קורקלענד האט געשריבן:זייער א חשובע נושא, זייער וויכטיג. אבער נישט פארגעסן אויך צו מאכן א ברעיקדאון אויף די קאסטן וכו'...
איך אויך האט געשריבן:ר' מור, פון די אנדערע זייט איז ר' נחום קליין ברייט באקאנט צו עביוזן זיינע טיטשערס און ארוסשמוטשן זייער דם התמצית. ער איז אויך דער מחדש פונעם טרויעריג בארימטן 'פארדינט פער וואך אבער ווערט באצאלט פער חודש' אפען און גראבע גזילה. דהיינו ווען מען אפלייט פאר א דשאב זאגט ער איר די וועדשעס פער וואך אבער למעשה צאלט ער פער חודש אזוי גנבט ער אראפ כמעט א חודש איעדע יאר פון יעדע טיטשער וואס טוהט די ארבייט בחינם.
ווען מען האלט עם פאר דערויף נעמט ער ארויס אידישע לוח און ברוב זיסקייט גיבט א פרעג, עס איז דא 12 חדשים אין א יאר סאו וואס ווילט איר? לויטן חשבון האט ער שוין אפגעגזלט מיליאנען פון זיינע טיטשערס במשך די יארן. אינטרעסאנט אויב ווען עס קומט צו עפלייען פאר די פילע גאווערמענט פראגראמן מאכט ער אויך די גאוינישע חשבונות.
איך אויך האט געשריבן:ר' מור וואס האסטו מיר געענפערט? והלא על זה אנו דנין. וויבאלד ר' נחום עביוזט און בגזלט די נעבעכדיגע איידעלע טיטשערס מיט מיליאנען קען ער רעכענען ווייניגער שכר לימוד.
וואס אין די וועלט מאכט דיר טראכטן אז דאס איז א בעסערע סיסטעם?
רימון האט געשריבן:איך אויך האט געשריבן:ר' מור וואס האסטו מיר געענפערט? והלא על זה אנו דנין. וויבאלד ר' נחום עביוזט און בגזלט די נעבעכדיגע איידעלע טיטשערס מיט מיליאנען קען ער רעכענען ווייניגער שכר לימוד.
וואס אין די וועלט מאכט דיר טראכטן אז דאס איז א בעסערע סיסטעם?
נאך א וועג וויאזוי ער שפארט זיך, צו האלטן די סטעף ביי א מינימום, ארבעט וואס וואלט געפאדערט צען מענטשן, געט ער פאר דריי און זעלבע זאך ווען ס'קומט צו סופלייס, אויב דארף מען צוואנציג שטיק שטעלט ער צו ניין שטיק, ארבעטן פאר אים איז א גיהנום, שוין אפגערעדט די ענדלאזע קאפריזן, די קאנפליקטן און מודס סווינגס, דאס נישט צושטעלן די מינדעסטע רעסורסן פאר ארבעטער, דערנאך הויבט זיך אן מיט די געלטער, און די אראפציפן, און צאלן מיט העדטשעקס און שולדיג בלייבן.
דאך, האט ער גענוג און נאך אויסגעמוטשעטע אידישע ווייבלעך וועלכע וועלן גרייט זיין זיך מקרב צו זיין זייער נשמה און ארבעטן אין זיין שולע, טאקע ווייל די דחקות איז גרויס, יעדע טיטשער וואס זאגט זיך אפ קען מען רעפלעיסן מיט צען אנדערע און ס'איז אלעמאל ידו על עליונה צו טון וואס ער וויל און וויאזוי ער וויל און ווען ער וויל אן איינער זאל אים פארהאלטן אדער דורש זיין אויף פארגאסענע בלוט און אים אראפשטעלן א פוס ווען ער איזדיעקעוועט זיך אויף שוואכע און אויסגעמוטשעטע פרויען וועלכע האבן נישט קיין כח זיך קעגנשטעלן קעגן אים.
און גראדע האט ער א פיינע סקול, מיט סטעף וואס הרגענען זיך פאר אים (ביז מ'גייט אונטער,און ווען מ'לאזט אים איבער איז מען שוין געווענליך א האלבער הרוג און מסורס אן די מינדעסטע מוט צו זוכן א פרישע פאסטן), אבער אן דעם וואס עס זאל זיין חלק כחלק יאכלו, ער באקומט די כבוד און געלט און זיי באקומען די הארצוויי.
ווען עס וועט קומען דער טאג וואס טיטשערס און שולע ארבעטערס ווי סעקרעטעריס און בעיביסיטערס וועלן זיין אנגעשלאסן אין א יוניאן און זייער בלוט וועט נישט זיין הפקר פאר'ן יעדן פסיכאפאט צו שרייבן די פארשריפטן לויט ווי עס לוינט אים און לויט זיין גיסטע, וועל איך וויסן אז די וועלט איז א בעסערע און מער יושר'דיגע פלאץ.
איך אויך האט געשריבן:ר' מור וואס האסטו מיר געענפערט? והלא על זה אנו דנין. וויבאלד ר' נחום עביוזט און בגזלט די נעבעכדיגע איידעלע טיטשערס מיט מיליאנען קען ער רעכענען ווייניגער שכר לימוד.
וואס אין די וועלט מאכט דיר טראכטן אז דאס איז א בעסערע סיסטעם?
mevakesh האט געשריבן:איך קען נישט די ביכער פון די מוסדות און עס קען זיין אז זיי פאקען מיליאנען אין טאש אבער דאס איז קלאר אז די היימישע מוסדות זענען מן הסתם די ביליגסטע פריוואטע שולעס אין אמעריקע אוו ספעציעל די וויליאמסבורגע מוסדות אנגעהויבן מיט סאטמער ביז ווין און פאפא
קורקלענד האט געשריבן:mevakesh האט געשריבן:איך קען נישט די ביכער פון די מוסדות און עס קען זיין אז זיי פאקען מיליאנען אין טאש אבער דאס איז קלאר אז די היימישע מוסדות זענען מן הסתם די ביליגסטע פריוואטע שולעס אין אמעריקע אוו ספעציעל די וויליאמסבורגע מוסדות אנגעהויבן מיט סאטמער ביז ווין און פאפא
ממילא?
סאטמאר וויליאמסבורג האט ארויסגעלייגט אנפאנג יאר וויפיל די פילע קאסט פער קינד, פיר הונדערט עפעס, איך געדענק נישט די פונקטליכע נאמבערס.וואלווי האט געשריבן:קורקלענד האט געשריבן:זייער א חשובע נושא, זייער וויכטיג. אבער נישט פארגעסן אויך צו מאכן א ברעיקדאון אויף די קאסטן וכו'...
ביזדערווייל קיין איין מענטשאן פון וויפיל עס קאסט פאר די מוסד "אויסצוהאלטן" אן עוורידזש קינד.
קורקלענד האט געשריבן:ווען ס'וואלט געווען אמת וואלטן זיי אפיציעל פאבליצירט די ציפערן. אזויווי יעדע גרויסע אמעריקאנער קארפאראציע און ארגעניזאציע, וואס פאבליצירן פּיער רעוויוד פינאנציעלע סטעיטמענטס. למעשה זוכן זיי אלע וואס מער צו באהאלטן, ווען זיי ליגן מיט חובות איז נישטאָ וואס צו באהאלטן.
פיקח עצום האט געשריבן:ווען סקומט צו די נושא מוסדות=געלט ווינדער איך מיך שוין יארן וואס גייט פאר. פון איינזייט קוקט אויס אז זיי מאכן גענוג געלט פון די רעגירונג אלע פראגרעמס וכו', אבער פונעם אנדערן זייט אויב געלט איז נישט קיין פראבלעם פארוואס מאכן נישט מער מענטשן אויף מוסדות אן קיין משוגענע תקנות און סוועט אויפהערן מיט דעם טעראר פון ארויסווארפן קינדער וכו', נאר רביס וואס האבן קנעקשענס צו גבירים מאכן למעשה אויף מוסדות, סקען זיין אז אנהייב ווען מדארף קויפן בנינים און אלעס ניי קאסט אסאך, אבער אלטע עסטעבלישט מוסדות מוטשען זיך נישט, און דא קומט אריין נאך אזאך אז געלונגענע מענטשן זוכן בעסערע זשאבס ווי צו פוהרן מוסדות, משא"כ אז די רבי שטעלט אים און געט אים אנטענטשן, אדער ער גלייבט אינעם רבי
תכלית= ווי לאנג א יחיד אדער אפאר יחידים מאכן נישט אויף אליינס מוסדות (פאר ביליג) קוקט אויס ווי זיי זענען גערעכט.
מור וקציעה האט געשריבן:קורקלענד האט געשריבן:ווען ס'וואלט געווען אמת וואלטן זיי אפיציעל פאבליצירט די ציפערן. אזויווי יעדע גרויסע אמעריקאנער קארפאראציע און ארגעניזאציע, וואס פאבליצירן פּיער רעוויוד פינאנציעלע סטעיטמענטס. למעשה זוכן זיי אלע וואס מער צו באהאלטן, ווען זיי ליגן מיט חובות איז נישטאָ וואס צו באהאלטן.
סאיז גראדע דא א אנדערע סיבה אויך צו באהאלטען אפילו אויב א מוסד איז אין חובות ווייל מוויל נישט אז מזאל זעהן ווי געלד פון עסען גייט פאר אנדערע זאכען צו גאר פארען רבינס שיינע חתונה, אדער העד סטארט געלט גייט גאר פאר קאנסטראקשען וואס האט נישט קיין שייכות מיט די פראגראם וכדומה
אזוי אויך איז דא געלט כשרן, פראגראמען וואס מטורפים פארפירען, מקען זעהן אז מצאלט מער פאר אידישע דרייווערס ווי גויאישע , מענער באקומען מער ווי פרויען פאר די זעלבע ארבעט ועוד
וועגען דעים איז כדאי סזאל זיין א פערענט קאמיטי ווי אלע וואס האבען קינדער אין די מוסד זאלען קענען אריינוועלען א וועד פון בעלי בתים אקאונטענס און ביזנעסלייט זאלען קענען אפשאצען די פינאנסען און מאכען החלטות איבער שכר לימוד
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט