ר' מנחם אלדנדארף, "געדאנקען וועגן טויט" - וועקער 18

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען

ר' מנחם אלדנדארף, "געדאנקען וועגן טויט" - וועקער 18

הודעהדורך פראפעסאר » פרייטאג פעברואר 19, 2021 5:24 pm

נו, א חשוב'ער לייענער האט מיר געבעטן אנצוהייבן אן אשכול איבער ר' מנחם אלדנדארף'ס דרשה, געדרוקט צום ערשטן מאל אין וועקער נומער 18. אין "וועקער" האט איר א לייכט מאדערניזירטע נוסח פון ר' מנחם'ס ווערטער. איר קענט אויך לייענען דעם אריגינעל דא:
https://toytgedanken.wordpress.com/the-texts/
(קליקט אויף ThoughtsOnDeath-rhymes)

איך קוק ארויס אויף אייערע געדאנקען איבער זיינע געדאנקען!

יעקב ירון לואיס
באניצער אוואטאר
פראפעסאר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 33
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש נאוועמבער 08, 2014 9:04 pm
געפינט זיך: וויניפעג, מאניטאבא, קאנאדע
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 97 מאל

הודעהדורך אבטולמוס » זונטאג פעברואר 21, 2021 11:27 am

א גרויסן יישר כוח כבוד הרב @פראפעסאר פאר'ן אונז שענקען אזא הערליכע מתנה, אן אנטיק פון 500 יאר צוריק וואס גיט אונז סיי א דרשה אויף וואס מ'קען רעפלעקטירן, סיי א בליק אריין אין דעם אמאליג לעבן, און סיי א שמעק פון דעם אמאליגן אידיש וואס עס האבן גערעדט רבותינו הראשונים.

חוץ מזה, א הערליכע הקדמה וואס גיט צו פארשטיין דעם הינטערגרונד פון דער דרשה, און אביסל איבער דעם לעבן פונעם שרייבער רבי מנחם אלדנדארף.

א גרויסן דאנק!
באניצער אוואטאר
אבטולמוס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2700
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3695 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10621 מאל

הודעהדורך פראפעסאר » מאנטאג מערץ 01, 2021 11:18 pm

יישר כח. דער חשוב'ער רעדאקטאר פון "וועקער" האט א גרויס חלק אין דער מצוה :)
דערווייל האב איך צוגעגעבן א זייטל אויף אידיש צו ר' מנחם'ס וועבזייטל, מע זאל גרינג קענען לייענען זיינע אריגינעלע ווערטער אין אלטן אויסלייג פון כתב-יד, אויך צו נודשען דעם אידישיסטן עולם צו קויפן דעם "וועקער" :D
https://toytgedanken.wordpress.com/%d7%90%d7%99%d7%93%d7%99%d7%a9/
באניצער אוואטאר
פראפעסאר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 33
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש נאוועמבער 08, 2014 9:04 pm
געפינט זיך: וויניפעג, מאניטאבא, קאנאדע
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 97 מאל

הודעהדורך חתם סופר » דאנערשטאג מערץ 18, 2021 9:05 pm

הרב @פראפעסאר א גרויסן דאנק פאר די הערליכע ארטיקעל. וואס מ'קען דאך אוודאי זעהן וויפיל ארבייט ס'איז אין דעם אריין.

א דאנק די הקדמה האב איך מיך געקענט אריינלייגן אין די מצב פון 500 יאר צוריק און זיך פראבירט פארצושטעלן א מענטש פון דעמאלטס ווי ער רעדט פון טויט, און די משלים וואס ער געט וועגן דעם ענין. ס'האט מיך געגעבן זייער א שטארק בליק אריין אין יענע צייט.

איך האב אויך זייער הנאה געהאט פון די אידיש און צו ליינען די אמאליגע אויסדריקן. למשל איך האב געזעהן אז די ווארט "ליפא" אזוי פלעגט מען שרייבען "ליב", און מסתמא קומט פון דעם די נאמען ליפא!! דאס איז יעצט אינטערסאנט ווייל אין די נייעס איז יעצט א זינגערטע וואס האט געזינגען ביי עפעס א צערימאניע וואס זי הייסט duo lipa און כ'האב געזעהן אז מ'שרייבט אז איר נאמען מיינט love אין אלבעיניען. זעהט מען דא אז ליפא מיינט אויך לאוו אין אידיש!
באניצער אוואטאר
חתם סופר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1243
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 18, 2013 12:43 am
האט שוין געלייקט: 992 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1216 מאל


גיי צוריק דער וועקער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: AhrefsBot [Bot] און 3 געסט