"וועקער" נומער 18 - והח"י יתן אל לבו!

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען

"וועקער" נומער 18 - והח"י יתן אל לבו!

הודעהדורך דער וועקער » דינסטאג פעברואר 09, 2021 12:38 pm

צו באשטעלן דעם וועקער, דרוק דא!

מיר זענען גאר צופרידן צו מעלדן אז וועקער נומער 18 איז שוין אריין צום דרוק, און וועט בע"ה זיין צו באקומען אין די נאנטע טעג. אין די 232 זייטן פון דעם דאזיגן וועקער איז אריין אן אומגעהויערער ארבעט צו דעקן די שרעקליכע קאראנא-ווירוס מגיפה וואס האט אויסגעריסן שטיקער פונעם היימישן אידנטום.

צום ערשטן מאל וועט איר לייענען קלארע פאקטן און ציפערן וואס וועלן ברענגען א קלארקייט וואס דא האט זיך אפגעטון, און וואס עס גייט נאך יעצט פאר.

די טרויעריגע טעמע פונעם הויפט ארטיקל ברענגט אונז צו דעם תורה'דיגן מאמר פון הרב יצחק לאווי אויף דעם ענין פון שמירת הגוף, און דעם אויסערגעווענליכן 517-יעריגן אידישן כתב יד, "געדאנקען וועגן טויט", וואס ווערט צום ערשטן מאל געדרוקט אינעם וועקער. מיר באוויינען אויך די אבידה פון הרב יעקב צבי זאקס זצ"ל, וועלכער האט איבערגעלאזט כלל ישראל איז אזא שווערן זמן.

מיר זענען שטאלץ מיט דעם מייסטערהאפטיגן ליטערארישן ווערק פון @יואב, א טיפן אנאליז איבער דער שיטה פון "ציניזם", חכמות חיצוניות פון @מיימון, ועוד ועוד ועוד.
בייגעלייגטע פיילס
Cover.jpg
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך דער וועקער אום דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 10:19 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
דער וועקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 281
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 163 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 957 מאל

הודעהדורך חתם סופר » דינסטאג פעברואר 09, 2021 12:52 pm

Wow!
באניצער אוואטאר
חתם סופר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1118
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 18, 2013 12:43 am
האט שוין געלייקט: 903 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1111 מאל

הודעהדורך מי אני » דינסטאג פעברואר 09, 2021 1:13 pm

עס איז באקאנט אז ביי א ״חי״ געב איך אים א חזקה אז ער איז נאך אזוי. שטעל איך דאס אויפ׳ן חזקה פון די פריערדיגע נומערן אז דאס איז עפעס וואס גייט דערקוויקן די שאיפת חכמה פון די אין אונזער געמיינדע. (ועוד יותר אז דאס האט דאך א גרעסערע פּראפּארציע פון זייטן.)

ומדי דברי, ווי איך האב אנגערירט דא פארמאגן אונז בעל כרחינו א חרדי׳שער קולטוראלע אידענטיטעט: דאס איז די די סאציאלע גרופע און קולטור אין וועלכעס אונז זענען מיר ערצויגן געווארן מנעורינו. (ועכ״כ אז דאס ווערט צו אן עקסטענט נקבע סאָמאַטיש אין אונזער גופניות׳דיגע מעשים ממש, אפילו ווען מ׳טוהט אקטיוו רעדזשעקטן די אידענטיטעט, וכדברי דר. לין דעווידמאן.) יעצט, וואו ערווענט כמה וכמה פעמים איז פאר אן אינדיווידואל אין אונזער געזעלשאפט וואס איז יא שואף ומבקש חכמה ואינטעלעקטשואליזם קען דאס צופיהרן צו א שטארקע אנטינאָמי, סתירה, און קריזיס. והיינו, פון איין זייט איז זיין קולטוראלע אידענטיטעט (כהיום) ווי נישט אנטי-אינטעלעקטשועל, ומאידך גיסא איז זיין אינדיווידואלע פערזענליכע אידענטיטעט יא אן אינטעלעקטשואלע. זייענדיג בעצם אן אינטעלעקטשואל אנערקענט ער דאס קולטוראלע חלק פון זיין אידענטיטעט און ער פארשטייט אז ער קען דאס נישט משליך זיין אחרי גוו.

דעריבער גלייב איך אז דאס עצם עקזיסטענץ פונעם וועקער, וואס איז למעשה בתוך דעם קולטוראלע סעטינג, קען דינען צו בארואיגן דעם קריזיס דורכ׳ן משווה זיין דאס פערזענליכע אידענטיטעט פון אן אינטעלעקטשועל מיט׳ן ווייזן אז אינטעלעקטשועליזם האט יא א מקום בתוך זיין ברייטערן קולטוראלע אידענטיטעט.

ייש״כ מערכת @דער וועקער. חזקו ואמצו וצלח ורכב.

*

053A7F49-AB2A-4744-A8EB-387DC046AF94.jpeg
ובענין זה במשנתו של דר. הערבערט מארקוזע.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך מי אני אום מיטוואך פעברואר 10, 2021 4:08 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2082
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 7962 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1512 מאל

הודעהדורך כוכב » דינסטאג פעברואר 09, 2021 1:18 pm

איך באגריס די גאטס און אויפריכטיגקייט פון וועקער.
די גאנצע קאוויד טעמע אין די היימישע גאס איז קאמפליצירט און פארווייטאגט און עפעס וואס טאמער איינער זוכט כבוד אדער קליקס זאל ער זיך ביטע טרעפן אנדערע נושאים פון וואס צו רעדן. כ'ווייס נישט אויב איך וואלט ארויסגעגעבן א צייטונג, צי איך וואלט געווידמעט א קאווער פאר אונזער רעספאנס צו קאוויד. כ'ווייס נישט צי כ'וואלט געהאט די כח דערצו און כ'ווייס נישט צי כ'וואלט בכלל געקענט טרעפן די ריכטיגע ווערטער און די ריכטיגע באלאנס וויאזוי דאס צו צענעמען. אפשר וואלט איך מיך געמאכט דעם חשבון אז ס'איז בעסער צו שווייגן און גיין צו אנדערע נושאים.
זייער אסאך מענטשן ווילן נישט הערן דאס ווארט קאוויד מער, נישט קיין חילוק וואס דו האסט צו זאגן דערוועגן. א גרויסער פראצענט איז געוויס נישט אפן צו הערן סיי וועלכע קריטיק אויף אונזער ציבור. פון דער אנדערער זייט, ווען מ'הערט צומאל שטימעס פון משמאילים, פעלט אויך קאנטעקסט אדער פארשטאנד אדער עמפאטיע, כאילו די נושא געהערט אין א שווארץ אדער ווייס קאלום. אפילו פון אן אביעקטיוון ווינקל טראכט איך צומאל, אז אפשר איז בעסער ווי ווייניגער מ'ווייסט, איגנאראנץ איז בליס זאגט דאך דער גוטער בוך. אפשר איז זיסער פאר'ן לעבן אז מ'ווייסט נישט וויפיל טויטע מיר האבן געהאט, אפשר איז בעסער זיך איינצורעדן אז אונזער קאוויד רעספאנס האט נישט עכט אויסגעמאכט. אפשר איז בעסער צו בלייבן אין דער טונקל, טאקע ווייל ווער קען דען זאגן זכיתי לבי און ער איז נישט קאמפליסיט צי אימפליסיט אין דער גרויסער מאנסטערישער טראגעדיע.
אז דער וועקער קוקט נישט אויף קיין זייטיגע חשבונות און צי דער יעצטיגער נומער וועט יא פליען פון די שעלווס אדער נישט, נאר האלט זיך פון די ווירדן פון האמת ניתן להיאמר פאר יעדן פרייז, נישט קיין חילוק ווי ציפעדיג דאס איז, נאר ווי דער נביא בשעתו וועלכער זאגט תוכחה פאר'ן פאלק און פאטשט דעם גרויזאמען אמת אין פנים נישט קיין חילוק וואס פאר א פרייז ער וועט צאלן און אפילו טאמער זיין בלוט וועט פארגאסן ווערן און בלייבן זידן לעולם, איז עס עפעס וואס קומט זיך שעצונג און רעספעקט.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2563
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 5486 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7394 מאל

הודעהדורך קורקלענד » דינסטאג פעברואר 09, 2021 1:34 pm

וויבאלד איך האב עס נאכנישט געליינט, ווייס איך נאכנישט צו ס'איז אויפריכטיג, אדער אן אגענדעס, צו ס'איז למען האמת וכו'. נאכן ליינען העמער שמועסן....

פאר 232 זייטן איז דא צו וויינוג אינפארמאציע אויפן דעקל בנוגע די אינהאלט. איך וועל דארפן שטעלן אויף די חזקה אז די אמת'ע אינטערסאנטע סחורה איז נישט אויפן דעקל...
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2447
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1992 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל

הודעהדורך מנחם ציון » דינסטאג פעברואר 09, 2021 2:30 pm

און אויב ס'איז נישט ממש אויפריכטיג? קודם איז דא וואו עס אויסצושמועסן און אביעקטיוו דיסקוסירן
ווי אנדערע נושאים וואס "דער וועקער" האט שוין געדעקט, מיינסט איך בין איינשטימיג מיט יעדע קריטיק אויף אונזער געזעלשאפט וואס זענען שוין דארט געלופטערט געווארן? ס'איז קודאס פאר די פלאטפארמע, אפגעזעהן וואס די רעזולטאטן זענען
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 731
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 514 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 632 מאל

הודעהדורך תרמב » דינסטאג פעברואר 09, 2021 5:13 pm

קאוויד איז א אויסגעדראשענע טעמע! איך פארשטיי מ’דארף אביסל מוסר זאגן, וכדומה, אבער נישט צו סאך ווייל ס’גייט שוין פון די נאז.
תרמב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 275
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 1110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 163 מאל

הודעהדורך העניך » דינסטאג פעברואר 09, 2021 5:24 pm

ב"ה אז כ'האב א שטיקל יד אינעם הויפט ארטיקל, וואס ציט זיך אויף צענדליגער בלעטער פול מיט פאקטישע ציפערן, graphs, charts, וכו', וואס ווייזט צום ערשטן מאל וויפיל מיר האבן געליטן. ווען די רעדאקציע פונעם וועקער האט מיך עפּראָוטשט אויב איך וויל מיטארבעטן אויף דעם פּראיעקט, האב איך געזאגט הארצן גערן, אבער צום באדויערן ווייס איך נישט וויפיל אינטערעסע עס וועט האבן. די רעדאקציע האט מיט געזאגט מיט קלארע ווערטער, אז "מ'גייט נישט לאזן דורכגיין אזא שרעקליכע תקופה ביי כלל ישראל, אן ברענגען א קלארן בילד וועגן וואס דא האט זיך אפגעטון. אז מיר וועלן דאס איגנארירן זענען מיר מועל אין אונזער שליחות."

אלזא, ווער עס האלט אז די טעמע איז אויסגעדראשן, אדער וויל נישט הערן די פאקטן, זאל נישט קויפן. און אז ער קויפט יא, זאל ער תיכף ארויספליקן בערך א האלב פונעם וועקער, און לדעתי וועט ער וועט נאך איבערבלייבן מיט גענוג ארטיקלען אז ס'זאל זיך האבן אויסגעצאלט.
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 683
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 722 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3024 מאל

הודעהדורך העניך » דינסטאג פעברואר 09, 2021 5:26 pm

קורקלענד האט געשריבן:פאר 232 זייטן איז דא צו וויינוג אינפארמאציע אויפן דעקל בנוגע די אינהאלט. איך וועל דארפן שטעלן אויף די חזקה אז די אמת'ע אינטערסאנטע סחורה איז נישט אויפן דעקל...

ניין, די אינטערעסאנטסטע און וויכטיגסטע סחורה איז 6 בלוטיגע קאפיטלען וועגן קאראנא-ווירוס. אויב דער דעקל מאכט דיר נישט קויפן דעם וועקער, זאלסטו טאקע נישט קויפן.
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 683
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 722 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3024 מאל

הודעהדורך תרמב » דינסטאג פעברואר 09, 2021 5:57 pm

איך וועל עס קויפן, און איך וועל נישט אויסרייסן גארנישט, איך האב נאר הנאה אז מ’האט פארגרעסערט דעם וועקער אז די נישט אינטערסאנטע נושא זאל ווערן געדעקט דורך די אנדערע ארטיקלען.
תרמב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 275
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 1110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 163 מאל

הודעהדורך מי אני » דינסטאג פעברואר 09, 2021 7:24 pm

@העניך האט שוין דא ארויסגעברענגט
העניך האט געשריבן:די טענה פון אברהם אבינו אז א געטשקע פון עץ ואבן קען גארנישט טון איז אויך אלט און אויסגעדראשן. אבער ס'איז נאך אלץ אמת.
מיינענדיג, אז ווען מען איז אביעקטיוו דן אויף פאקטן (בפרט ווען מ׳האלט בעצם [היסטאריש] אינדערמיט פונעם אויסשפיל דערפון) איז ״אויסגעדראשן״ נישט קיין טענה. די דיון איז ל״ד פאר ״ענטערטעינמענט״.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2082
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 7962 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1512 מאל

הודעהדורך דער וועקער » מיטוואך פעברואר 10, 2021 10:59 am

דער וועקער איז שוין עוועילעבל צו קויפן!

https://www.amazon.com/dp/B08W6P2KTR
באניצער אוואטאר
דער וועקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 281
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 163 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 957 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מיטוואך פעברואר 10, 2021 11:58 am

באשטעלט.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2447
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1992 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל

Re: "וועקער" נומער 18 - והח"י יתן אל לבו!

הודעהדורך אמת וצדק » מיטוואך פעברואר 10, 2021 12:05 pm

ביטע אהער ברענגען די גאנצע אינהאלט, אז מען זאל קענען זען אלע ארטיקלען וואס זענען אריין.
א דאנק.
באניצער אוואטאר
אמת וצדק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 119
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 4:28 pm
האט שוין געלייקט: 444 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 276 מאל

הודעהדורך דער וועקער » מיטוואך פעברואר 10, 2021 12:10 pm

.
בייגעלייגטע פיילס
IMG_20210210_111002_952.jpg
IMG_20210210_111004_832.jpg
באניצער אוואטאר
דער וועקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 281
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 163 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 957 מאל

Re: "וועקער" נומער 18 - והח"י יתן אל לבו!

הודעהדורך אונטער חכם » מיטוואך פעברואר 10, 2021 1:16 pm

העניך האט געשריבן:ב"ה אז כ'האב א שטיקל יד אינעם הויפט ארטיקל, וואס ציט זיך אויף צענדליגער בלעטער פול מיט פאקטישע ציפערן, graphs, charts, וכו', וואס ווייזט צום ערשטן מאל וויפיל מיר האבן געליטן.


האט מען עס כאטש געגעבן איבערצוקוקן פאר עכטע געלערנטע סטאטיסטיקער, ווי עס פאסט פאר אזא הויכשטאפלערישע זשורנאליסטישע ווערק?
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 627 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 406 מאל

Re: "וועקער" נומער 18 - והח"י יתן אל לבו!

הודעהדורך אונטער חכם » מיטוואך פעברואר 10, 2021 1:17 pm

דער וועקער האט געשריבן:דער וועקער איז שוין עוועילעבל צו קויפן!

https://www.amazon.com/dp/B08W6P2KTR
די וועקער רעדאקציע קען זען די נעמען ווער עס קויפט?
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 627 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 406 מאל

הודעהדורך דער וועקער » מיטוואך פעברואר 10, 2021 2:18 pm

אונטער חכם האט געשריבן:
דער וועקער האט געשריבן:דער וועקער איז שוין עוועילעבל צו קויפן!

https://www.amazon.com/dp/B08W6P2KTR
די וועקער רעדאקציע קען זען די נעמען ווער עס קויפט?

ניין.
באניצער אוואטאר
דער וועקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 281
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 163 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 957 מאל

הודעהדורך real fake news » מיטוואך פעברואר 10, 2021 6:04 pm

ס׳ליגט שוין אין טובי׳ס?
I know, I know. We are Your chosen people. But, once in a while, can't You choose someone else? - Reb Tevye
real fake news
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 25, 2019 10:40 am
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 105 מאל

הודעהדורך תרמב » מיטוואך פעברואר 10, 2021 6:09 pm

מ’קען עס שוין קויפן אויף 49 ביי די ניוז סטענד? ביז ווילאנג עס איז נאך נישט דא דארט הייסט עס נאך נישט ארויסגעקומען ביי מיר.
תרמב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 275
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 1110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 163 מאל

הודעהדורך דער וועקער » מיטוואך פעברואר 10, 2021 6:35 pm

אין בלויז עטליכע שעה איז שוין וועקער נומער 18 א "#1 בעסט סעלער" צווישן אידישע ביכער אויף עמעזאן!

https://www.amazon.com/dp/B08W6P2KTR
בייגעלייגטע פיילס
IMG-20210210-WA0103~3.jpg
באניצער אוואטאר
דער וועקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 281
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 163 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 957 מאל

הודעהדורך דער וועקער » מיטוואך פעברואר 10, 2021 10:36 pm

פאלגנד זענען עטליכע פון אונזערע ידידים וואס האבן געהאט א טייל אין דעם יעצטיגן וועקער:

@מפוזרי
@צ. למדן
@העניך
@לעיקוואד
@פראפעסאר
@מי אני
@מיימון
@אבטולמוס
@יואב
ועוד...
באניצער אוואטאר
דער וועקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 281
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 163 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 957 מאל

הודעהדורך דער וועקער » דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 10:57 am

פארווארט
בייגעלייגטע פיילס
IMG_20210211_095601_046.jpg
IMG_20210211_095603_547.jpg
באניצער אוואטאר
דער וועקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 281
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 163 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 957 מאל

Re: "וועקער" נומער 18 - והח"י יתן אל לבו!

הודעהדורך I don’t know » פרייטאג פעברואר 12, 2021 1:39 am

real fake news האט געשריבן:ס׳ליגט שוין אין טובי׳ס?
?


Sent from my iPhone using Tapatalk
באניצער אוואטאר
I don’t know
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 41
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 17, 2020 1:28 am
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

Re: "וועקער" נומער 18 - והח"י יתן אל לבו!

הודעהדורך I don’t know » פרייטאג פעברואר 12, 2021 1:43 am

Ordered!! Thanks


Sent from my iPhone using Tapatalk
באניצער אוואטאר
I don’t know
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 41
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 17, 2020 1:28 am
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

נעקסט

גיי צוריק דער וועקער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט