באלאנגט נישט צו קיין שום חסידות פון ווי מקען שנארען, קיינער נישט מנדב קיין קלאסען מיט קעמפס, האט נישט קיין חתונה זאלן מיט בוטשער סטאורס, אבער ווינדער איבער ווינדער ער האט א ריזען בנין א ריזען קעמפ געלע באסעס און שוין אפילו געמאכט לעצטענס א שטיקעל זאל

און ער בעהט דאכט זיך די ביליגסטע שכר לימוד אין בארא פארק (ווען מרעכענט אלע פיעס וואס אנדערע שמוגלען אריין ווי קרן הבנין רעגיסטרעישאן, טשארזשד אויפען אידישע חודש וכו)

נחום מחייב את הסקולס

שוין דא היינט נייע חברה וואס מאכען נאך (פייפר/בני תורה מיט פינק/בנות חיה) זיין ביזנעס/פראגראמען מודל (לאוו דוקא זיינע פרייזען)

איך וואלט פארלאנגט פון 82 אז יעדעס יאר כא כסלו זאל מען ארויסשטעלען א ליסטע פון עלטערין בעה"ב וואס יעדער קען וואוטען אז זיי זאלען איבערקוקען די ביכער און זיי זאלען דעסיידען ווי הויעך שכר לימוד מוז זיין
אמר לה ינאי מלכא לדביתהו [=לאשתו], אל תתיראי מן הפרושים ולא ממי שאינם פרושים, אלא מן הצבועים, הדומין לפרושים ואינם פרושים, שמעשיהם כזמרי ומבקשים שכר כפינחס.
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
מור וקציעה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 441
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 01, 2015 11:07 pm
האט שוין געלייקט: 526 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל

הודעהדורך וואלווי » מאנטאג יוני 29, 2020 3:18 am

קורקלענד האט געשריבן:זייער א חשובע נושא, זייער וויכטיג. אבער נישט פארגעסן אויך צו מאכן א ברעיקדאון אויף די קאסטן וכו'...


ביזדערווייל קיין איין מענטשאן פון וויפיל עס קאסט פאר די מוסד "אויסצוהאלטן" אן עוורידזש קינד.
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2525
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3316 מאל

הודעהדורך איך אויך » מאנטאג יוני 29, 2020 5:12 am

ר' מור, פון די אנדערע זייט איז ר' נחום קליין ברייט באקאנט צו עביוזן זיינע טיטשערס און ארוסשמוטשן זייער דם התמצית. ער איז אויך דער מחדש פונעם טרויעריג בארימטן 'פארדינט פער וואך אבער ווערט באצאלט פער חודש' אפען און גראבע גזילה. דהיינו ווען מען אפלייט פאר א דשאב זאגט ער איר די וועדשעס פער וואך אבער למעשה צאלט ער פער חודש אזוי גנבט ער אראפ כמעט א חודש איעדע יאר פון יעדע טיטשער וואס טוהט די ארבייט בחינם.

ווען מען האלט עם פאר דערויף נעמט ער ארויס אידישע לוח און ברוב זיסקייט גיבט א פרעג, עס איז דא 12 חדשים אין א יאר סאו וואס ווילט איר? לויטן חשבון האט ער שוין אפגעגזלט מיליאנען פון זיינע טיטשערס במשך די יארן. אינטרעסאנט אויב ווען עס קומט צו עפלייען פאר די פילע גאווערמענט פראגראמן מאכט ער אויך די גאוינישע חשבונות.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8043 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2626 מאל

הודעהדורך וואלווי » מאנטאג יוני 29, 2020 9:16 am

.
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2525
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3316 מאל

הודעהדורך מור וקציעה » מאנטאג יוני 29, 2020 9:23 am

איך אויך האט געשריבן:ר' מור, פון די אנדערע זייט איז ר' נחום קליין ברייט באקאנט צו עביוזן זיינע טיטשערס און ארוסשמוטשן זייער דם התמצית. ער איז אויך דער מחדש פונעם טרויעריג בארימטן 'פארדינט פער וואך אבער ווערט באצאלט פער חודש' אפען און גראבע גזילה. דהיינו ווען מען אפלייט פאר א דשאב זאגט ער איר די וועדשעס פער וואך אבער למעשה צאלט ער פער חודש אזוי גנבט ער אראפ כמעט א חודש איעדע יאר פון יעדע טיטשער וואס טוהט די ארבייט בחינם.

ווען מען האלט עם פאר דערויף נעמט ער ארויס אידישע לוח און ברוב זיסקייט גיבט א פרעג, עס איז דא 12 חדשים אין א יאר סאו וואס ווילט איר? לויטן חשבון האט ער שוין אפגעגזלט מיליאנען פון זיינע טיטשערס במשך די יארן. אינטרעסאנט אויב ווען עס קומט צו עפלייען פאר די פילע גאווערמענט פראגראמן מאכט ער אויך די גאוינישע חשבונות.



איך האב געוואלט זי האלטען צום ענין פון די נושא, ער איז טאקע א שווערע מענטש אין אנדערע זאכען אויך, אבער מרעדט יעצט פון די נושא פון פראגראמען מיט שכר לימוד קאסטען

רבי יודל ראזענבערג למשל איז געוועהן באקאנט אלס איינער מיט וואס מקען האנדלען צו שיקען די קינדער אין קעמפ פאר בחינם, ער האט געקענט אמאל זיין שווער אויף קינדער אויך, אבער מדארף קענען אפטיילען נושאים
אמר לה ינאי מלכא לדביתהו [=לאשתו], אל תתיראי מן הפרושים ולא ממי שאינם פרושים, אלא מן הצבועים, הדומין לפרושים ואינם פרושים, שמעשיהם כזמרי ומבקשים שכר כפינחס.
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
מור וקציעה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 441
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 01, 2015 11:07 pm
האט שוין געלייקט: 526 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל

הודעהדורך צפור בודד » מאנטאג יוני 29, 2020 9:36 am

די אינפארמאציע קען מען לכאורה באקומען דורך פעדעראלע און ניו יארקע Freedom of Information געזעצן.

אין זייער רעפארט איבער ישיבה חינוך פון א יאר, צוויי צוריק, האט יאפעד געהאט אינפארמאציע איבער געלטער פאר געוויסע מוסדות (פאפא, אויב איך געדענק גוט).
צפור בודד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 299
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 150 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 240 מאל

הודעהדורך איך אויך » מאנטאג יוני 29, 2020 2:50 pm

ר' מור וואס האסטו מיר געענפערט? והלא על זה אנו דנין. וויבאלד ר' נחום עביוזט און בגזלט די נעבעכדיגע איידעלע טיטשערס מיט מיליאנען קען ער רעכענען ווייניגער שכר לימוד.

וואס אין די וועלט מאכט דיר טראכטן אז דאס איז א בעסערע סיסטעם?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8043 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2626 מאל

הודעהדורך רימון » מאנטאג יוני 29, 2020 3:39 pm

איך אויך האט געשריבן:ר' מור וואס האסטו מיר געענפערט? והלא על זה אנו דנין. וויבאלד ר' נחום עביוזט און בגזלט די נעבעכדיגע איידעלע טיטשערס מיט מיליאנען קען ער רעכענען ווייניגער שכר לימוד.

וואס אין די וועלט מאכט דיר טראכטן אז דאס איז א בעסערע סיסטעם?


נאך א וועג וויאזוי ער שפארט זיך, צו האלטן די סטעף ביי א מינימום, ארבעט וואס וואלט געפאדערט צען מענטשן, געט ער פאר דריי און זעלבע זאך ווען ס'קומט צו סופלייס, אויב דארף מען צוואנציג שטיק שטעלט ער צו ניין שטיק, ארבעטן פאר אים איז א גיהנום, שוין אפגערעדט די ענדלאזע קאפריזן, די קאנפליקטן און מודס סווינגס, דאס נישט צושטעלן די מינדעסטע רעסורסן פאר ארבעטער, דערנאך הויבט זיך אן מיט די געלטער, און די אראפציפן, און צאלן מיט העדטשעקס און שולדיג בלייבן.
דאך, האט ער גענוג און נאך אויסגעמוטשעטע אידישע ווייבלעך וועלכע וועלן גרייט זיין זיך מקרב צו זיין זייער נשמה און ארבעטן אין זיין שולע, טאקע ווייל די דחקות איז גרויס, יעדע טיטשער וואס זאגט זיך אפ קען מען רעפלעיסן מיט צען אנדערע און ס'איז אלעמאל ידו על עליונה צו טון וואס ער וויל און וויאזוי ער וויל און ווען ער וויל אן איינער זאל אים פארהאלטן אדער דורש זיין אויף פארגאסענע בלוט און אים אראפשטעלן א פוס ווען ער איזדיעקעוועט זיך אויף שוואכע און אויסגעמוטשעטע פרויען וועלכע האבן נישט קיין כח זיך קעגנשטעלן קעגן אים.
און גראדע האט ער א פיינע סקול, מיט סטעף וואס הרגענען זיך פאר אים (ביז מ'גייט אונטער,און ווען מ'לאזט אים איבער איז מען שוין געווענליך א האלבער הרוג און מסורס אן די מינדעסטע מוט צו זוכן א פרישע פאסטן), אבער אן דעם וואס עס זאל זיין חלק כחלק יאכלו, ער באקומט די כבוד און געלט און זיי באקומען די הארצוויי.
ווען עס וועט קומען דער טאג וואס טיטשערס און שולע ארבעטערס ווי סעקרעטעריס און בעיביסיטערס וועלן זיין אנגעשלאסן אין א יוניאן און זייער בלוט וועט נישט זיין הפקר פאר'ן יעדן פסיכאפאט צו שרייבן די פארשריפטן לויט ווי עס לוינט אים און לויט זיין גיסטע, וועל איך וויסן אז די וועלט איז א בעסערע און מער יושר'דיגע פלאץ.
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 262
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1145 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 734 מאל

הודעהדורך מור וקציעה » מאנטאג יוני 29, 2020 5:48 pm

רימון האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:ר' מור וואס האסטו מיר געענפערט? והלא על זה אנו דנין. וויבאלד ר' נחום עביוזט און בגזלט די נעבעכדיגע איידעלע טיטשערס מיט מיליאנען קען ער רעכענען ווייניגער שכר לימוד.

וואס אין די וועלט מאכט דיר טראכטן אז דאס איז א בעסערע סיסטעם?


נאך א וועג וויאזוי ער שפארט זיך, צו האלטן די סטעף ביי א מינימום, ארבעט וואס וואלט געפאדערט צען מענטשן, געט ער פאר דריי און זעלבע זאך ווען ס'קומט צו סופלייס, אויב דארף מען צוואנציג שטיק שטעלט ער צו ניין שטיק, ארבעטן פאר אים איז א גיהנום, שוין אפגערעדט די ענדלאזע קאפריזן, די קאנפליקטן און מודס סווינגס, דאס נישט צושטעלן די מינדעסטע רעסורסן פאר ארבעטער, דערנאך הויבט זיך אן מיט די געלטער, און די אראפציפן, און צאלן מיט העדטשעקס און שולדיג בלייבן.
דאך, האט ער גענוג און נאך אויסגעמוטשעטע אידישע ווייבלעך וועלכע וועלן גרייט זיין זיך מקרב צו זיין זייער נשמה און ארבעטן אין זיין שולע, טאקע ווייל די דחקות איז גרויס, יעדע טיטשער וואס זאגט זיך אפ קען מען רעפלעיסן מיט צען אנדערע און ס'איז אלעמאל ידו על עליונה צו טון וואס ער וויל און וויאזוי ער וויל און ווען ער וויל אן איינער זאל אים פארהאלטן אדער דורש זיין אויף פארגאסענע בלוט און אים אראפשטעלן א פוס ווען ער איזדיעקעוועט זיך אויף שוואכע און אויסגעמוטשעטע פרויען וועלכע האבן נישט קיין כח זיך קעגנשטעלן קעגן אים.
און גראדע האט ער א פיינע סקול, מיט סטעף וואס הרגענען זיך פאר אים (ביז מ'גייט אונטער,און ווען מ'לאזט אים איבער איז מען שוין געווענליך א האלבער הרוג און מסורס אן די מינדעסטע מוט צו זוכן א פרישע פאסטן), אבער אן דעם וואס עס זאל זיין חלק כחלק יאכלו, ער באקומט די כבוד און געלט און זיי באקומען די הארצוויי.
ווען עס וועט קומען דער טאג וואס טיטשערס און שולע ארבעטערס ווי סעקרעטעריס און בעיביסיטערס וועלן זיין אנגעשלאסן אין א יוניאן און זייער בלוט וועט נישט זיין הפקר פאר'ן יעדן פסיכאפאט צו שרייבן די פארשריפטן לויט ווי עס לוינט אים און לויט זיין גיסטע, וועל איך וויסן אז די וועלט איז א בעסערע און מער יושר'דיגע פלאץ.



איך בין נישט זיין לויער און ווייס נישט צו די טענות זענען פונקטליך אזוי און צו סדא א אנדערע זייט אויך צו נישט

איך קען איינע פון די פרינציפעלס (מרת שווארץ) זי האט געזאגט פאר מיין ווייב א 10 יאר צוריק בערך אז זי באקומט שיין געצאלט און איז העפי דארט [קען זיין רוב זענען נישט צופרידען דארט, איך ווייס נישט]
אזוי אויך איז עס א זייער גרויסע סקול און סקוקט נישט אויס ווי די טיעטשערס זענען די שוואכסטע טיעטשערס (אזוי געשעהט ווען מצאלט נישט)
א שיין חלק וואס שיקט אהין איז דוקא פאר די שטארקע קוריקולום (אזוי הייסט עס עכ"פ)

ער איז א קארגע מענטש, אמת

אבער דו ווילסט טענה'ן אז דעיס קארגשאפט מאכט אים זיין סיי די ביליגסטע שכר לימוד און סאיז אויך משלים אלע זופניקס וויינשטאקס וכו וכו אלע דינערס אלע פלייש געשעפטען אלע חתונה און שבע ברכות האללס?

קאם אן

עס קען אים סעיווען א צען פראצענט לאמיר אפילו זאגען 20 פראצענט אבער נישט דא ליגט די געלט באגראבען, עס ליגט ביי אים אין קעשענע באגראבען, ער קומט אהיים מיט גרויסע תרומות ומעשרות

אוודאי ווען נחום קליין קומט אהער וועל איך אים זאגען, לייג אוועק אפאר מעלאנעס ווייניגער, דיינע קינדער קענען לעבען אויף קלענערע וועיזשעס ביז ווילאנג מוועט צאלען דיינע ארבעטער שענער


עניוועיס, סאיז א שאד צו נעמען א צענטראלע אישו און עס איבערטוישען מיט נחום קליינס ווירטשאפט
אמר לה ינאי מלכא לדביתהו [=לאשתו], אל תתיראי מן הפרושים ולא ממי שאינם פרושים, אלא מן הצבועים, הדומין לפרושים ואינם פרושים, שמעשיהם כזמרי ומבקשים שכר כפינחס.
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
מור וקציעה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 441
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 01, 2015 11:07 pm
האט שוין געלייקט: 526 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל

הודעהדורך mevakesh » מאנטאג יוני 29, 2020 7:12 pm

איך קען נישט די ביכער פון די מוסדות און עס קען זיין אז זיי פאקען מיליאנען אין טאש אבער דאס איז קלאר אז די היימישע מוסדות זענען מן הסתם די ביליגסטע פריוואטע שולעס אין אמעריקע אוו ספעציעל די וויליאמסבורגע מוסדות אנגעהויבן מיט סאטמער ביז ווין און פאפא
באניצער אוואטאר
mevakesh
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 933
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 804 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 884 מאל

הודעהדורך פליישיג » מאנטאג יוני 29, 2020 7:22 pm

איך אויך האט געשריבן:ר' מור וואס האסטו מיר געענפערט? והלא על זה אנו דנין. וויבאלד ר' נחום עביוזט און בגזלט די נעבעכדיגע איידעלע טיטשערס מיט מיליאנען קען ער רעכענען ווייניגער שכר לימוד.

וואס אין די וועלט מאכט דיר טראכטן אז דאס איז א בעסערע סיסטעם?


1) מען צווינגט קיינעם נישט צו ארבייטען פאר עם.
2) עס איז זיין פריוואטע ביזנעס.

לאז ארויס אינערליכע בעלזע פעליטיק
ווילט איר וואקסן אין תורה ויראת שמים?
האנדלט אייך שיעורים פון כבוד הגה''צ הרב מאיר צוויבעל שליט''א

כדאי הוא רבי מאיר לסמוך עליו
פליישיג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 75
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2018 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מאנטאג יוני 29, 2020 7:28 pm

mevakesh האט געשריבן:איך קען נישט די ביכער פון די מוסדות און עס קען זיין אז זיי פאקען מיליאנען אין טאש אבער דאס איז קלאר אז די היימישע מוסדות זענען מן הסתם די ביליגסטע פריוואטע שולעס אין אמעריקע אוו ספעציעל די וויליאמסבורגע מוסדות אנגעהויבן מיט סאטמער ביז ווין און פאפא

ממילא?
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2264
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1928 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1379 מאל

הודעהדורך מור וקציעה » מאנטאג יוני 29, 2020 9:40 pm

קורקלענד האט געשריבן:
mevakesh האט געשריבן:איך קען נישט די ביכער פון די מוסדות און עס קען זיין אז זיי פאקען מיליאנען אין טאש אבער דאס איז קלאר אז די היימישע מוסדות זענען מן הסתם די ביליגסטע פריוואטע שולעס אין אמעריקע אוו ספעציעל די וויליאמסבורגע מוסדות אנגעהויבן מיט סאטמער ביז ווין און פאפא

ממילא?




ריכטיג סאיז זייער ביליג ביי אונז קאמפערד צו אנדערע קרייזען, עס איז גראדע דא מער סערוויסעס ביי געוויסע מאדערנע מוסדות אויך, עס איז דא מער ספעציאליסטען אין חינוך, בעסערע לאנטשעס (עס איז דא מוסדות וואס ניצען די פוד פראגראם בלויז פאר עסען ;) ) ווייניגער קינדער אין א קלאס, א ספארטס פלאץ פאר אקטיוויטיעס וכו , זייערע מוסדות זענען אסאך קלענער און האבען נישט קיין העלפט פון אונזערע פראגראמען

סאיז פאר זיי אויך שווער און ביי געוויסע פון זיי איז די רעדט פון אנדערע סארט סאלושענס ווי למשל נאר האבען צוויי אדער דריי קינדער , אדער אז דער בחור אדער מיידל זאל האבען א קאונסלער זשאב זומער וכדומה אנשטאט גיין אין א קעמפ


אבער אונז רעדען פון חסידישע מוסדות ווי סאטמאר ויזניץ סקווירא פאפא וכדומה , ווי מענטשען האבען זיך צעריסען די לעצטע 50 יאר פלוס אויפצובויען א מוסד פאר די קהילה, מהאט ספעציעל מנדב געוועהן בנינים במשך די יארען מהאט געמאכט זיכער סזאל זיין זייטיגע הכנסות פאר די מוסדות, און ?

פארוואס למשל קאסט צו שיקען א קינד אין באבוב 48 די זעלבע ווי שיקען אין באבוב 45 ? באבוב 45 האט דאך געדארפט אלעס קויפען פון דאסניי און געספענדט שווערע מיליאנען אויף נייע בילדינגס, אבער די פרייזען זענען די זעלבע, 48 האט דאך אויסגעצאלטע בנינים

זעלבע אין וויליאמסבורג, סאטמאר 82 האט איבערגענומען אויסגעצאלטע בילדינגס מיט פראגראמען וואס לויפען שוין ביי די פעדס (ארונים אין ווילי האבען נאכנישט קיין העד סטארט, זיי האבען געציילטע סלאטס פון א אנדערע מוסד) צאלען ריזיגע מארטגעזשעס פאר בנינים מיט קעמפס האבען נישט קיין חתונה האללס, זייער מוסד איז ווייט נישט אזוי גרויס ווי 82 און ווינדערליך פרייזען זענען די זעלבע , וואס גייט פאר ?

דער תירוץ איז פשוט, זיי רייסען די מערסטע וואס מקען פון טאטע מיט 8-10 קינדער ריגארדלעס וויפיל די הוצאות זענען

סאיז כדאי צו וויסען
אז עס איז קלאר איליגעל צו נעמען געלט פון העד סטארט אדער פרי קעי עלטערין , עס שטייט קלאר סיי אין די געזעץ און סיי די העד סטארט סטאנדארדס, אין גאנץ אמעריקע (אלע 50 סטעיטס) איז דא העד סטארט מיט איבער א מיליאן קינדער סנישטא קיין איין אינסטיטושען וואס נעמט געלט פון העד סטארט עלטערען אויסער חרדישע מוסדות וואס איז גזילה עפ"י הלכה וע"פ החוק

זעלבע איז מיט יו פי קעי, סאיז בתנאי כפול אז סמוז זיין בחינם יעדע דולר וואס מנעמט פון פרי סקול קינדער וואס האבען פרי קעי אדער העד סטארט איז גזילה


סאיז ביי מיר ברור אז אזא סארט איד ווי רבי יודל ראזענבערג וואלט פשוט נישט געטשארזשד קיין פרוטה שכר לימוד מיט די אינקאם וואס 82 האט היינט
אמר לה ינאי מלכא לדביתהו [=לאשתו], אל תתיראי מן הפרושים ולא ממי שאינם פרושים, אלא מן הצבועים, הדומין לפרושים ואינם פרושים, שמעשיהם כזמרי ומבקשים שכר כפינחס.
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
מור וקציעה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 441
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 01, 2015 11:07 pm
האט שוין געלייקט: 526 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל

Re: פון וועקער'ס פאסט קעסטל

הודעהדורך אונטער חכם » מאנטאג יוני 29, 2020 10:15 pm

וואלווי האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:זייער א חשובע נושא, זייער וויכטיג. אבער נישט פארגעסן אויך צו מאכן א ברעיקדאון אויף די קאסטן וכו'...


ביזדערווייל קיין איין מענטשאן פון וויפיל עס קאסט פאר די מוסד "אויסצוהאלטן" אן עוורידזש קינד.
סאטמאר וויליאמסבורג האט ארויסגעלייגט אנפאנג יאר וויפיל די פילע קאסט פער קינד, פיר הונדערט עפעס, איך געדענק נישט די פונקטליכע נאמבערס.
איך מיין מען קען זיי גלייבן אז עס איז נישט מער ווי דעם.
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 802
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 621 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 391 מאל

הודעהדורך יואלי וואלפסאן » דינסטאג יוני 30, 2020 12:01 am

זיי באקומען בערך 30 מיליון און דער בודזשעט איז 65 מיליון און בערך 1500 קינדער צאלן 0 און האבן נישט קיין וואוטשערס.

35 מיליאן דיוויידעד ביי 9500 איז
3684
דיוויידעד ביי 12 איז 307

טראנספארטעישן צאלט 600 דאלער פער קינד פער יאר, פאר קינדער פון 6 ביז 12 יאר, בערך א דריטל מוסד. פלאס די בחורים'ס עסן ווערט נאר געדעקט האלב.
C/P
יואלי וואלפסאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 66
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 09, 2016 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 63 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 53 מאל

הודעהדורך קורקלענד » דינסטאג יוני 30, 2020 12:18 am

ווען ס'וואלט געווען אמת וואלטן זיי אפיציעל פאבליצירט די ציפערן. אזויווי יעדע גרויסע אמעריקאנער קארפאראציע און ארגעניזאציע, וואס פאבליצירן פּיער רעוויוד פינאנציעלע סטעיטמענטס. למעשה זוכן זיי אלע וואס מער צו באהאלטן, ווען זיי ליגן מיט חובות איז נישטאָ וואס צו באהאלטן.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2264
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1928 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1379 מאל

הודעהדורך פיקח עצום » דינסטאג יוני 30, 2020 12:49 am

ווען סקומט צו די נושא מוסדות=געלט ווינדער איך מיך שוין יארן וואס גייט פאר. פון איינזייט קוקט אויס אז זיי מאכן גענוג געלט פון די רעגירונג אלע פראגרעמס וכו', אבער פונעם אנדערן זייט אויב געלט איז נישט קיין פראבלעם פארוואס מאכן נישט מער מענטשן אויף מוסדות אן קיין משוגענע תקנות און סוועט אויפהערן מיט דעם טעראר פון ארויסווארפן קינדער וכו', נאר רביס וואס האבן קנעקשענס צו גבירים מאכן למעשה אויף מוסדות, סקען זיין אז אנהייב ווען מדארף קויפן בנינים און אלעס ניי קאסט אסאך, אבער אלטע עסטעבלישט מוסדות מוטשען זיך נישט, און דא קומט אריין נאך אזאך אז געלונגענע מענטשן זוכן בעסערע זשאבס ווי צו פוהרן מוסדות, משא"כ אז די רבי שטעלט אים און געט אים אנטענטשן, אדער ער גלייבט אינעם רבי
תכלית= ווי לאנג א יחיד אדער אפאר יחידים מאכן נישט אויף אליינס מוסדות (פאר ביליג) קוקט אויס ווי זיי זענען גערעכט.
פיקח עצום
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 12
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 21, 2020 4:41 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

הודעהדורך מור וקציעה » דינסטאג יוני 30, 2020 1:48 am

קורקלענד האט געשריבן:ווען ס'וואלט געווען אמת וואלטן זיי אפיציעל פאבליצירט די ציפערן. אזויווי יעדע גרויסע אמעריקאנער קארפאראציע און ארגעניזאציע, וואס פאבליצירן פּיער רעוויוד פינאנציעלע סטעיטמענטס. למעשה זוכן זיי אלע וואס מער צו באהאלטן, ווען זיי ליגן מיט חובות איז נישטאָ וואס צו באהאלטן.



סאיז גראדע דא א אנדערע סיבה אויך צו באהאלטען אפילו אויב א מוסד איז אין חובות ווייל מוויל נישט אז מזאל זעהן ווי געלד פון עסען גייט פאר אנדערע זאכען צו גאר פארען רבינס שיינע חתונה, אדער העד סטארט געלט גייט גאר פאר קאנסטראקשען וואס האט נישט קיין שייכות מיט די פראגראם וכדומה

אזוי אויך איז דא געלט כשרן, פראגראמען וואס מטורפים פארפירען, מקען זעהן אז מצאלט מער פאר אידישע דרייווערס ווי גויאישע , מענער באקומען מער ווי פרויען פאר די זעלבע ארבעט ועוד


וועגען דעים איז כדאי סזאל זיין א פערענט קאמיטי ווי אלע וואס האבען קינדער אין די מוסד זאלען קענען אריינוועלען א וועד פון בעלי בתים אקאונטענס און ביזנעסלייט זאלען קענען אפשאצען די פינאנסען און מאכען החלטות איבער שכר לימוד
אמר לה ינאי מלכא לדביתהו [=לאשתו], אל תתיראי מן הפרושים ולא ממי שאינם פרושים, אלא מן הצבועים, הדומין לפרושים ואינם פרושים, שמעשיהם כזמרי ומבקשים שכר כפינחס.
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
מור וקציעה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 441
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 01, 2015 11:07 pm
האט שוין געלייקט: 526 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל

הודעהדורך מור וקציעה » דינסטאג יוני 30, 2020 1:57 am

פיקח עצום האט געשריבן:ווען סקומט צו די נושא מוסדות=געלט ווינדער איך מיך שוין יארן וואס גייט פאר. פון איינזייט קוקט אויס אז זיי מאכן גענוג געלט פון די רעגירונג אלע פראגרעמס וכו', אבער פונעם אנדערן זייט אויב געלט איז נישט קיין פראבלעם פארוואס מאכן נישט מער מענטשן אויף מוסדות אן קיין משוגענע תקנות און סוועט אויפהערן מיט דעם טעראר פון ארויסווארפן קינדער וכו', נאר רביס וואס האבן קנעקשענס צו גבירים מאכן למעשה אויף מוסדות, סקען זיין אז אנהייב ווען מדארף קויפן בנינים און אלעס ניי קאסט אסאך, אבער אלטע עסטעבלישט מוסדות מוטשען זיך נישט, און דא קומט אריין נאך אזאך אז געלונגענע מענטשן זוכן בעסערע זשאבס ווי צו פוהרן מוסדות, משא"כ אז די רבי שטעלט אים און געט אים אנטענטשן, אדער ער גלייבט אינעם רבי
תכלית= ווי לאנג א יחיד אדער אפאר יחידים מאכן נישט אויף אליינס מוסדות (פאר ביליג) קוקט אויס ווי זיי זענען גערעכט.



קודם כל איז טאקע דא יונגעלייט וואס שפרינגען אריין אין די ביזנעס, איינער וואס כהאב דערמאנט פריער איז פינק (א יונגערמאן וואס איז בערך 30) פון בנות חיה, דער האלט שוין ביים דריטען בנין וואס ער קויפט שוין, געקויפט די אגודה בנין אויף 14 אין 45 און יעצט די שרה שנירר בנין אויף 14 אין 47 , דער ריקט אריין גרויסע ריעל עסטעיט פון א קליינטשיקע סקול , ער זויפט אריין די פראגראמען, און דער האט קוים פאר אפאר יאר געעפענט


שטייצעך אז נישט יעדע רעסטאראונט אדער באנק מאכט געלט, מדארף קענען פירען א ביזנעס , און א מוסד דארף מען אויך קענען , נאר וואס דען, א רעסטאראונט וואס מאכט נישט קיין געלט מאכט זיך צו נאך א וויילע, משא"כ א מוסד שנארעט און באקומט געווענליך נאך א שאנס
אמר לה ינאי מלכא לדביתהו [=לאשתו], אל תתיראי מן הפרושים ולא ממי שאינם פרושים, אלא מן הצבועים, הדומין לפרושים ואינם פרושים, שמעשיהם כזמרי ומבקשים שכר כפינחס.
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
מור וקציעה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 441
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 01, 2015 11:07 pm
האט שוין געלייקט: 526 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל

הודעהדורך קורקלענד » דינסטאג יוני 30, 2020 2:14 am

מור וקציעה האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:ווען ס'וואלט געווען אמת וואלטן זיי אפיציעל פאבליצירט די ציפערן. אזויווי יעדע גרויסע אמעריקאנער קארפאראציע און ארגעניזאציע, וואס פאבליצירן פּיער רעוויוד פינאנציעלע סטעיטמענטס. למעשה זוכן זיי אלע וואס מער צו באהאלטן, ווען זיי ליגן מיט חובות איז נישטאָ וואס צו באהאלטן.



סאיז גראדע דא א אנדערע סיבה אויך צו באהאלטען אפילו אויב א מוסד איז אין חובות ווייל מוויל נישט אז מזאל זעהן ווי געלד פון עסען גייט פאר אנדערע זאכען צו גאר פארען רבינס שיינע חתונה, אדער העד סטארט געלט גייט גאר פאר קאנסטראקשען וואס האט נישט קיין שייכות מיט די פראגראם וכדומה

אזוי אויך איז דא געלט כשרן, פראגראמען וואס מטורפים פארפירען, מקען זעהן אז מצאלט מער פאר אידישע דרייווערס ווי גויאישע , מענער באקומען מער ווי פרויען פאר די זעלבע ארבעט ועוד


וועגען דעים איז כדאי סזאל זיין א פערענט קאמיטי ווי אלע וואס האבען קינדער אין די מוסד זאלען קענען אריינוועלען א וועד פון בעלי בתים אקאונטענס און ביזנעסלייט זאלען קענען אפשאצען די פינאנסען און מאכען החלטות איבער שכר לימוד

טאקע דערפאר איז כדאי צו האלטן אלע ציפערן אפען, אזוי אין איין וועגס וועט מען אויך פטר'ן די אלע אנדערע פראבלעמאטישע געשעפטן און מ'וועט קענען שלאפן פיל רואיגער.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2264
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1928 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1379 מאל

נעקסט

גיי צוריק דער וועקער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט

cron