הרב עדין אבן ישראל (שטיינזלץ) ז״ל

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אמת וצדק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 180
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 710 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 560 מאל

הרב עדין אבן ישראל (שטיינזלץ) ז״ל

שליחה דורך אמת וצדק »

י״ז אב תש״פ אינמיטען די מגיפת הקראנא וואס האט געמאנט דאס לעבן פון אזוי פיל טייערע אידן, האט כלל ישראל פארלוירען איינס פון איר גרעסטע פערזענליכקייטען - הרב עדין אבן ישראל- שטיינזלץ, באקאנט אלץ הרב שטיינזלץ, אין די היימישע וועלט איז ער נישט געווען אזוי באקאנט, און איך אויך האב ווייניג געוואוסט פון אים צו זאגן א חוץ פון זיין גע׳אסר׳טען פי׳ אויפן גמרא. נאך זיין פטירה האבעך אביסל אריינגעקוקט אין זיין לעבן און שאפן, און אפגעשריבען כפי אשר ידי מגעת.
דער מסבב כל הסיבות האט צוגעפירט אז די ארטיקל זאל אריינגיין אינעם וועקער אנטאלאגיע, וויל איך טאקע באדאנקען @אבטולמוס פארן העלפן צושטעלן בילדער און פארן עס איבערגיין און אויסשטעלן ווי עס פאסט, ועל פי בקשתו עפן איך דעם אשכול אויב איינער האט עפעס אן הערה וכו׳ ביך איך מער ווי פרייליך צו הערן.

נאר צוויי הערות איינס: וויל איך מעורר זיין אויף דעם וואס מענטשען וואונדערן זיך היתכן די פי׳ אויפן גמרא האט אים גענומען אזוי לאנג צו שרייבען, משא״כ אין די לעצטע פאר יאר האט מכון שטיינזלץ ארויסגעגעבן א פארטיגע ביאור אויף גאנץ תנ״ך, משנה תורה להרמב״ם, און עס איז שוין אויך גרייט צום דרוק א ביאור אויף ששה סדרה משנה? די תירוץ איז אז די אלע דריי חיבורים האט ער נישט געשריבען, נאר זיין מכון האט דאס געטוהן, די חיבור אויף משנה תורה און אויף תנ״ך איז מיוסד אויף שיעורים וואס ער האט געגעבען, אבער שרייבען האט ער נישט נאר ער האט דאס איבערגעגאנגען ווען מען האט דאס אריינגעשיקט צו אים, אפי׳ ביים שרייבען די ביאור אויפן גמרא האט ער געהאט הילף ווי דערמאנט אביסל אינעם ארטיקל, אבער דארט האט ער יא געטוהן רוב ארבעט אליין, עכ״פ רוב ש״ס.

נאך א נקודה וויל איך צוצייכענען: אינעם ארטיקל ווערט דערמאנט אז הרב מאיר בראנדסדארפער מיט אפאר אנדערע דיינים פונעם עדה האבן ארויסגעגעבן א קול קורא קעגן זיינע ספרים, שפעטער שטייט אז די עדה החרדית האט נישט ארויסגעגעבן א קול קורא, איז וואס גייט דא פאר? די תירוץ איז, ווי עס ווערט דא באשריבען איז די עדה געווען צוטיילט לשני מחנות פון אייי זייט איז געווען הרב בנימין ראבינאוויטש וואס האט זיך אנגעהערט ווער דער הרב שטיינזלץ איז און וואס פאר א דאווענען ער לייגט אראפ האט ער צוגערעדט די עדה נישט ארויסצוגיין קעגן אים נאר ענדערש אים אראפרופן און אים שיינערהייט אויפמערקזאם מאכן איבער די קאנטראווערסיאנאלע שטיקלעך, צו זיין זייט איז מיטגעשטאנען הגרי״מ דושונסקי, רבי ישראל יעקב פישער, הרב משה שטרנבך, מצד שני איז געווען רבי שמחה בונם וולדנברג (א זוהן פון בעל שו״ת ציץ אליעזר, אבער איז שפעטער געווארן א שטארקע קנאי) וואס האט געשטורעמט אז מען דארף יא ארויסקומען קלאר און צו זיין זייט האט זיך צוגעשטעלט רבי מאיר בראנדסדורפער, רבי משה זאב זורגר, און רבי נתן קופשיץ ועוד. די גאב״ד אליין האט נישט גע׳חתמ׳ט אויף די קול קורא, אבער ער איז אויך מיטגעשטאנען מיט דעם זייט. די חילוקי דעות אינעם עדה ווי אזוי צוצוגיין צו א ענין, צי בחרב וחנית אן קיין פשרות צי מער ״ליבעראל״ באגלייט איר ביז היינט צוטאגס ווי די גאב״ד מיטן ראב״ד בראש זענען צוטיילט מיט זייער דעות איבער פארשידענארטיגע ענינים.
און דאס וואס עס שטייט דא:
בילד

אז די חברי העדה ציען צוריק פון א בריוו איז לכאורה א טעות, ווייל זיי ציען נישט צוריק נאר זאגן אז מען זאל צוריק געבן די ספרים אזוי הרב שטיינזלץ אליין האט געפאדערט על פי בקשת הבד״ץ.

דער וואס וויל נאך הערן וואס הרב שטיינזלץ האט צו זאגן אויף פארשידענארטיגע נושאים פון חובת אדם בעולמו ביז ווי אזוי זיך צו ספראווען אין די היינטיגע מאדערנע עפאכע, קען זיך פארשאפן דעם ספר ״שיחות בארבע עיניים עם הרב עדין אבן ישראל שטיינזלץ״.

סאיז שוין באמת פארהאן א אשכול איבער אים, אפשר קען @סדרן דאס צאמשטעלן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום אמת וצדק, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר